בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ח מנחם אב תשפ"ב8/25/2022

באריכט
דינסטאג ראה כ''ו מנחם אב יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א 'בצל הקודש' פון מ''מ ומ''ד בקודש כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית בבנין הישיבה על קברו, היכל המתיבתא סניף דברי יואל, אינאיינעם מיט א גרויסן ציבור אנ''ש און די תלמידי המתיבתא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל בר"א ראזענבערג הי"ו.

דערנאך האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה בהשתפכות הנפש, צו ברכות ותהילים איז צוגעגאנגען נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

נאכן דאווענען ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' ברוב עם הדרת מלך, מען האט געזינגען נגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי מסיים געווען ששה סדרי משנה וואס איז געלערענט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא, און געזאגט די קדיש.
און רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, הכנה והתעוררות איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש.

נאכן מסיבת לחיים ארום 12:50 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון המצויינת, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה ליכט, און געזאגט די תפילה 'שלום עליך' פונעם ישמח משה זי"ע בבכיות נוראות, און דערנאך פארגעזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט דען יהו"ר בהשתפכות הנפש, דערנאך האט דער רבי געלערנט פרקי משניות און געזאגט קדיש דרבנן.
רבינו שליט"א האט געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות וואס פלעגט געזינגען ווערן בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא, אויך האט דער רבי אראפגעלייגט די פעקלעך מיט טויזענטער קוויטלעך פון די נשים צדקניות ביי די גרויסע אסיפה ליל הילולא קדישא, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף ציון הק' א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:45.

אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה חברי וועד להוצאת ספרי רבינו, און האבן געוויזן פאר'ן רבין דעם נייעם ספר 'לב אהרן - חידושים' אויף מסכת ראש השנה און סוכה וועלכע איז נארוואס ארויס פון דרוק, דער רבי האט עס איבערגעקוקט מיט גרויס התרגשות און געזאגט "ברוך שהחינו וקימנו לזמן הזה" און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.

נאכמיטאג ארום 5:30 איז פארגעקומען אן אסיפה מיט אלע וועדי החינוך דמוסדותינו הק' פון גרעיטער ניו יארק, ווי מ'האט דן געווען פארשידענע ענינים רוחניים בקרב מוסדותינו הק' העומדים על הפרק.
בערך 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה.

פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו די צענטראלע סעודת הילולא בבית מדרשו פונעם בעל הילולא אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מעריך געווען שלחנו הטהור, און דאן געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט דעם הדרן און קדיש, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב''ד הוניאד קר''י.

ארום 9:45 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש, דברי חיזוק ומוסר, וחובת השעה בדברים העומדים על הפרק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן היום ברכה וקללה' און געטיישטש במשנתו פונעם בעל הילולא, און ארומגערעדט איבער גדלותו וצדקתו, כלו אומר כבוד שמים, די פעולות לרוב וואס רביה"ק האט אויפגעטוהן בכלל ובפרט.
דער רבי האט דערמאנט די גרויסע אסיפה פאר די נשים כשרות וצניעות אינעם הויף פונים ביהמ"ד, און ארויסגעברענגט דעם קורת רוח וואס רביה''ק האט בעולם העליון, און משבח געווען די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן בגוף ובממון, די פולע קבלת טובות וואס די נשים צדקניות האבן זיך מקבל געווען בעניני צניעות אויף וואס רביה"ק איז זיכער מליץ יושר, און געזאגט 'כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל' צו די פרויען דארף מען רעדן בלשון רכה און צו די מענער בלשון עזה, דברים קשים כגידין, עס איז א חרפה און א בושה אז עס איז דא מענער וואס מאכן קאלט די פרויען און פארלאנגען קולות פון זיי, אדרבא מען דארף זיי מחזק זיין, און זיך אליינס פארבעסערן מיט וואס מען קען בעניני צניעות וטעכנעלאגיע, אזוי אז מען זאל קענען באלאנגען אינעם מחנה אלוקים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט מען דארף האבן אסאך רחמי שמים, סיי אין די גזירת החינוך אין ניו יארק און אין ענגלאנד, די גזירת גיוס בני הישיבות בארה''ק, אין ירושלים עיה''ק איז נפטר געווארן דער רב ז''ל דאס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע חלל אויף די עדה החרדית וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך גדולי ישראל, מען דארף אסאך סיעתא דשמיא דאס זאל ח"ו נישט חרוב גיין.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אז מען דארף זען צו מחזק זיין די מוסדות בארה''ק וואס נעמען נישט קיין געלט פון די ממשלה, 'כמה גדולים דברי חכמים' וואס האבן געווארענט אז אויב מען וועט נעמען געלט וועט מען מאכן שינוים אין די לימודים אזוי ווי מען זעט עס שוין בחוש ביי פארשידענע מוסדות וואס מאכן שוין שינוים לרעה, בפרט ליגט א התחייבות אויף תלמידי רביה"ק צו שטיצן 'מוסדות יטב לב' אויף וואס רביה"ק האט זיך אזויפיל מוסר נפש געווען, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די מתיבתא הק' - די ישיבה על קברו מיט אירע 7 סניפים און קרוב צו טויזענט תלמידים.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בעניני גלות וגאולה און דערציילט א מעשה פון רביה''ק הברך משה זיע"א מיט איינעם וואס האט זיך מפלפל געווען אין די ענינים, וואס ס'וועט זיין בעפאר און דערנאך בזמן הגאולה, ווי ער האט אים גארנישט געענטעפרט נאר געוויזן דעם רמב''ם וואס שרייבט אז מען טאר זיך נישט מתעסק זיין אין די ענינים, און מסיים געווען בברכות לרוב בזכות פונעם בעל הילולא.

נאך די דברות קודש האט רבינו שליט"א געבענטשט על הכוס. מען האט געענדיגט ארום 10:50.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול, בע"ת הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו

ארום 12:00 אויפדערנאכט האט זיך דער רבי באטייליגט ביי די לויה פון האשה הח' אשת הרבני הנגיד ר' יצחק זאב וויינשטאק הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו הק' די בכל אתר ואתר, און בערך 12:45 איז דער רבי צוריקגעקומען צום ביה"ח, ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען די אבילים וועלכע זענען געזעצן דארט שבעה, אינעם ווארט זאל פון די טהרה שטובל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️