בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ט טבת תשפ"ב1/2/2022

באריכט
חלק א' פר' בא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו

זונטאג

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די חרדישע ישובים איבער ניו יארק.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:50 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט איבער פארשידענע זכרונות פון די בראשית יארן בימי רביה"ק זי"ע.

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️