בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' מרחשון תשפ"ז10/18/2026

באריכט
דאנערשטאג נח

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק שאול כוואן הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 12:55 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די קרוב צו 1,700 בחורי חמד כ''י פון די 7 סניפי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און די שיעורי הישיבה אין מסכת כתובות, און מעורר געווען די בחורים זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א חסידישע בחור מיט אלע ענינים, און ארויסגעברענגט די חיוב פון יעדע בחור איינצוהאלטן אלע תקנות הישיבה הן די לימודי הישיבה, הן די זמני הישיבה, ובפרט די תקנות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א מייסד הישיבה נישט צו דרייוון קיין קאר, נישט גיין צו קיין חתונות און תנאים'ס, זיך מונע זיין פון אלע טעכנעלאגישע כלים, און אלע איבעריגע תקנות הישיבה, און ממשיך געווען איבער די היינטיגע ניגונים און טענץ ביי חתונות, און מעורר געווען צו אנהאלטן די חתונות און שמחות אויף די אמאליגע אופן מיט ערליכע ניגונים און איידעלע טענץ, אזוי אויך ארומגערעדט איבער די חיוב אוועקצושטיין פון די טומאת הציונית מיט אלע אירע אנגעלעגנהייטן, נישט ווערן נאכגעשלעפט פון זייערע פראפעגאנדע און פון זייערע נייעסן ע"ד המסורה לנו פון רביה"ק זיע''א, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:50.

אין די נאכמיטאג שעות ארום 3:45 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש קאנגרעסמאן 'פעט רייען' וועלכע פארטרעט קרית יואל און לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה, דער רבי האט זיך צום ערשט באדאנקט פאר זיין קריטישע הילף אוועקצושטעלן די נייע געזעץ לטובת דעם היימישן חינוך אין ניו יארק און זיין שטענדיגע הילף פאר נאך פילע ענינים, מען האט אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים לטובת די אלפי תושבי קרית יואל און אזוי אויך האט ער צוגעזאגט צו שטיין צו הילף פאר קרית יואל'ס שטענדיגע הרחבת גבולי הקדושה כדי צו קענען האלטן ביליג די דירות פרייזן.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו און הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' דוד דניאל כיבודי הי"ו און הרה"ח ר' עזרא אריאל מזרחי הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל בר"ל גראס הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר מאיר ישראל שפיטצער שליט"א און הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א.
- הרה"ח ר' מרדכי לייב צוויבל הי"ו און הרה"ח ר' יעקב קעסלער הי"ו.
- הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן שליט''א און הרה"ח ר' חיים יחזקאל בר"א ראזענבערג הי"ו.
- הר"ר מרדכי וועבערמאן שליט"א און הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט''א רב דביהמ''ד יראי השם בשכונת ברוך טעם אין קרית יואל המורחבת, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בנו קומענדיגע שוואך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די הנהלת הביהמ"ד ותושבי השכונה איבער די פילע שיעורי תורה דעם פארלאפענעם חודש תשרי אינעם ביהמ''ד, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג לך הבעל"ט בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג.
דער רבי געמאכט די ברכה, אריין אין אוהל און געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל און בעל ברך משה זיע''א און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה.
👁 346
אין טעלעגראם