זונטאג פרשת בהר פסח שני 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד לר' יואל ברי"א לעווי הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' בנימין אליעזר פראנצויז הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד לר' אברהם יושע טעללער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב''ר גרשון מענדל פעלדמאן הי''ו.
ב''ר יואל ווערצבערגער הי''ו.
ב''ר ישעי' מנחם אהרן פריעדמאן הי''ו.
ב''ר חיים צבי ראטה הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגאון רבי ישראל יצחק מענדלסזאהן שליט''א גאב''ד קוממיות ירושלים, וועלכע איז צוגאסט אין קרית יואל אויפצוטרעטן ביים מעמד הרמת קרן התורה פאר די רבני ולומדי מבצר הכוללים בקר''י, עס האט זיך פארמירט א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות, אויך האט ער איבערגעגעבן א גריס פון מוסדותינו הק' אין בית שמש ת"ו ווי ער האט לעצטענס פארהערט אין די ת"ת, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט א לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 2:10 איז דער רבי אנגעקומען בביהמ"ד הגדול צום 'מעמד פתיחת זמן הקיץ והרמת קרן התורה' פאר די אכט הונדערט רבני ולומדי מבצר הכוללים. הגה"צ גאב"ד קוממיות ירושלים שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש און האט צום ערשט באגריסט דעם חשובן גאסט דער קוממיותער רב שליט"א, און דערנאך משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול אויף פסח שני, און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון די אברכי הכולל, די פירות וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון דעם כולל, דאס הייבט די גאנצע שטאט זיי היטן און זענען מגין אויף די גאנצען שטאט, דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי ברכה פאר די הנהלת הכולל וועלכע שטרענגען זיך אהן זיך צוצושטעלן צו די כולל אינגעלייט, בפרט מיטן העכערן יעצט די תמיכה פאר די אינגעלייט, און מסיים געווען מברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 3:00.
נאכמיטאג ארום 5:40 איז דער רבי אריבערגעקומען באולם כינור דוד, ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה שע"י מוסדותינו הק' בוומסב''ג בהנהלת הרה''ג ר' יודא שטאלצבערג שליט"א. דער רבי האט זיך געוואשן און געגעסן חלה און מצה, און מען האט אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני פסח און ניגוני יו"ט, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בדרוש ופלפול לכבוד היום, ודברי הדרכה פאר די בחורים און מסיים געווען בברכות קדשו.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן מצה כרעמזלעך און אלע משתתפים זענען אריבער נעמען שריים. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה''ג ר' יודא שטאלצבערג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:20.
פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 11:00 אויפדערנאכט. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️