בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ב מרחשון תשפ"ז10/23/2026

באריכט
דינסטאג לך

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שמואל יודא הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם זאנוויל דרוממער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאך די ברית'ן האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א וועלכע האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט רבינו שליט"א לרגל די שמחת הברית פון נכדו וועלכע איז פארגעקומען נאכן דאווענען.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב''ר ישראל מנחם שניצלער הי''ו.
- ב''ר שמואל לייב פריעד הי''ו.
- ב''ר מאיר יקותיאל יודא לאקס הי''ו.
- ב''ר יואל ב''ר יוסף דרומער הי''ו.
- ב''ר שמואל בנימין סופר הי''ו.

דערנאך האט רבי געצינדן 5 לעכט לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי שמואל גארליצער זצ"ל. און דער רבי האט פארגעזאגט וכרות.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א ונכד כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט''א, בן הנולד אצל נכדם הרב בעריש הורוויץ שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים בחדר אברהם יודא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, פארן בעל ברית ובני משפחתו, פאר די בר מצוה בחורים, און פארן גאנצן ציבור, און דערביי האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו געמאכט די מי שברך כנהוג, דערנאך האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיטן זיידן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הלכה ברורה ווי עס איז פארגעקומען א ברית פון נכד משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, בן הנולד אצל נכדו הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל רב הביהמ"ד, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות קדשו, און דערביי האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו געמאכט די מי שברך כנהוג.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק', מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדבר הלכה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג היושב ע"פ בנו ע"ה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער זיין מצב הבריאות און אנגעוואונטשן א רפואה שלימה און א ברכת תנחומין.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
👁 406
אין טעלעגראם