בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגה' תמוז תשפ"ב7/4/2022

באריכט
זונטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' חיים שמעון וויינבערגער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה זלמן יאזשעף הי''ו.
ב"ר זאב יוסף אלי' רעטעק הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:25 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי אין די זאלן פון עטרת טשארנא צו באשיינען די חומש סעודה פון די 3 כתות א' במוסדותינו הק' במאנסי, די ילדי תשב''ר האבן געזינגען שיינע חרוזים לכבוד המאורע און געזאגט די פסוקי חומש כנהוג, עס האבן אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר ישראל מאיר בר''ש פריעדמאן שליט''א און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. דער רבי האט פארטיילט א מתנה א ספר תהילים פאר אלע קינדער, און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די קינדער און די עלטערן, און משמיע געווען קורצע דב''ק.

נאכן חומש סעודה איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב און פארטיילט מטבעות קודש פאר די תלמידים פון די גרעסערע כתות וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך ימי הפורים העעל"ט.

ארום 2:30 איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א וואס איז סטאנציאנירט אין ביהמ"ד תפילה למשה קאלושין, דער רבי איז אויפגענומען געווארן דורכן מנהל שליט''א אינאיינעם מיט די הנהלה גשמיות, און עס איז אויך אנוועזנד געווען דער בעל אכסניא של תורה הגה''צ רבי משולם נתן שפיגל שליט''א רב הביהמ''ד וועלכע האט איבערגעגעבן א ווארימע גרוס פארן רבין, דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד ווי די בחורים זענען געזיצן און געלערנט, און ארומשפאצירט צווישן די טישן מיט א שטארקע קורת רוח און זיך מפלפל געווען מיט עטליכע בחורים. דערנאך האט דער רבי באזוכט די נייע מקוה פונעם ביהמ"ד וואס איז געפענט געווארן דעם זמן הקיץ העעל''ט, אין באגלייטונג פונעם רב הביהמ"ד הגה''צ רבי משולם נתן שליט"א און זיך אומגעקוקט אויף די פילע הידורים. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן מנהל שליט"א פארן רב הביהמ''ד און פאר אלע בחורים, און משמיע געווען קורצע דברות קודש פאר די תלמידי הישיבה, מען האט געענדיגט ארום 3:00.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א ביקור חולים באזוך אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שיפף הי''ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון מאנסי והגלילות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער באזוכן די בוי ארבייט ביי די גיגאנטישע נייע בניני המוסדות, און באגלייטונג פון די חברי ההנהלה, צום ערשט ביים בנין הת''ת החדש העכערן ביהמ"ד הגדול , דער רבי איז ארויף אין אלע שטאקן און צומערן און מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין הבית רחל החדש אויף טשערי לעין וועלכע ווערט פארענדיגט אין די יעצטיגע וואכן, דער רבי איז ארויף אין אלע שטאקן און צומערן און איבערגעקוקט די פלענער פונעם בנין, און דערנאך ארום אויפן גרויסן שטח המוסדות און זיך אומגעקוקט אויף אלע קלענרע פראוויזארישע בנינים ארום, און דערביי געהערט א לענגערע באריכט פון הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי''ו מנהל המוסדות איבער די פלענער פונעם צווייטע גיגאנטישע בנין בית רחל החדש וואס מ'האפט צו באקומען די פערמיטן בקרוב, און וועט ווערן אויפגעבויעט דארט אויפן שטח, און אנגעוואונטשן די חברי ההנהלה. ארום 4:00 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יחזקאל שרגא היללער הי''ו (מאנסי) - ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון ארום 8:00 ביז אום 12:15. ארום 9:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמואל זאנוויל כהנא הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה מאנטיסעלאו (איחוד קאנטרי), מיט די הנהלה פון די קאנטרי להתברך בברכת הקודש לרגל התחלת הקיץ, דער רבי האט איבערגעזאגט פארן דיין איבער די שיינע גריסן וואס ער הערט צוריק פונעם קול תורה אין ביהמ"ד, און האט מאציל געווען מברכות קדשו.

אזוי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה''ח ר' חיים אלעזר ברא"ש פישער הי''ו האט אפגעקויפט א זכות אינעם בנין הת"ת בנין קליין, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר אברהם קייזער שליט"א יו"ר מכון המרכז לחינוך והוראה בביתר, דער רבי האט אויסגעפרעגט א לענגערע צייט איבער די פעולות פונעם מכון און מאציל געווען מברכות קדשו.

שפעט פארנאכט'ס האט דער רבי גערופן די עסקנים פון די בחורים און אינגל קעמפ'ס ווי די טויזענטער תלמידי הישיבות והת"ת פון וומסב"ג און ב"פ זענען נעכטן ארויסגעפארן צו פארברענגן די זומער וואכן, דער רבי האט זיך אינטערעסירט צו דער טאג איז אריבער בשלום ובהצלחה 'די פרשה פון ויהי בנסוע איז א פרשה פאר זיך....'.
דער רבי האט זיך נאך געפרעגט איבער אלע פרישע איינריכטונגן אין די קעמפ'ס צווישן די בחורים און די אינגלעך און ביי די כלי קודש, און האט מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️