ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו - ליל שמחת תורה
ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ברוב עם הונדערטער חסידים ואנשי מעשה.
- בעל תפילה: הרה''ח ר' יעקב יוסף פילעפף הי''ו.
נאך מעריב איז דער רבי געגאנגן אין די פריוואטע מקוה שע"י ביהמ"ד הגדול.
אום 1:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה צו אתה הראית.
- פתיחת הארון: הרה''ח ר' יעקב הערש היימאן הי''ו (וומסב''ג).
אום 1:55 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די הייליגע עבודה מיטן טאנצן די געהויבענע הקפות.
רבינו שליט"א האט געזאגט פינף מאל תורה אינמיטן די הקדמה.
- ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש אב הרחמן', דורך טאנצן שמחת תורה ווערט מען נקנה צו הקב"ה מיט קנין הגבהה, שמיני עצרת איז א יו"ט ע"ש העתיד, לעתיד גייט מען פסק'ענען ווי רבי שמעון אז אן עבד כנעני ווערט נקנה בהגבהה, טאנצט מען ריקודים של שמחה צו קענען נקנה ווערן צו הקב"ה מיט קנין הגבהה, און אויסגעפירט בבכיות מיט א תפילה צו הקב"ה אז עס זאל זיין ירוץ עבדך כמו איל און מען זאל קענען טאנצן די הקפות כדבעי און אזוי נקנה ווערן צו הקב"ה.
- צווייטע תורה: אויפן חרוז *'הדור נאה' וידבר משה א'ת מ'ועדי ה' א'ל ב'ני י'שראל, איז ר"ת אב"י אמ"י, מען האלט יו"ט שני של גליות צוליב מסורת אבות און אין דעם זכות קען מען מבטל זיין גזירות רעות, ביי די הקפות טרייבט מען ארויס די צדיקים פון גן עדן וויבאלד אויף יענע וועלט איז נישט דא קיין יו"ט שני, און אויסגעפירט אז די אבות ואמהות און די צדיקים אבותינו ורבותיה"ק זיע''א געפינען זיך דא יעצט ביי די הקפות און מען קען זיך אויסבעטן פון זיי אלעס וואס מען דארף.
- דריטע תורה: אויפן חרוז *'הגלה נא' פון מצות סוכה איז א ראי' אז כלל ישראל האט א דין בנים למקום במילא וועט הקב''ה מאכן תחיות המתים, ניצט תשובה און מען ווערט נישט נדחה, מיט די ריקודים של שמחה שמחת תורה בכל גופו ובכל איבריו קען מען מתקן זיין אלע איברים, נאך סוכות ווען עס איז א ראי' אז מען האט א דין בנים למקום און מען גייט אויפשטיין צו תחית המתים און נאר פארדעם ניצט תשובה, טאנצט מען שמחת תורה צו מתקן זיין אלע איברים.
- פערטע תורה: אויפן חרוז *'בראשית תורתך הקדומה' ווען אידן טאנצן הקפות שעות ארוכות לפנים משורת הדין איז הקב"ה מקיים מצות השבת אבידה לפנים משורת הדין ווען א מענטש טוט תשובה און ברענגט אים צוריק זיינע מצות און אזוי איז מען נאכדעם מבטל די עבירות.
- פינפטע תורה: אויפן חרוז *'הקל הגדול' ווען א מענטש הייבט אן זאגן קדושה טראכט ער צו זיך אז ווער בין איך צו זאגן קדושה פאר הקב"ה? זאל ער אבער טראכטן אז אנטקעגן הקב"ה זענען דאך די מלאכים אויך גארנישט און אז די מלאכים קענען זאגן שירה און קדושה קענען מיר אויך זאגן, די בחינה האט אברהם אבינו אונז אויסגעלערנט ווען ער האט מקרב געווען לאבינו שבשמים אלע עוברים ושבים און זיי אויסגעלערנט אז זיי זענען יא חשוב ביי הקב"ה צו קענען זאגן שירות ותשבחות.
מען האט געענדיגט די הקדמה ארום 4:20.
צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי געטאנצן אנגעהויבן שוין פון די ערשטע הקפה נאר אויפן באלעמער און אפגעראכטן די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 5:25.
נאך די הקפות האט רבינו שליט''א פארגעזאגט שמע ישראל ה' מלך און די אנדערע פסוקים.
- פסוקי שמע ישראל ובעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו.
עליות.
- כהן: הרה''ח ר' אלי' שאול כ''ץ הי''ו (ב''פ).
- לוי: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הר''ר חיים ישראל קלאגסבאלד שליט''א (לאנדאן).
- גלילה: ר' שמואל בענעדיקט הי"ו (מאנטשעסטער).
מען האט געענדיגט ארום 5:35, און דער רבי האט געוואונטשען א גוט יו"ט פאר'ן גאנצן ציבור בצהלות פניו.
דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי אין ביהמ''ד הגדול און קידוש געמאכט און אפגעראכטן די סעודת יו"ט, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו. ברכת המזון: נכדו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב''פ).
ארום 6:40 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
יום שמחת תורה
שמחת תורה אינדערפרי ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.
פסוקי דזמרה און שחרית האט מען געדאווענט במהירות כנהוג, בעל תפילה: הר"ר חיים שלמה קרויס שליט"א ביי נשמת האט מען געזאגט האל, המלך און שוכן עד, בנוסח יו''ט, ימים נוראים ושבת כנהוג. די כהנים האבן געדוכענט,
דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתלהבות אש. מען האט געענדיגט ארום 1:25, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 2:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אתה הראית.
- פתיחה: הרה''ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי"ו (לאנדאן).
ארום 2:25 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן טאנצן די הייליגע הקפות. מען האט געענדיגט די הקדמה בערך 4:20 .
רבינו שליט''א האט געזאגט 7 מאל תורה, פיר מאל ביי די הקדמה און ביי די ערשטע הקפה, פאר די פערטע און זעקסטע הקפה.
- ערשטע תורה: אויפן חרוז *'ידיד נפש'*, דורך די ריקודין של שמחה, שמחה של מצוה איז מכפר אויך אויף די עבירה אז מען איז געווען בשמחה בשעת'ן טוהן א עבירה.
נאך אן אופן, ווען מען איז בשמחה בשעת מקיים זיין א מצוה וואס א זכר צו א נס איז עס נישט אזא חידוש, משא"כ שמיני עצרת וואס איז נישט קיין זכר צו א נס נאר מען פרייט זיך מיט די תורה און מען טאנצט שהבדלנו מן התועים דאס איז א גרויסע חידוש און הקב"ה האט א שטארקע הנאה דערפון.
- צווייטע תורה: אויפן חרוז פון *'הדר נאה*' אנא קל נא רפא נא לה, אין נא אלא לשון בקשה, שמחת תורה איז אזוי הייליג אז עס איז מעלה אלע תפילות ובקשות פון א גאנץ יאר, א מצוה איז נישט בשלימות נאר אויב עס קומט אן שווער אדער עס קאסט געלט, פארדעם בעט מען די אלע מצוות וואס זענען נישט בשלימות זאלן ווערן בשלימות דורך די קדושה פון שמחת תורה און ארויפגיין אין הימל.
- דריטע תורה: אויפן חרוז פון *'הגלה נא' בסוכות הושבתי את בני ישראל איז א מחלוקה צו ענני הכבוד אדער סוכות ממש, די סוכות ממש וואס די אידן האבן געבויעט און געהאט מסירות נפש האט פארמאגט די זעלבע קדושה ווי די ענני הכבוד און איז עס נאך א גרעסערע חידוש און חשיבות ווי די ענני הכבוד וויבאלד גדולה מעשה צדיקים יותר ממעשה שמים וארץ, פארדעם האט מען געגעבן די תורה פאר כלל ישראל און נישט פאר די מלאכי השרת, אזוי אויך איז די שמחה של מצוה בעולם הזה מער חשוב ווי די שמחה של מצוה בעולם הבא און פארדעם קומען די צדיקים אראפ פון גן עדן ביי די הקפות, און שטארק מעורר געווען זיך קובע עיתים זיין לתורה אפילו נאר א שעה א טאג וואס דאס איז נאך מער חשוב ביי הקב''ה.
- פערטע תורה: אויפן חרוז פון *'בראשית תורתך*' ראש השנה שחל בשבת נעמט הקב''ה די תקיעות פון בזמן שביהמ"ק קיים און הערט עס היינט צוטאגס אזוי קען מען אויספועל'ן אלעס גוטס אפילו מען בלאזט נישט שופר בפועל, דער בני יששכר זאגט אז בראשית איז ר"ת ר'אש ש'נה י'תקעו ת'רועה ב'שופר א'יל, און אזוי אויך ר'צה א'לקים ת'שמרו י'ום ש'בת ב'ראשית, אז מען זאל נישט בלאזן קיין שופר משום חשש חילול שבת, און דאס איז טייטש בראשית תורתך הקדומה רשומה חכמת"ך הסתומה תקיעת שופר איז א חכמה ואינו מלאכה, און אפילו עס איז 'מאין תמצא והיא נעלמה' ווען מען בלאזט נישט ר"ה שחל בשבת אבער דאך הערט עס הקב"ה פון די פריערדיגע דורות.
- די תורה ביי די ערשטע הקפה*, ביים נסיון פון יוסף הצדיק איז נראה לו דמות דיוקנו של אביו, יעקב אבינו פארמאגט די כח צו ראטעווען יעדע איד פון א עבירה, הקב"ה שיקט אראפ יעקב אבינו שמחת תורה צו העלפן כלל ישראל זיך צו פרייען מיט די תורה הק' און פארדעם איז יעקב רישא לחדוותא.
- די תורה פאר די פערטע הקפה* - הקפה פון משה רבינו.
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני תורה בהתעוררות רב ובבכיות, און דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און געזאגט תורה, ווען א מענטש לערנט די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן איז ער מיט דעם מעורר די י"ג מידות של רחמים, און שטארק מעורר געווען זיך צו מקבל זיין קבלות טובות בעניני לימוד התורה יעדער לפי בחינתו, און יעדער דארף צו וויסן די חשיבות פון לימוד התורה און אז ווען א מענטש איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה א גאנצן טאג און קומט אין ביהמ"ד בקביעות לערנען אפילו נאר איין שעה איז עס מער חשוב ביי הקב"ה ווי איינער וואס לערנט א גאנצן טאג, און מען קען מיט דעם מעורר די י"ג מידות של רחמים.
די תורה פאר די זעקסטע הקפה* - הקפה פון יוסף הצדיק, שמיני עצרת ווען מען איז מתקן אלעס וואס מען האט פוגם געווען קען מען זיך פרייען מיט א אמת'ע שמחה של מצוה, און שטארק מעורר געווען אז מען שטייט יעצט פאר די הייליגע זעקסטע הקפה - די הקפה פון יוסף הצדיק, יעדע איד האט עולה געווען היינט אין א ספר תורה, וויאזוי קען א פינגער וואס האט אנגערירט א טמא'נע כלי אנרירן א ספר תורה?! און אויסגעפירט אז יעצט איז די ריכטיגע צייט זיך צו ממקבל זיין קבלות טובות בעניני קדושה, מיט א חרטה גמורה
אויפן עבר וקבלה טובה אויף להבא, און אזוי זיך קענען פרייען מיט א אמת'דיגע שמחה של מצוה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
צווישן די הקפות האט מען געזונגען די פיוטים פונעם חרדים, בהתעוררות רב, טייכן טרערן זענען פארגעסן געווארן ברגשי געגועים והתעוררות ביי רבבות אלפי אנ"ש.
פון די צווייטע הקפה איז דער רבי געטאנצן נאר אויפן באלעמער.
ביי די ערשטע הקפה זענען די געסט פון אייראפע מכובד געווארן מיט א ספר תורה, און ביי די פערטע הקפה זענען אלע מלמדים מכובד געווארן מיט א ספר תורה, און ביי די זיבעטע הקפה זענען נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע''א מכובד געווארן מיט א ספר תורה.
ביי די זעקסטע הקפה האט רבינו שליט''א געמאכט די נענועים מיט די ספר תורה בהתרוממות ובדביקות כמנהג רבותינו הק'.
ביי די זיבעטע הקפה ביי די שטיקל פון 'חזק מיחד' האט דער רבי איבערגענומען זיין אייגענעם ספר תורה און געטאנצן די ריקודין ברוב חביבות והתרוממות בשמחה עילאה.
ביים ענדיגן בערך 6:20 האט דער רבי געזאגט ויאתיו, און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק.
מען האט געליינט און געדאווענט די תפילות מיט א שנעלקייט מפני קוצר הזמן.
- בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: משב"ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו.
- רביעי: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
מען האט נאכאמאל איבערגעליינט די קריאה פון וזאת הברכה
- כהן: הרה"ח ר' יעקב בר"ש פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי: ר' מאיר מענדל ברח"ש פישער הי''ו.
- רביעי: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו מיט נאך א מקריא האבן פארגעזאגט דעם רשות חתני התורה*, און רבינו שליט''א האט עולה געווען און געליינט בהתעוררות רב די קריאה פון מעונה.
- הגבה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי''ו.
- *חתן בראשית:* הרה''ח ר' משה ארי' פריינד הי''ו (לאנדאן), מען האט אויסגעשפרייט א טלית ווי א חופה, כנהוג.
- הגבה: הרה"ח ר' יוסף ברמ"א פריינד הי''ו (לאנדאן).
- גלילה: ר' יודל שטיין הי''ו (ב''פ).
- חתן מפטיר*: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יואל ברמ"א פריינד הי''ו (ב"ב).
גלילה: הרה''ח ר' שלום מיטטעלמאן הי''ו (ב''פ).
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, מען האט פרייליך געמאכט כנהוג. מען האט תיכף געדאווענט מנחה. מען האט געענדיגט 7:25.
דער רבי האט תיכף געמאכט קידוש בחדרו הפרטי און זיך געוואשן צו די סעודה, דער רבי האט בוצע געווען אויף א לענגליכע ראזינקע חלה כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.
שלחן הטהור נעילת החג - מעמד ברכות הקודש
ארום 10:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צום נעילת החג טיש, במעמד אלופי אלפי ישראל.
ביים אריינקומען איז דער רבי ארויס אין א פייערליכן טאנץ אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און ממשיך געווען די סעודה, און מאריך געווען בניגוני יו''ט, און מען האט אריינגעברענגט קרויט כנהוג.
מען האט געזונגען די ניגוני יו''ט, און דערנאך ניגונים פונעם הייליגן קדושת לוי וואס די יומא דהילולא פאלט אויס א טאג נאך אסרו חג, פארגעזונגען דורך הר''ר הערשל קאהן שליט''א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען די דברות קודש אויפ'ן מייק,
דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל' און משלב געווען סוף התורה לתחילתה און געטייטשט אז די סיבה פארוואס משה רבינו איז נסתלק געווארן און איז נישט ארויף לעבעדיג אין הימל איז נאר כדי ער זאל ווייטער האבן א קשר מיט דעם עולם השפל, אזוי ווי עס שטייט אין חז"ל אז לעתיד לבא ווען משה רבינו וועט אויפשטיין צו תחית המתים וועט משה רבינו מיטנעמען אלע מתי חוץ לארץ מיט זיך, דאס מיינט נישט נאר תחית המתים פון די גופים נאר בזמנינו אלה ווען א איד וויל טוהן תשובה איז עס בזכות פון די חיות דקדושה וואס משה רבינו ברענגט אריין אין די הערצער און דאס איז א בחינה פון תחית המתים פאר די נשמות, און אויסגעפירט אז דאס אז אזויפיל טויזענטער אידן טאנצן שעות ארוכות און פרייען זיך מיט די תורה הק' דאס איז נישט די סדר העולם און איז נאר מיט די כח פון משה רבינו און אזוי ווייטער אלעס וואס אונז האמיר היינט צוטאגס איז אלעס מיט די כח הקדושה פון משה רבינו.
דער ייטב לב זאגט אז שמיני עצרת איז א יו"ט ע"ש העתיד, 'אין ישראל נגאלין אלא בתשובה', נאר מיט די כח הקדושה פון משה רבינו איז מען זוכה צו תשובה און דאס דערהאלט אונז עד ביאת הגואל, אונז זעמיר אלע תלמידים פון משה רבינו און זיינע כוחות און השפעות האט נישט קיין גבול און ער קען משפיע זיין סיי רוחניות און סיי גשמיות, און האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט, דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרא מסכת ברכות בבלי וירושלמי כנהוג און אריינגעטייטשט שיינע רמזים וענינים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דריי מאל לשנה הבא בירושלים.
מעריב מוצאי יו''ט: משב"ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און נאך עטליכע מינוט ארויסגעקומען בחצר ביהמ"ד הגדול צום מעמד ברכות הקודש במעמד אלופי אלפי ישראל לכל העם הנאספים סיי פאר די עזרת ישראל און סיי פאר די עזרת נשים.
מען האט געזינגען נגוני שמחה, דער רבי האט געוואונטשן די ברכות הקודש א גוטע וואך און א געזונטער ווינטער, און מעורר געווען צו אויספירן אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו''ט יעדער לפי ערכו הקטנים עם הגדולים, און מען וועט זוכה זיין צו א בית רבתי אנגעפילט מיט כל טוב וואס עס פעלט זיך אויס אין א אידישע שטוב, און מסיים געווען ברוב ברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 11:50, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש זענען אריין זיך געזעגענען פאר א לענגערע צייט הונדערטער געסט אנ''ש פון ארה"ק, אייראפע, און מאנטרעאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט בצל הקודש.
יהי''ר מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס, מיט אלע השפעות וישועות פאר יעדן איינעם, בביאת משיח צדקנו ומלכינו בראשינו
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
