בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ד אלול תשפ"ו9/6/2026

באריכט
זונטאג האזינו א' - א' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר אום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו סליחות אין ביהמ"ד הגדול במקהלות אלופי אלפי אנ''ש, מעוטף מיטן טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות.
דער רבי האט פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א. מען האט געענדיגט אום 6:20, נאך סליחות האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הב' ב"ר דוד ווייס הי"ו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:50. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים הערש ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר יחיאל מיכל פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר אשר זאב בערגער הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאך חצות איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, צו די חאלאקע פון בנו הילד נפתלי צבי ני"ו.
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים לבית זידיטשוב און מען האט געזינגען ניגוני שמחה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 2:00.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה.

ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי יואל לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️