מאנטאג האזינו א' - ב' דסליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול. בעל תפילה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל ב"ר יעקב פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
אנהייב פון די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די מחותנים הרה"ג ר' אברהם יחזקאל פריעדמאן שליט"א אב"ד קאמאדע מאנסי און הר"ר אברהם פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש שטייענדיג אין די ימי השבע ברכות פון שמחת נישואי צאצאיהם למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה.
צווישן די הונדערטער אנ''ש וועלכע זענען אריין לברך ולהתברך זענען אריין בקו''פ. הרב הגאון רבי יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש, הרה''ג ר' אברהם דוד ווארפמאן שליט"א אב"ד בוטשאטש מאנסי. הגה''צ ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד טאלטשאווע קר"י, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו לקראת די ימי הרחמים והרצון.
ארום 9:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר יצחק וויינגארטן הי"ו און הרה"ח ר' יודל מאשקאוויטש הי"ו.
ארום 12:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מקיוויאשד שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי דוד מ'קשאנוב זצ"ל וואס איז געווען די יארצייט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און אנגעוואונטשן פאר בנו הר"ר דוד האלבערשטאם שליט"א מנה''ר פון מוסדותינו הק' אין לינדען, און דערביי האט זיך פארמירט א שמועס איבער די בליה און וואוקס פון קהילתינו
ומוסדותינו הק' אין שטאט לינדען, און דער רבי האט אים ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו היושב ע"פ אביו הרה"ח ר' הערשל ע"ה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
