בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגב' שבט תשפ"ב1/4/2022

באריכט
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק הרבי ר' זושא זי''ע.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יארצייט, ווי דער רבי האט דערציילט א לענגערע צייט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא.

דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן קאך פונעם נייעם 'פאלם ספרינגס קאשער' געשעפט אינעם ארטיגן ביהמ''ד, וואס איז געבויט געווארן פאר א הכנסה לביהמ''ד בהשתדלות הנגיד ר' הערשל שפיץ הי''ו ובנדבת לבם פון נדיבי אנ"ש שיחי', דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, אינטערוועגנס איז געווען א שיינע שמועס בכינויי שמות אנשים.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:15 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, ובמיוחד איבער הגאון הגדול רבי יוסף שאול נאטזאהן זצ"ל בעל 'שו"ת שואל ומשיב' און עובדות וסיפורים פון הגה"ק החתם סופר זצ"ל

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️