בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגח' אלול תשפ"ו8/21/2026

באריכט
מיטוואך כי תצא

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לוי יצחק לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמואל עקשטיין הי"ו.
- ב"ר דוד בר"א קויפמאן הי"ו.

דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז בזכות פון לימוד התורה וואס 'אפילו אחד עוסק בתורה שכינה עמו' קוקט הקב''ה אויף א פגם פון א עבירה לויט וויאזוי עס קוקט אויס אויף די וועלט און נישט וויאזוי עס קוקט אויס בעולם העליון, און מסיים געווען בברכת קדשו.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט דער רבי געבענטשט פלעשלעך האניג וועלכע וועט אפגעשיקט ווערן דורך הרבנית הצדיקת תליט"א פאר די הונדערטער אלמנות פון קהלתינו הק' פון איבער דער גארער וועלט, לכבוד יו"ט ראש השנה הבעל"ט, און דערביי געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די פעולות צו ארויסהעלפן די אלמנות און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 3:30 איז דער רבי אריבער געפארן קיין מאנסי צו די יערליכע זמני כניסה פאר אנ''ש לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול צו די זמני כניסה, במשך די זמני כניסה זענען אריין הונדערטער אידן זקנים עם נערים לברך ולהתברך בפתקא ופדיון לקראת די ימים נוראים הבעל"ט.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.

נאך מנחה ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הביהמ"ד צו די סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי אנגעוואונטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט מאנסי בן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א וויבאלד כלל ישראל זענען עבדים למקום קען הקב"ה אוועקנעמען עולם הזה פון די אומה"ע און עס געבן פאר די אידן, בזכות וואס א מענטש לאזט זיך אראפ נידריגער פון זיינע מדריגות ארויסצוהעלפן פאר אנדערע, קומט הקב"ה אויך אראפ צום עולם השפל און קוקט אויף די פגם פון א עבירה לויט וויאזוי עס קוקט אויס אויף די וועלט און נישט וויאזוי עס קוקט אויס בעולם העליון, דאס האט מען געזען ביים בעל הילולא זיע''א וואס האט זיך אראפגעלאזט צו יעדעם איינעם און בפרט צו בחורים און געפירט א ישיבה און מרביץ תורה געווען פאר בחורים, און אונז דארף מיר זעהן צו גיין אין זיינע וועגן און זיך פירן ווי תלמידים פונעם ייטב לב.
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי און פונעם רב שליט"א וועלכע שטייט בראש, און מעורר געווען צו שיקן נאר אין אונזערע ישיבות, און ארויסהעלפן און שטיצן די מוסדות הק' צו קענען ענדיגן די נייע בנינים וואס בויען זיך יעצט פאר די ישיבה און ת"ת און פאר די בית רחל, און ביים סוף מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צו די ימי הרחמים והרצון מיטן לערנען ספרי חסידות וספרי מוסר און קובע געווען צו לערנען ספר תפארת שלמה זיך אנציווארעמען דאס הארץ צו תשובה ולקראת הימים הנוראים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 9:50 און דער רבי איז צוריק אריין לחדרו הפרטי און ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.

ארום 12:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
נאך מעריב איז פארגעקומען בקו''פ א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון החתן בן הר''ר יחיאל מיכל בערקאוויטש שליט''א בן הגאון הגדול דומ"ץ קר"י שליט''א וחתן האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א, עב"ג הכלה בת הר''ר יוסף מאיר שמידמאן שליט''א בן הגה''צ אב"ד קראלי פלעטבוש שליט''א וחתן הר''ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל, מען האט געמאכט קבלת קנין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 328
אין טעלעגראם