בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ג תמוז תשפ"ב7/22/2022

באריכט
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:46. פאר'ן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע''ה.

נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען, און הב' שלמה ב"ר בעריש גראס הי''ו (מאנטריאל), האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל הישיבה.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יארצייט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און פארציילט סיפורים פונעם זיידן הגה''ק וואלאווע רב זצוק''ל, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען דער שידוך פון רביה"ק בעל ברך משה ז"ל מיט די רביצין ע"ה.

זמנים לשבת קודש בצל הקודש בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

זמן הדלקה"נ: 8:07.
מנחה וקבלת שבת: 8:50.
עריכת שלה"ט בליל שב''ק: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
סוף זמן קרי"ש: 8:32.
שחרית: 9:30.
דער רבי וועט אריינקומען צו זמירות ודברי תורה ביי די סעודה ביום שב''ק אין ביהמ"ד ארום איינס און א האלב שעה נאכן דאווענען.
מנחה ורעוא דרעווין: 8:50.

מוצש''ק ארום 12:30 וועט דער רבי אריינקומען אין ביהמ"ד און אפרעכטן די סעודת מלוה מלכה ברב עם לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א וואס געפאלט דעם קומענדיגן מיטוואך כ"ח תמוז.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️