מיטוואך נח
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הרה''ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אהרן יוסף קליין הי"ו.
- ב"ר אליעזר דוד האפמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב שמחה שעהר הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ט'. דערנאך זענען אלע בחורים אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז פארגעקומען א קביעות מזוזה פארן נייעם צוגעבויעטן פליגל צום ישיבה, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמחה ישראל וויינבערגער און הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג בשכונת טשעסטער אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פונעם הייליגן ייטב לב זיע''א און זכרונות פון הרה"צ רבי איתמר'ל מנאדבורנא זצ"ל אין אמעריקע, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און דערביי האט האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א איבערגעגעבן ספרו נהרי הלכה פאר רבינו שליט"א.
אויך איז אריין בקו''פ הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א אינאיינעם מיט חתנו הרה"ג ר' משה הורוויץ שליט"א אפצונעמען א ברכת מזל טוב לרגל הולדת בנו /נכדו למז"ט, ולרגל שמחת אירוסי נכדתו למז"ט הכלה בת לבנו הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף מעיין התורה ב"פ.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
