מאנטאג לך
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יעקב מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג.
בחדרו הפרטי האט דער רבי ממנה געווען עטליכע בחורים פון יעדע סניף וועלכע זאלן זיין ממונה אבאכט צו געבן און מעורר זיין די חתנים צו נעמען נאר ערליכע מוזיק ביי זייערע חתונות, דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון זינגען און טאנצן נאר אויף ערליכע און חסידישע מוזיק ביי א חתונה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 1:45 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ספעציעלע אויפנאמע פארן הויכגעשעצטע גאווערנער האוקל יר"ה ארויס צו צייגן די הכרת הטוב וואס די חרדי'שע אידנטום האט פארן גאווערנער פארן אדורכפירן דעם גינסטיגן געזעץ פארגאנגענע יאר לטובת דעם חינוך הטהור אין ניו יארק.
עס זענען אנוועזנד געווען די הנהלת הקריה, ראשי הקהילה והמוסדות, אינאיינעם מיט עסקני קהלתינו הק' און כלל טוער פון אנדערע שטעט, צווישן אנדערע הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו, הרה"ח ר' יודא לייב זארגער הי"ו, און דער חרדי'שער אסעמבלימאן פון בארא פארק בנש"ק הרה''ח ר' שמחה אייכענשטיין הי''ו.
איידערן אויפנאמע איז די גאווערנער אריבער צו די בניני הבית רחל ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן בפקודת הקודש פון רבינו שליט"א א מלכות'דיגע אויפנאמע דורך די אריבער 6500 תלמידות בלע"ה לכבוד המלכות, און דערנאך איז די גאווערנער אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א ווי די גאווערנער איז ענטפאנגען געווארן דורך הרבנית הצדיקת תליט"א ובנותיה מיט די ריכטיגע כבוד המלכות.
די גאנצע אויפנאמע איז אהערגעשטעלט געווארן בדרך כבוד בחדרו הפרטי פון רבינו שליט"א ווי דער רבי איז געזיצן אויף איין טיש מיט אלע עסקנים וראשי קהילה והמוסדות, און די גאווערנער איז געזיצן אויף א באזונדערע טיש אינאיינעם מיט הרבנית הצדיקת תליט"א ובנותיה.
צום ערשט האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פארן העלפן פארטיידיגן דעם חינוך הטהור, און זיך באדאנקט פאר די שטענדיגע הילף פונעם גאווערנער ביי יעדע פראבלעם, דערנאך האבן די עסקני והנהלת הקריה אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט פאר די גינסטיגע האוזינג הילף דורך די רעגירונג וועלכע העלפט שטארק ארויס צו בויען גרעסערע דירות פראיעקטן, און גיבט געלט פאר די אינפאסטרוקטור, וואסער, און סוער פראיעקטן וועלכע קומען מיט דערמיט, און מען האט דערביי געבעטן די גאווערנער צו פארזיכערן אז ביוראקראטישע שטערונגען זאלן נישט שטיין אין וועג אויפצוהאלטן ביליגע דירות פראיעקטן, ביים ענדיגן האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת הקודש צו די בעפארשטייענדע וואלן און דערביי האט די גאווערנער צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף מיט אלעס וואס איז מעגליך במשך די קומענדיגע פיר יאר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די אנוועזנדע עסקנים, מען האט געענדיגט ארום 2:10.
דערנאך איז העסקן הרה"ח ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו געבליבן בקודש פנימה און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים לטובת הכלל והפרט, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן ווי ער לויפט פאר ווידערוויילונג פאר אסעמבלימאן פון ב"פ.
נאך דעם באזוך איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.
שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט''א מאלכסנדר חתן הגה"צ רבי יחיאל האלבערשטאם שליט''א אבד"ק פאשקאוויץ טשענסקאוויץ, וחתן הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א
ארום 3:10 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג .
ביים אנקומען בערך 4:40 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו מנחה.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו (קר"י).
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביום החופה.
נאך מנחה ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. במשך דעם קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן בדברי כיבושין אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה און די הייליגע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צום סיום מאציל געווען רב ברכות פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון אפריון קראסנא, דער רבי האט געבענטשט דעם חתן און נאכן זמן צאת הכוכבים מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר"י), און הרה''ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו.
ארום 7:20 איז מען ארויס צום חופה. וואו רבינו שליט''א מכבד געוועהן.
- סידור קידושין: דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק פאשקאוויץ טשענסקאוויץ שליט"א.
- קריאת הכתיבה: דער זיידע הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר.
- ברכות ראשונות: דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
- ברכה אחריתא: דער זיידע הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א, ראש הכולל.
- עדי קידושין: הגה"צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
- עדי יחוד: הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א, הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס ומחותנים.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן א לחיים און געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ארום 9:10 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן א לענגערע צייט, און מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצן אויבנאן. דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ"ד ארום 10:15, און איז אריבער לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
בביתו נאוה קודש איז אריבערגעקומען הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א וואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון הרה"ק רבי שמואל מגארליץ זי"ע װאס די יארצייט איז געפאלן אויפדערנאכט ט' חשון, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א אינאיינעם מיט די נייע מנהלים וועלכע זענען נתמנה געווארן די זמן אין צוויי סניפים פון די ישיבות קטנות אין וומסב''ג, הרה"ג ר' שמחה רובין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א אלץ מנהל ישיבה סניף נזר התורה, און הרה"ג ר' חיים דוד פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מקארלסבורג מאנטרעאל שליט"א אלץ מנהל ישיבה סניף חכמת התורה, און עטליכע מחברי ממלכת התורה.
דערביי האט דער רבי שליט''א געהערט א באריכט פון די מנהלים וויאזוי דער נייער זמן האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די נייע מנהלים און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת ממלכת התורה.
ארום 11:25 איז רבינו שליט''א אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון ומצוה טאנץ.
- ברכת המזון הגה"צ אבד"ק ור"י אלכסנדר שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ ר' אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן.
בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש קודש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ובני משפחתו.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און דערביי עקסטער געטאנצן מיט חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
