בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ב תמוז תשפ"ב7/21/2022

באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו.
עליות: כהן: הרה''ח ר' ישעי' יצחק רובין הי''ו, לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: רבינו שליט"א, - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי''ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר''ת ארום 9:40 געדאוונט מעריב, פאר'ן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת פעסל לאה ע''ה.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️