בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ח מנחם אב תשפ"ב8/25/2022

באריכט
מאנטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' מרדכי אפרים פישל סופר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ברוך סימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' הערשל גליק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל גאנץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס ליל הילולא קדישא של מרן רביה''ק זיע"א מייסד עיר קרית יואל, איז פארגעקומען דער היסטארישער מעמד קדוש 'אסיפת נשים צדקניות' תושבי העיר, 'קרית מלך רב קרית יואל והגלילות יצ"ו', אינעם גיגאנטישען שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם שוהל הויף בבית מדרשו של רבי צווישן דעם ביהמ"ד הגדול אינעם בנין מבצר הכוללים, ווי דער ריזן בנין הענקי איז אין א קורצע צייט איבערגעפילט געווארן מיט טויזענטער נשים צדקניות און די עסקנים האבן אין איילעניש געמוזט עפענען דעם דערנעבנדיגן ריזיגן היכל התורה בבנין בית המדרש הגדול, צו קענען אקאמאדירן די נאנט צו א 'רבבה' נשים צדקניות מתושבי העיר וואס זענען געקומען כולם כאחד לשמוע את דבר ה' ברמה, חובת השעה פונעם מרא דאתרא קדישא כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ועל פי קריאתו הם נאספים.

ארום 9:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אויפן ספעציעלן פלאטפארמע אינעם גיגאנטישן שאטער, וואס איז באשיינט געווען דורך די רבני ודייני קהלתינו הק' אין שפיץ פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

עס האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה דער פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א, וועלכע האט מקבל פנים געווען דער מרא דאתרא מרן רבינו שליט''א.

א חרדת קודש האט באנומען די פארזאמלטע ווען מרן רבינו שליט''א האט אנגעהויבן די לענגערע פלאם פייערדיגע דברות קודש, רבינו שליט''א האט זיך געשטעלט אופן פסוק 'האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי' און געטייטשט אז דורך אויסהערן די רייד און זיך מקבל זיין קבלת טובות איז מען זוכה אז די תפילות ווערן אנגענומען, ובדברים בוערים האט דער רבי ממשיך געווען, אז מ'שטייט ביומא דהילולא פון רביה"ק זיע"א מייסד העיר, וואס על שמו יקרא, אלע תושבים דארפן געדענקען צו גיין אין זיינע דרכים וויאזוי ער האט געוואלט מען זאל זיך פירן. און מיט א ברייטע הסברה ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די זכיה פון זיין א אידישע מאמע און א חסידישע פרוי, די חיוב פון זיין לכתחילה'דיגע אידן און שטיין ווייט פון די אידיש-גויאישע גאס וואס איז כולל אלע מלבושים, שערן די האר, פארבן די פנים, די לענג פון די קליידער, די זאקן, וכו'. און מעורר געוועהן איבער די גע'אסר'טע שייטלעך, און די מאדערענע צודעקן, און איבער די שנועל'ס וכדומה, און אויפגעפאדערט אנצוטוהן די אינגלעך חסידיש בכל פרטיה ודקדוקיה, זיין אפגעהיטן פון די כלים הטמאים בכל שם דאית ליה.
עס איז דא צוויי מחנות בתוכינו, א מחנה אלוקים און א מחנה מגושמים, צו באלאנגען אינעם מחנה אלוקים דארף מען זיין א פשרה'לאזע איד! נישט טוהן זאכן וואס איז ביי אונז געווען אפגעפרעגט, מ'דארף בפנימיות זיין ערליך, מדקדק זיין בקלה כבחמורה, און נאכגעזאגט פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע און פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע וואס האבן צוגעזאגט ישועות ורפואת פאר די וואס מאכן קבלת טובות אין צניעות, און אויסגערופן בקול חוצב 'בזכותם ועל דעתם קען מען צוזאגן אז ס'וועט זיין ישועות פאר די וואס זענען זיך מקבל קבלת טובות אין צניעות'.
באש קודש ארומגערעדט איבער דעם איסור פון די עכטע האר שייטלעך, און געזאגט 'ווען א איד האט א צרה גייט ער ארויף צום ציון הק', רביה''ק זי"ע פארלאנגט מזאל גיין אין זיינע דרכים, דער רבי זי"ע האט גערופן ביי האר 'וויי האר' פאר אפאר האר פארלירט מען ביידע וועלטן! דער רבי ז"ל איז א גברא דקפדנא און ער האט געזאגט בחיים חיותו "ווער עס גייט מיט ביי האר בין איך נישט מוחל"! ווי קען זיין אפי' איינער זאל נישט מורא האבן פון זיין קפידא?
דערנאך האט דער רבי מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
נאך די דברים חוצבים להבות אש ארום 11:00 האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א מיט די החלטת האסיפה.

ארום 11:45 האט רבינו שליט''א געדאווענעט מעריב בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️