בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ח אדר ב' תשפ"ב3/21/2022

באריכט
זונטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד לר' גרשון פעלבערבוים הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' זלמן לייב שפיטצער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' יודל גוטמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל פארגעס הי''ו.
ב"ר חיים אברהם גליק הי''ו.
ב"ר יואל בערגער הי''ו
ב"ר יואל (ב"ר מאיר) ווערטהיימער הי''ו.
ב"ר יעקב קליין הי''ו.
ב"ר יואל רובינשטיין הי''ו.
און נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יעקב יודא גפן הי''ו - ר' יוסף לייב ברוין הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' שמואל זאנוויל כהנא הי''ו - ר' אהרן שמואל פוקס הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געװען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:45.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות דורך הרה"ח ר' שלום ווייס הי''ו נדבן פונעם בנין מבצר הכוללים בקר''י, ווי דער חשובער נדבן האט געגעבן א סכום אדיר צו קענען איבערבויען די הינטערשטע שטאק פונם בנין ווי עס וועט צוקומען נאך הונדערטער פרישע פלעצער פאר די לומדי הכולל, דער רבי האט בתו''ד ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה פונם נדבן, און אז די צוועלף פרישע מורי הוראה בקהלתינו הק' וואס זענען נתמנה געווארן פארגאנגענעם וואך זענען אויסגעשטיגן אדאנק די פירות פונעם מבצר הכוללים, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן און מאציל געווען מברכות קדשו לטב ולחיין ולשלם.

אויך זענען אריין בקו"פ א קבוצה בחורים פון א ישיבה אין די גרינפיעלד פארק געגנט אין די קעסטקילס, בהנהלת הרה"ג ר' אלימלך מיללער שליט''א,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די ישיבה און די לימודים, און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים אין די סוגיא וואס זיי לערנען, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו פאר די בחורים.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים און די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים ר' יחזקאל בערגער הי''ו - הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין הי''ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב 10:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️