בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ג אלול תשפ"ב9/19/2022

באריכט
שב"ק פרשת כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד יודא זילברשטיין הי''ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' נפתלי צבי בראדי שליט''א (בני ברק).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' אליעזר דוב כהן הי''ו (בני ברק), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שרגא ענגעל הי''ו (בני ברק).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ולקחת מראשית כל פרי האדמה' און געטיישטש אז מיטן כח פון מצות מילה וואס מיינט קבלה במסירת נפש איז מען זוכה צו שכר בעולם הבא בלי קצבה.

קה אכסוף: הרה''ח ר' מרדכי מיטטעלמאן הי''ו (וומסב''ג), ברכהמ"ז: הרה''ג ר' נפתלי צבי בראדי שליט''א (בני ברק).

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' מרדכי דוב האראנסטייפלער זיע"א, וואס די יארצייט איז געפאלן היינט זונטאג כ''ב אלול. קה רבון עלם: הרה''ח ר' יוסף יחיאל ברייטשטיין הי''ו (בית שמש).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:35.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' שלמה ברוך בר''מ טייטלבוים הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמעון פריעדמאן הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יואל שטיין שליט"א מו''ץ בקהלתינו וחבר הביד"צ דהתאקה"ח לאנדאן.

עליות. כהן: החתן ב"ר יואל כהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו (וומסב''ג), שלישי: החתן ב"ר דוד יודא זילבערשטיין הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, אחרון: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, מפטיר: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו מנהל מוסדותינו בית שמש, הגבה: הרה"ח ר' וואלף שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ד כהן הי"ו.

מוסף: הרה''ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרב חיים מאיר שטיין נכד האדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:30. מנחה: הר''ר חיים אלישע גראסמאן הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יצחק אליקים שווארץ הי''ו, לוי: ר' חיים אלעזר היימליך הי''ו, שלישי: הר''ר מרדכי ארנסטר שליט''א (ירושלים), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'יקומך ה' לו לעם קדוש' און געטיישטש אז אין חודש אלול איז אלעס מיוחד אויפן ענין פון תפילה אסאך מאל איז אבער די בחינה סגר עליהם המדבר עס איז שווער ארויסצוזאגן ריכטיג דבורים פארן הייליגן באשעפער, איז אבער די עצה גניחי גניח ילולי ילול, דער הייליגער באשעפער פארשטייט וואס עס מיינט א קרעכץ פון א אידיש הארץ א טרער פון א איד'ס אויג, דאס איז אבער נאר אויב מען פירט זיך בקדושה, אבער מיטן כח פון שבת וואס איז משפיע קדושה אויף אידן איז מען אויך זוכה צו דעם. און מאריך געווען בבכיות דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין יקומך ה' לו לעם קדוש מען זאל נישט קענען שלעכטס טוען דעם הייליגן חינוך לבנים ולבנות, יקומך ה' לו לעם קדוש איז א הבטחה אז אידן וועלן בלייבן א הייליג פאלק און מען וועט נישט משנה זיין גארנישט אפילו קיין זיז כל שהו אפילו ווען עס איז שווער, און מסיים געווען בברכות לרוב עס זאל זיין תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה און א כתיבה וחתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל.

ידיד נפש: הרה''ח ר' וואלף שווארץ הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' הירצקא קאהן הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:05.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️