בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ג אלול תשפ"ב9/19/2022

באריכט
מוצש''ק 'בצל הקודש'

מוצ"ש זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה סניף קדושת יואל אינאיינעם מיטן מנהל הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י, מקבל זיין ברכות קדשו לקראת די נסיעה לקברי רבותינו הקדושים באייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען דברי הדרכה, דערנאך זענען די בחורים אריבער נעמען ברכות קדשו פון רבינו שליט''א.

ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די מעמד חלוקת הוספות התמיכה פאר עטליכע חבורות רבני מבצר הכוללים בקר''י, וועלכע האבן זיך פארהערט אויף פארשידענע מקצועות, בנדבת הרה''ח ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו.
ביים מעמד זענען אויך אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א וועלכע האבן פארהערט די רבני הכולל, אזוי אויך די ראשי והנהלת הכולל, און דער רבי האט פארטיילט די גרויסע סכומים פאר די אינגעלייט, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן הרה"ח ר' משה יעקב יוסף הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 920