בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ח אדר ב' תשפ"ב3/21/2022

באריכט
שב"ק פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי''ו, ביי לכה דודו האט מען געזינגען יעדע שטיקל אן אנדערע ניגון כנהוג.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:05. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה. הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "זאת תורת העולה" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו.

קה אכסוף: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א, דומ''ץ ביהמ''ד דינוב, ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ''א אדר. קה רבון עלם: הרה''ח ר' שמחה יוסף הירש הי''ו (ירושלים).

די פרישע חתנים זענען אדורך געגאנגן נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב יושע העשיל שארף שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' צדוק היילברוין הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שמעי' קעסלער הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אליעזר היילברוין הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' אהרן שלמה אפעל הי''ו (וומסב''ג), שלישי: החתן ב''ר צדוק היילברוין הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר יעקב קעסלער הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר מאיר שפיצער הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל ר' ברוך יוסף פריעדמאן הי''ו.
שביעי: בעל שמחה ר' ארי' ברח''י הערשקאוויטש הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: בעל שמחה ר' אברהם שאול בערנאטה הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, מפטיר: הרה''ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט''א, הגבה: הרה''ח ר' יעקב מאיר דאסקאל הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה''ח ר' יעקב קעסלער הי''ו.

מוסף: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקאל הי''ו. מען האט געענדיגט 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:35. מנחה: הרה''ח ר' שמעון יאזשעף הי''ו (בני ברק), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מעכיל פעלבערבוים הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ח ר' אלימלך דייטש הי''ו, לוי: הרה''ח ר' הלל מנשה מארמארשטיין הי''ו (וומסב''ג), שלישי: הרה''ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ג ר' יחיאל גוטמאן שליט"א (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' שלמה הערש בר''מ עקשטיין הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''זאת תורת העולה'' און געטייטשט אז אפילו מען האט א התעוררות תשובה דארף מען האבן עקסטערע כוחות ארויסצוגיין פון מעשי היצר און קענען ארויסברענגן מכח אל הפועל, דורך עוסק זיין בתורה באקומט מען די כוחות צו קענען זוכה זיין לתשובה שלימה און צו די גאולה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' חיים אלעזר שפיצער הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו, שושנת יעקב: הרה''ח ר' יעקב מאיר דאסקאל הי''ו - מען האט געזונגען דעם אלטן ניגון פון הרה''ח ר' ליפא לויאש ז''ל. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' יואל בר''ש ווערצבערגער הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבערגעגאנגן זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:10.


נאך הבדלה איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה''ח ר' יואל בערנאטה הי''ו לרגל נישואי בתו למז''ט עב"ג הכלה ב"ר אברהם סופר הי"ו, ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויף א זכות אדיר וואס ער האט אפגעקויפט אין די מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️