בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ח תשרי תשפ"ז10/9/2026

באריכט
ליל שמיני עצרת זמן שמחתינו

ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה, מערבית: הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט''א דומ''ץ קהלתינו ב''פ.

אום 9:30 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הימלישע געשריי פון רבבות אלפי ישראל זקנים עם נערים, פתיחת הארון: פתיחת הארון: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי''ו (וומסב''ג).

מען האט אריינגעברענגט די ספרי תורה, דער רבי איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און די משוררים האבן אהנגעהויבן צו זינגן למנצח.

מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב
בערך 9:45 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן עבודת קדשו מיט די ריקודין פון די געהויבענע הקפות, ירוץ עבדך כמו איל ישתחוה מול הדרך בהתלהבות ורשפי אש קודש ובשמחה של מצוה, בראש קהל קדושים רוגשים, די אריבער א רבבה תלמידים וחסידים שעות ע''ג שעות בשמחת התורה, אשרי עין ראתה אהלינו בשמחת קהלינו.

אום 11:15 האט מען געענדיגט די הקדמה און אנגעהויבן די ערשטע הקפה.
צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי געטאנצן די זעקסטע און זיבעטע הקפה נאר אויפן בימה.
במשך יו"ט ביי אלע הקפות וואס דער רבי האט געטאנצן אויפן בימה זענען ארויפגעקומען אויפן בימה הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א און בני רבינו שליט''א, ווען דער רבי האט מקיף געווען די בימה בשעת אמירת הקפות.

ביי די זיבעטע הקפה האט מען מכבד געווען די פולע געסט מארצינו הקדושה מיט א ספר תורה.

נאך די הקפות נאך עלינו האט דער רבי געוואונטשן במאור פניו גוט שבת גוט יו''ט, פארן גאנצן ציבור אין אלע זייטן פון ביהמ''ד. מען האט געענדיגט 1:05.

ארום 2:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם זאל בביתו נאוה קודש.
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און פארציילט א לענגערע צייט זכרונות פון די תפילות און טישן ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א פון שבתים און ימים טובים, און זכרונות פון יו"ט הושענה רבה און שמחת תורה.

ארום 2:40 האט דער רבי אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו.
- אשת חיל: נכד רבינו החתן יחזקאל שרגא טייטלבוים ני"ו בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
- הגבהת הכוס: הרה''ג רבי משה הורוויץ שליט''א (ב''פ) חתן הגה''צ רב דביהמ''ד 15'טע עוו. שליט''א.
מען האט געזינגען ניגוני תורה מיט גרויס שמחה.

- כל מקדש: הר''ר יואל בן הגה''צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט''א (לאנדאן).
- מנוחה ושמחה: הר''ר יואל ברי"ב שטערן שליט''א (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וביום השמיני עצרת תהיה לכם' און געטייטשט אז ראש השנה און יום כיפור ווערט מכופר די פגם פון די עבירות און דורך ריקודין של שמחה אום שמיני עצרת ווערט מכופר די פגם אויף די צייט ווען מען טוט אן עבירה, און מען באקומט צוריק די מצוות וואס די חיצונים האבן אוועקגענומען.

- קה אכסוף: הר''ר יוסף מאיר שמידמאן שליט''א (מאנסי).
- ברכהמ''ז: בעל שמחה נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון בן הנולד אצל נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א, דער רבי האט טועם געווען באנדלעך און ביר, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
אויך איז פארגעקומען א שלום זכר לבן הנולד אצל ר' יקותיאל מנשה ב"ר יואל ברא"ז פריעדמאן הי''ו.
- אז ביום השביעי: הרה''ח ר' ישראל יאקאב הי''ו (ירושלים).
מען האט געענדיגט ארום 4:00.

יום שמיני עצרת

שמיני עצרת אינדערפרי ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יוסף פאללאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

- ברכות: הגה"צ ר' נפתלי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן.
- פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית והלל.

- הוצאה והכנסה: הרב חיים הערש בן הרה"ג רבי סיני טייטלבוים שליט"א (ב"פ) און הרב זלמן לייב בן הרה"ג רבי אהרן טייטלבוים שליט"א (וומסב''ג) - נכדי הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה.
- הולכת הס"ת לבימה: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א (ב"פ) און הרה"ח ר' ישראל יעקב פאללאק הי"ו (וומסב''ג).

- כהן: הרה"ח ר' יואל שמעון רובין הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
- שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- רביעי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- חמישי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל.
- ר' שמואל ב"ר אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב''פ).
- ר' מענדל ב"ר יואל ברב"י ווייס הי"ו.
- ר' יואל ב"ר יצחק טייטלבוים הי"ו.
- ר' ישראל דוד ברז"ל קאפפעל הי"ו.
- ר' יעקב ב"ר אברהם משה לאנדא הי"ו.
- ר' יחיאל אלטר ב"ר אברהם משה טויב הי"ו.

- שביעי: הרה''ח ר' נחום מרדכי וויינבערגער הי"ו (לאנדאן).
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו מראה"ק בלאנדאן.
- גלילה: הרה"ח ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הר"ר אברהם יואל לעפפלער שליט"א (וומסב''ג).
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו (סיגעיט).
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב כהנא הי"ו (וומסב''ג).

עס איז געווען יזכור. און צוליב די גרויסע געדרענג פון די שווערע טויזענטער אנ''ש ביים אריינקומען נאך יזכור איז אהערגעשטעלט געווארן די ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און ביי די דרום און צפון זייט פון ביהמ''ד צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס און אריין אויפאיינמאל.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינגקומען מיטן קיטל און ווייסן סטראקעס בעקיטשע, און ארום 2:45 צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די תפילה פאר גשם, לדוד מזמור און קדיש, משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו האט אויסגערופן משיב הרוח ומוריד הגשם.
רבינו שליט''א האט געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות.

פתיחה צו גשם: הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, צו קוה איז צו געגאנגען הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: ר' יעקב וויזעל הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 3:40.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו קידוש אין די סוכה הגדולה כנהוג. דער רבי האט קידוש געמאכט און האט טועם געווען פון מזונות, נאנט, קינדל און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני יו''ט.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן 'חג הסוכות תעשה לך' און געטייטשט אז דורך די ריקודין של שמחה ווען מען טאנצט און איז מתקן די אלע רמ"ח איברים און אלע שס"ה גידים, דארף הקב''ה משפיע זיין פרנסה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב מיט פרנסה בהרחבה גדולה פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 4:00.

דעם מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה, און אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א ובני משפחתו, אין די סוכה בביתו נאוה קודש מיט א אפענעם שלאק.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- הפיוט: בנו הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א (ב''פ).
- ברוך ה' יום יום: חתנו הרה''ג ר' משה הורוויץ שליט''א.
- ברוך קל עליון: נכדו הרב זלמן לייב בן הרה''ג רבי אהרן טייטלבוים שליט''א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך' און געטייטשט אז די שיעור פון א סוכה איז שתי דפנות פון שבעה טפחים ושלישית אפילו טפח, און שו"ע שטייט אז עס איז דא שבעה שמות שאינם נמחקים, די גמרא זאגט אז עס איז דא שבעה ספרים בתורה, כלל ישראל איז א גוי אחד בארץ, קומט אויס אז די ג' דפנות פון די סוכה איז אנטקעגן קוב"ה אורייתא וישראל, און דאס איז מען מתפלל ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומ"ך אן די דריטע וואנט איז די סוכה נישט כשר במילא מיז זיין תאיר ארץ מכבודך און הקב"ה מוז זיך מקשר זיין צו כלל ישראל.
- ברכהמ''ז: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

נאכמיטאג ארום ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה.
- בעל תפילה: הר''ר מאיר מרגליות שליט''א (מאנסי).
- פתיחה: הר''ר ישעי' גראס שליט''א (וומסב''ג).
- בעל קורא: הרה''ח ר' יעקב שטערן הי''ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה''ח ר' יואל ברז"ל גליק הי''ו (וומסב''ג).
- לוי: הר''ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט''א.
- שלישי: הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה''ח ר' אברהם ווייסמאן הי''ו (ב''פ).

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה צו של''ס און זיך געזעגענען פון די סוכה.
דער רבי האט זיך געוואשן און נאך די פיש האט דער רבי טועם געווען פון די עפל, הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו משמש האט אנגעגאסן די בעכער פארן רבי'ן, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די חברה קדישא און פארן גאנצן ציבור אלפי אנ''ש.

- אודה: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו.
- שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויף 'הגלה נא ופרוס חביבי עלי' און געטייטשט אז מצות סוכה ווערט אנגערופן א מצוה קלה, מען זעט ביי טיטוס הרשע אז הקב"ה האט געזאגט בריה קלה יש לי, ווייל עס גייט אריין און גייט נישט ארויס, די זעלבע איז מיט מצות סוכה מען גייט אריין אין די סוכה אבער מען גייט נישט ארויס, די קדושה פון מצות סוכה בלייבט אין א מענטש און מען נעמט דאס מיט אויף א גאנץ יאר, הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך מען שפרייט אויס אויף זיך מצות סוכה און עס בלייבט תאיר ארץ מכבודך אויף א גאנץ יאר, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב מען זאל קענען מיטנעמען מיט זיך מצות סוכה און די השפעות פון מצות סוכה אויף א גאנץ יאר.

- ידיד נפש: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה"כ וומ''ס.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.


מען האט ממשיך געווען און געזינגען הגלה נא בהתעוררות רב.
רבינו שליט''א האט אהנגעהויבן ווארפן עפל כמנהג רביה''ק בעל ברך משה זיע''א ולמעלה בקודש מרן הדברי חיים זיע"א, און דערנאך געבעטן דעם משב"ק זאל צו ענדיגן ווארפן וואס ס'איז נאך פארבליבן, און דערנאך געזאגט ברגש די תפילה כשיוצאים מן הסוכה און די יהי''ר, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים באש קודש, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בשמחה של מצוה זיך צו געזעגענען פון יו''ט סוכות.

דער רבי איז ארויס פון די סוכה ברקודי קודש און אריין אין ביהמ''ד און ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, אנגעליינט אויף אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א. דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן פלאץ און מען האט ממשיך געווען צו זינגען פאר עטליכע מינוט, מען האט געענדיגט ארום 8:25, דער רבי האט געוואונטשן א גוט יו"ט און אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 425
אין טעלעגראם