ליל הושענא רבא אושפיזא דדוד מלכא משיחא
צווישן מנחה און מעריב זענען אריין לברך ולהתברך בקו''פ א לענגערע צייט הונדערטער געסט אנ''ש מעבר לים, וועלכע זענען געקומען צו פארן להסתופף בצל הקודש.
פאר מעריב האט דער רבי אנגעצינדן בחדרו הפרטי די געזונטע לעכט פון יום כיפור.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:20, אנגעטוהן מיטן ווייסן קאפטן, בביתו נאוה קודש, און נאך מעריב זענען אלע דארטיגע אריבער לברך ולהתברך.
ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו קריאת משנה תורה אנגעטוהן מיט א ווייסע קאפטן און א ווייסע גארטל און געזאגט די תפילה פארן לייענען.
- בעל קורא: הר''ר שלום יוסף סאמעט שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור לכבוד הושענא רבה ואושפיזא דדוד מלכא משיחא בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול.
דער רבי האט געזאגט דעם סדר אושפוזין, און זיך געוואשן.
ביי לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר', במשך פונעם טיש האט מען געזינגען ניגוני התעוררות וניגוני ימים נוראים.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים.
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
- הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ.
- הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.
- הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קויתי ה' קותה נפשי' און ארויסגעברענגט א מליצה ישרה אויף דעם וואס די זוהר הק' רעדט זיך אפ אז מען איז מתפלל ראש השנה פאר צרכי פרטי און נישט פאר צרכי גבוה, מען פסק'נט אז מען טאר נישט מקריב זיין קיין נדרים ונדבות אום יו"ט וויבאלד א חלק גייט פארן מזבח הייסט עס א קרבן און עס הייסט נישט קיין לכם, ווען א איד איז מתפלל אויף געלט, געזונט וכו' איז עס נישט נאר צרכי הדיוט, מען דארף האבן געלט צו קויפן מצות, ד' מינים וכו', מען דארף זיין געזונט צו קענען קומען אין ביהמ"ד וכו' טראץ עס איז צרכי פרטי האט עס אין זיך א חלק פאר צרכי גבוה מעג מען דערויף מתפלל זיין, און אויסגעפירט מיט א קול בכי אז צרכי עמך ישראל מרובים אידן בעטן זיך ביי הקב"ה אויף אלע סארטן ישועות איז עס אבער הושענא למענך אלקינו עס איז לצרכי גבוה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאכן טיש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ברוב עם צו אמירת תהילים. בעל תפילה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי''ו, ביי יעדן ספר האט מען געזאגט דעם יהי''ר להושענא רבה און קדיש. מען האט געענדיגט ארום 3:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
יום הושענא רבא
הו''ר אינדערפרי ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף אינעם טלית, קאפל, קיטל, פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א, און אינטער דעם די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף אשר פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו ברכות, פסוקי דזמרה און שחרית און אויסגעלאזט בנוסח ימים נוראים, און הלל הגדול כנהוג, און די שירה געזאגט פסוק בפסוק.
ביי הלל האט דער רבי אויסגעלאזט אלע קאפיטלעך פון אנהייב אזוי ווי יו"ט, און מאריך געווען עבודת קדשו ביי די נענועים ברגש קודש, בדביקות ובהתעוררות רב, ווען דער גאנצער ציבור פון אלופי אלפי ישראל זינגן מיט די ניגוני קודש בדמעות שליש. נאך הלל האט מען אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב כנהוג.
אום 1:55 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די פייערדיגע 'דרשת הושענא רבה' מיטן משל הידוע מרגלא בפומי' פון רבותינו הקדושים זיע''א, הושענא רבה איז די לעצטע טאג וואס דער מלך איז אין שטאט, אבער למענך אלוקינו אז מען מיינט די טובה פונעם מלך פרעגט מען נישט קיין קשיות, און מאריך געווען מיט שטורעמישע בכיות ודמעות, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ביהמ''ד בבכיות נוראות.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען באריכות מיט געהויבענע בחינות און דברי התעוררות בבכיות לכבוד היום:
- הושענא למענך אלוקינו: מען שאקלט די ד' מינים אויף די ד' רוחות העולם צו ווייזן אז הקב"ה איז א מוליך ומביא, הקב"ה איז א משנה עתים ומחליף את הזמנים ווערט אפילו אין די עלטערע יארן די תשובה מיראה גערעכנט אלץ א תשובה מאהבה, אזוי אויך יעצט הושענא רבה דער לעצטער טאג וואס דער מלך איז אין שטאט ברענגט הקב"ה אהער די ימי חודש אלול ועשרת ימי תשובה און עס קומט אויס אז עס איז נישט די לעצטע טאג און די תשובה איז יא בזמנה.
- למענך בוראנו: ווען הקב"ה קוקט אויף כלל ישראל ברענגט עס א ברכה, בשעת בריאת העולם האט הקב"ה געקוקט אויף אלע דורות עד היום הזה און די ראי' איז גורם אז מען זאל היינט צוטאגס קענען נתעורר ווערן צו תשובה, און פארדעם איז מען מתפלל הושענא למענך בוראינו אז הקב"ה זאל אונז אנקוקן נאכאמאל און אזוי קענען נתעורר ווערן צו תשובה און זוכה זיין צו השקיפה ממעון קדשך וברך את עמך ישראל.
- הושענא למענך גואלינו: ביי גאולת מצרים האט הקב"ה קונה געווען כלל ישראל מיט קנין משיכה דורך קורא לה והיא בא, און דאס איז מען מתפלל הושענא למענך גואלינו אז הקב"ה זאל היינט אויך מאכן קורא לה והיא בא און נישט ח"ו קיין הכישה במקל.
- הושענא למענך דורשינו: דרשת חז''ל זיך צו פירן לפנים משורת הדין איז איז הקב"ה מחיוב מיט די מצוה פון טעינה ופריקה און ווען הקב"ה זעט אז א איד מיטשעט זיך צו זיין ערליך דארף אים הקב"ה צוהעלפן.
- הושענא למען אמיתך: דורך די כח פון די תורה הקדושה וואס איז אמת האבן די צדיקים א כח פון איבערדרייען ווערטער און מאכן פון צרה צו צוהר' פון מחלה צו הלחם, פון פשע צו שפע, וכו', און משפיע זיין כל טוב.
- הושענא למען בריתך: א מעסער איז געווענטליך עפעס וואס צושניידט א זאך אויף צוויי, אבער די מעסער פון א ברית מילה איז פארקערט און איז מדבק כלל ישראל צו הקב"ה און עס ברענגט אראפ כל מיני השפעות, און דאס איז מען מתפלל הושענא למען בריתך אז דורך מצות ברית מילה זאל הקב"ה אונז משפיע זיין כל מיני ישועות.
- הושענא למען גדלך ותפארתך: דורך די ד' מינים וואס ברענגט אראפ די השפעה פון מוליך ומביא, ברענגט הקב''ה די פלעצער ווי מען האט געזינדיגט צו די מענטש און מען זאל נישט דארפן צוריקגיין צו די אלע שלעכטע פלעצער ווען מען וויל תשובה טוהן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב ף הקב"ה זאל זיין א מוליך ומביא און אראפברענגען אלע ישועות והשפעות וואס מען דארף האבן, די מחסורו אשר יחסר לו.
מען האט געענדיגט די דרשה בערך 2:55, און מ'האט אנגעהויבן מקיף צו זיין דעם ביהמ''ד, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב, צווישן די הקפות האט געבלאזן שופר הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א כנהוג, נאכן ארומגיין האט מען געזאגט די פיוטים, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי''ר כנהוג.
מען האט געזאגט אתה הראית,י''ג מדות, רבש''ע און שיר המעלות פון עשי''ת כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' לאנדאן.
- פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי''ו (בית שמש).
- בעל קורא: הרה''ח ר' יעקב אייזנבאך הי"ו (לאנדאן).
- כהן: הר''ר יואל מייזליש שליט"א (וויען).
- לוי: הר"ר יודל וואזנער שליט"א (מאנטשעסטער) - און האט גומל געבענטשט און מוציא געווען הונדערטער פרישע געסט אנ"ש.
- שלישי: הר"ר אליעזר אייכנשטיין שליט"א (ירושלים).
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה''ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי''ו (לעיקוואוד).
גלילה: הר''ר יושע קליין שליט''א (ירושלים).
- מוסף: הגה''צ ר' חיים האלבערשטאם שליט''א.
די כהנים האבן גע'דוכנ'ט.
- מנחה: בעל תפילה: הרה''ג ר' אשר חיים ווייזער שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 4:50.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה אין די סוכה בביתו נאוה קודש, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א (ב''פ) בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט''א.
בביתו נאוה קודש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לטהר עצמו ברגל לכבוד יו"ט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
