כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ וּבְשָׁלוֹם תּוּבָלוּן
היינט זונטאג ווערן געפענט בסייעתא דשמיא ובכוחם וזכותם של רבותינו הק' זיע"א, איבער 20 סאטמארע זומער קעמפ'ס און קאנטרי'ס אויסגעשפרייט לענגאויס די קעטסקילס בערג אין ניו יארק און אין קאנאדא ווי טויזנטער משפחות און טויזנטער טויזנטער קינדער בליעה"ר וועלן אי"ה פארברענגן די זומער וואכן אין א ריינע ערליכע סביבה אוועק פון די רוישיגע שמוציגע גאסן אין די שטאט. די הייליגע קעמפס וואס איז מיסודו פון מרן רבותיה"ק הדברי יואל והברך משה זיע"א, ובנשיאות הקודש פון מרן כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
מחנה רב טוב אינגל קעמפ, מאנטיסעלאו - צום אלעם ערשט איז דער גיגאנטישער אינגל קעמפ אין מאנטיסעלאו, ווי די טויזנטער קינדער פון מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג און בארא פארק פארברענגן דעם זומער במקום קדוש ערליך און אפגעהיטן, דער ריזן קעמפ מיט אריבער 150 אקער לאנד ענטהאלט א קייט פון 4 פראכטפולע בתי מדרשות, חדר האוכל, מקוה מפוארה, 3 בניני התלמוד תורה פון צענדליגער פראכטפולע כיתות הלימוד און צענדליגער באנג'ס, ריזיגע שווים באסיין און מאסן ריזן שטחים ווי די טויזנטער קינדער קענען רואיג פארברענגן די צווי חדשים.
מחנה בית רחל, סאוט פאלסבורג - דער הערליכער מקום פאר די טויזנטער מיידלעך פון מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, ב"פ, מאנסי און קרית יואל, צו פארברענגן דעם זומער אין א ערליכע הייליגע אטמאספער, א קייט פון מעכטיגע בנינים מפוארים וואס קוואטירט די דריי טויזנט מיידלעך בליעה"ר, מיט אלע צוגעהערן, אזוי אויך די הערליכע קאנטרי פונעם קעמפ מיט די קרוב צו 100 משפחות, א הערליכע ביהמ"ד, כולל און מקוה.
קרית ויואל משה, מאנטיסעלאו - די הערליכע סאטמארע זומער קריה, לכאורה די גרעסטע אין אפסטעיט, וואס באשטייט פון 2 קאנטרי'ס מיט איבער 300 משפחות, מקוה טהרה, מקוה מפוארה, בית הוראה, תלמוד תורה פאר העכער 500 אינגלך, דעי קעמפ, שמחה זאל, ועל כולם דער תל תלפיות די פראכטפולע ביהמ"ד הגדול 'זכרון יחיאל מיכל' מיט די היכלי תורה ותפלה וואס ווירבעלט מיט טויזנטער טויזנטער אידן לתורה ועבודה וגמ"ח כראוי וכיאות.
קרית ברך משה וואדבורין - די הערליכע סאטמארע זומער קרי'ה, מיט איבער 100 משפחות בליעה"ר, דער הערליכער ביהמ"ד 'בנין יהודה', חדרי תפלה, מקוה מפוארה, מקוה טהרה, בית הוראה, תלמוד תורה, חדר האוכל, דעי קעמפ ועוד.
מחנה רב טוב בחורים קעמפ, סוואן לעיק - א הערליכע מקום תורה מיט א קייט פון גיגאנטישע בנינים, בתי מדרשים, מקוה, דארמאטארי, וואס דינט אלץ היים פאר די אריבער 300 תלמידים פון כתה ט׳ מכינה לישיבה קטנה פון וויליאמסבורג און ב"פ.
מחנות ישיבות קטנות שע"י ממלכת התורה - 12 גרויסע מחנות - פאר די ישיבות קטנות וצעירים פון וויליאמסבורג און ב"פ, יעדע מחנה א פראכט פאר זיך, מיט בתי מדרשים, מקוה, חדרי הלימוד, חדרי האוכל און אלע צרכים ארום, ווי ס'זיצן על התורה ועל העבודה נאנט צו צוועלף הונדערט בחורי חמד כ"י במשך די זומער וואכן.
מחנה כלי קודש, מאנטיסעלאו - א הערליכע קאנטרי פאר די כלי קודש פון מחנה רב טוב אינגל קעמפ, מיט אלע צוגעהערן.
קרית ברך משה, קאנאדא - א הערליכע ווינקל פאר אריבער 50 משפחות אנ"ש תושבי מאנטרעאל, מיט א פראכטפולע ביהמ"ד, מקוה, מקוה טהרה און תלמוד תורה לשם ולתפארת.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ....
הֶהָרִים וְהַגְּבָעוֹת יִפְצְחוּ לִפְנֵיכֶם רִנָּה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️