בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגט"ז אייר תשפ"ב5/17/2022

באריכט
מאנטאג פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארפירט א שיינע שמועס איבער די אידישע היסטאריע פון דער אלטער היים.

שפעט נאכמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף א ביקור גומלין ביי הגאון רבי ישראל יצחק מענדלזאהן שליט"א גאב"ד קוממיות ירושלים, אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הירש קליין הי''ו, ווי ס'האט זיך פארמירט א הערליכער תורה'דיגער שמועס אין פארשידענע מקצועות התורה, דער קוממיות'עא רב שליט''א האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון הבה"ח נכד רבותינו הק' כמר יואל משה בן הרבני הנכבד בנש"ק ר' אשר ישעי' האראוויץ הי''ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און שיין ארום געשמועסט איבער דעם אילן היחוס און די גרויסע זיידעס פון די מחותנים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און מחותנים.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:45 אויפדערנאכט ווען מ'האט געדאווענט מעריב און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️