בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגא' שבט תשפ"ב1/3/2022

באריכט
מאנטאג - ראש חודש שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא פריעדמאן הי''ו, כהן: הרה''ח ר' שמואל משה פריעדמאן הי''ו, שלישי: הנגיד ר' בערל ווייס הי''ו (לאס אנדזשעלעס), רביעי: רבינו שליט''א, הגבה: הר''ר אברהם דוד וואגשאל שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' ישראל ניימאן הי''ו. צו מוסף איז נתכבד געווארן הגה''צ אב''ד היבנוב ב''פ שליט''א.

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א זיינע שמועס איבער עניני גידול פון א לולב און די חלקי ההלכה דערפון, ווי דער רבי האט אנגעוויזן די פרטי הדברים אויף די טייטלביימער וואס געפינט זיך דארט אינטערוועגענס אהיים.

בביתו נאוה קודש האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו די סעודת ר''ח אויף א פריוואטע פארנעם.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, ובמיוחד פון הגה"ק המהר"ם שיק זצ"ל וואס איז געפאלן די יארצייט דעם טאג.

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.09K