בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זוכן: „#פורים”

געפונען אין די אלע שרייבווייזן (דריקט צו אויסלאזן):

מאנטאגי' אדר תשפ"א2/22/2021

נייעס
דבר אחד מדבריו לא ישיב ריקם! פינקט א יאר צירוק האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א געזאגט ביים פורים טיש כטוב לב המלך ביין: עס איז דא א נייע מחלה וואס גייט ארים, מחלה איז אויתיות הלחם!

כלל ישראל שטוינט! שוין א יאר צייט וואס עס גיסט זיך עסן אויף די גאסן, סטימיולעס אנעמפלוימענט וכו'.

זונטאגט' אדר תשפ"א2/21/2021

באריכט
תורה תורה חגרו חג

"והעיר קרית יואל צהלה ושמחה": שטורמישע צוגרייטונגען אין קרית מלך רב קרית יואל צו פייערן היסטארישע מלכותדיגע חגיגת "הכנסת ספר תורה" פונעם מרא דאתרא קדישא עט"ר אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זונטאג כי תשא פורים משולש דמוקפין הבעל"ט, "די לופט איז הייס און פלאמעדיג" א תורהדיגע ווינט בלאזט אין די גאסן!! מיט וואס א טאג נענטער וואקסט די עקסטאז פונעם רבבות ישראל!!

"ואתה תחזה מכל העם אנשי חיל:" ברייטע שטאב עסקנים ארבעטן אויס די לעצטערע פרטים ארום די פייערליכע חגיגות במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, סדר התהלוכה /ריקודין /סעודה רבתי /מעמד שלחן הטהור /פארקינג /טרעפיקט /טראנספארטאציע און נאך, צו קענען נאכקומען דער ריבוי עם בליעה"ר הבאים לשמוח בשמחתו פונעם מנהיג ישראל רבינו שליט"א.

"רוחניותדיגע הכנה לקבלת התורה צווישן דער ברייטער ציבור דורך ספעציעלע שיעורים ברבים ובחברותות -ושעות רצופות בין כותלי הישיבות-"
מער דעטאלן און אונפארמאציע וועט נאכפאלגן דא אויף "סאטמאר'ע נייעס"

"עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני"
בנערינו ובזקינינו נלך כי חג ה' לנו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ביי די דב"ק ביים מעמד נרגש נאכן סיום כתיבת ס"ת האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איינגעלאדענט אלע אנ"ש צום היסטארישען חגיגת הכנסת ספר תורה:

"..וויל איך מכבד זיין און איינלאדענען אלע אנשי שלומינו ידידינו ותלמידינו, צו די שמחה פון "הכנסת ספר תורה" וואס וועט אי"ה זיין זינטאג פרשת כי תשא שושן פורים דמוקפין די דריטע טאג פון פורים, דאס אליינס -לכמה מפורשים איז אריינגעבן די ס"ת הייסט "גמרה של תורה", 'מזאל מקיים זיין דעם תנו כבוד לתורה בשמחה גדולה' ווי אזוי ספאסט זיך פאר די תורה הקדושה און פאר השי"ת דער נותן התורה.." און דערנאך דערמאנט די חסם סופר אז אריינגעבן "בפומבי גדול ברוב עם" איז משפיע יראת שמים פאר די קינדער.

בנערינו ובזקינינו נלך כי חג ה' לנו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךה' אדר תשפ"א2/17/2021

נייעס
לכבוד פורים וועט דער גרעסטע פורים רבי פירן זיין גרעסטע טיש פון יאר אין זיין קלענסטע ביהמ''ד...

#זאלי
#סאסמאן
#פורים
באריכט
דער פרייליך-דערהויבענער פורים איז אט דא:

קופת רבינו אבני חסד "מְשַׂמחִים" גרופעס גרייטן זיך צו פרייליך מאכן ביי אייך אין שטוב; איר גרייט זיך צו דערפרייען די היימישע מחותנים!!

צענדליגער משפחות זוכן א שמחה אין זייער פורים-סעודה: אן אבני חסד משמחים גרופע! – הונדערטער מחותנים קוקן ארויס אז יעדע סאטמאר'ע משפחה זאל זיך צוטיילן מיט א שטריימל $1400 !

היי יאר: מוזיק און טענץ וועלן אנהאלטן מוצש"ק, פורים המשולש

צו באשטעלן א גרופע רופט: 845.281.8338


כלל ישראל האט נארוואס אריינגעטרעטן אינעם חודש אדר שמרבין בו בשמחה, דער חודש וועלכע פארמאגט אין זיך די פרייליכע פורים טעג וועלכע ווערן יאר יערליך פייערליך געפראוועט בכל תפוצות ישראל באגלייט מיט אומצאליגע מצוות און צדקה וחסד.

אין די קארידארן פון קופת רבינו 'אבני חסד' קוקט מען ספעציעל ארויס אויפן יו"ט פורים, דער צייט ווען אנשי שלומינו קומען יאר יערליך אנטקעגן די נצרכי אנ"ש מיטן שטיצן די הייליגע קופה וואס שטעלט צו שטיצע בדרך כבוד פאר מחותנים מאנ"ש בעת שמחתם.
יאר יערליך איז די צייט ארום די ימי הפורים דער הויכפונקט פונעם יאר ווען עיניהם של עניים מאנ"ש זענען געוואנדן צו די נדבנים וועלכע נעמען אויף די חבורות 'משמחים' בעין יפה ורוח נדיבה, און מיט די ברייטהארציגע נדבה גיבט מען דעם ריכטיגן שטופ פאר די הנהלת הקופה וועלכע פונקציאנירן דורכאויסן גאנצן יאר אדאנק די ברייטע שטיצע וואס דער קופה געניסט צווישן ציבור אנ"ש ביום הפורים.

דער יום טוב פורים לויפט שוין היינט ביי אנשי שלומינו פאראלעל מיט די פרייליכע 'משמחים גרופעס' פון קופת רבינו 'אבני חסד', ווען די תלמידי הישיבה נוצן אויס דעם גאנצן פורים לטובת זייערע חברים און זייערע אייגענע עלטערן, ארומגייענדיג פון שטוב צו שטוב מיט די פרייליכע געטענץ אריינשלעפנדיג דעם גאנצן משפחה אין א אטמאספעהר פון שמחה צונויפגעפלאכטן מיטן מצות מתנות לאביונים אויפן הערכסטן און שענסטן סטאנדארט.


קופת רבינו 'אבני חסד' האט זיך שוין איינגעקויפט א שם טוב, זייענדיג דער קופה וואס שטעלט זיך ארויס צו העלפן אנשי שלומינו בעת שמחתם, ווען א באדייטענדע פראצענט מחותנים דארפן ליידער צוקומען צו פינאנציעלע הילף, און צו דעם קומט אפיר דער קאסע וואס איז נתייסד געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מיט די נויטיגע הילף, צושטעלנדיג ברייטהארציגע שטיצע פאר אלע נצרכי אנ"ש.

היי יאר רישט מען זיך אויף אן אויסשטעל וואס איז היבש אנדערש און אביסל מער קאמפליצירט ווי אין א געווענליכע יאר, צוליב וואס פורים געפאלט אין אן ערב שבת, דעריבער זענען די עסקני הקופה גאר שטארק אקטיוו מיטן אויסשטעלן די סקעדזשועלס פון די 'משמחים גרופעס' אויף א אופן וואס מען זאל קענען דעקן אלע יערליכע אדרעסן, אריינרעכענענדיג דאס ארומגיין מיט די גרופעס אויך מוצאי שב"ק ווען פילע משפחות פראווען דעם סעודת פורים.

צוליבן היי יאריגן אויסשטעל וואס פאדערט מער ארבעט מיטן אויסשטעלן דעם סדר היום פאר די צענדליגע 'משמחים גרופעס' קומען די עסקנים ארויס מיט א רוף צום ציבור אנ"ש אז מען זאל נישט ווארטן אויף די לעצטע מינוט, נאר אריינרופן באשטעלן א 'משמחים גרופע' וואס שנעלער, כדי מען זאל זיך קענען צושטעלן צו די צייט וואס איז די בעסטע פאר די חשובע נדבנים.

צו באשטעלן א גרופע רופט: 845.281.8338

זונטאגב' אדר תשפ"א2/14/2021

נייעס
עם ה' חזקו ונתחזקה

פורים תשפ"א בקהלתינו הק' קרית יואל.

דאנערשטאגכ"ט שבט תשפ"א2/11/2021

באריכט
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט היינט ביי די דב"ק ביים "יום המיוחד" פאר די העכער 650 תלמידי כיתה ט' דמוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ארויסגערענגט שטארקע לענגערע דברי הדרכה, ובפרט ארויסגעברענגט דברי שבח אויף אויפשטיין ליל שישי בימי השובבי"ם ווי די רבי האט זיך אויסגעדרוקט "..כוויל מאכן די ברכה פון 'הטוב והמטיב' אויף דעי שמועה טובה", "..סהאט זעכער בוקע רקיעים געווען אין הימל און עושה רושם געווען".

און דערנאך ארויסגעברענגט די התרגשותדיגע געפילן "..כהאב געהערט א שמועה טובה פון קבלות טובות וואס די בחורים האבן זיך מקבל געווען יעצט פון ר"ח אדר ביז צום יו"ט פורים הבאים לקראתינו לשלום, צו לערנען "שעות רצופות" אן הכנה דרבה צו די "שמחת הכנסת ספר תורה" וואס גייט אי"ה זיין בקרוב, דאס איז א בחינה פון והיה שמע תשמע אם שמע בישן תשמע בחדש.."
"איך וויל איינלאדענען אלע בחורים צו די שמחה פון הכנסת ספר תורה, כוויל עטץ זאלטס האבן א חלק אין די שמחה של מצוה, אבער כוויל עטץ זאלטס אויך האבן א חלק אין די הכנה צו די הכנסת ס"ת דורך לימוד התורה"

און צום סוף ארומגערעדט איבער די מצב הנורא השורה בעולם "..ותנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי' סנאך דא אסאך אידן אין די גאנצע וועלט ליידער, מיט די ביטערע מחלה וואס דרייט זיך ארום, און זיי דארפן ישיעות ורפואות, דער אייבערשטער זאל העלפן א רפו"ש פאר די אלע אידן וואס דארפן א רפואה, און די אלע וואס זענען געזינט זאל דער אייבערשטער העלפן זאלן בלייבן געזונט, 'אנשים נשים וטף, זקנים עם נערים' אלע אידישע קינדער זאלן זיין געזונט בגשמיות וברוחניות, ביז דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין אקעגן צו די גואל צדק בב"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ו שבט תשפ"א2/8/2021

נייעס
אויפן פארלאנג פונעם ברייטן ציבור האט מען מסדר געווען א נייע טעלאפאון לינע ווי מען וועט קענען הערן די גאר אינהאלטס-רייכע שיעורים פון הגה"צ ר' חיים הערש ט"ב אב"ד ראצפערט ונכד רבינו, "רייכע ידיעות התורה אלס מיט א קלארקייט און א לייכטע היימישע שפראך געאייגענט פאר יונג און אלט"
718-506-0172

אריינטרעטענדיג אין 'חודש אדר' דערקוויקט אייער הארץ מיט די גאר באלערנדע שיעורים אויף 'מגולת אסתר' און אלע ארום די השתלשלות 'נס פורים'.
שמעו ותחו נפשכם

דאנערשטאגכ"ב שבט תשפ"א2/4/2021

באריכט
הנה ימים באים, כל המביא דורן לת"ח.

רבבות אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר בכל אתר ואתר, זענען איינגעהילט אין א טיפע התרגשות דקדושה, זיך גרייטענדיג בחדרת קודש ובהכנה דרבה צי די ליכטגע ימי האורה "ימי שמחת התורה" בקרב קהלתינו הק', ווי אנ"ש וועלן זיך מיטפרייען בשמחת התורה, ובשמחת אבינו רועינו עט"ר הוד כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א ביום שמחת לבו ביים היסטארישן "חגיגת הכנסת ספר תורה" וואס ווערט אריינגעגעבן דורכן רבי'ן קומענדיגע שושן פורים הבעל"ט.

אלס הכנה דרבה זיך צו קענען פרייען בשמחת התורה בלב שלם, גרייטן זיך אלפי בחורי אנ"ש תלמידי ישיבתינו הקדושות די בכל אתר ואתר, כולם כאחד צום תורה'דיגן אונטערנעמונג צו שענקן במתנה לכבודו פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לקראת יום שמחת לבו זו מתן תורה, לשמוח בשמחתו ולהחיות נפשו הטהורה, אזויפיל ווי ס"ה אריבער 50,000! שעות רצופות תורה דורכאויס די קומענדיגע טעג פון ר"ח אדר ביז פורים, און וועט ווערן איבערגעגעבן אלס מנחת בכורים אין א ספעציעלן "כוללת קוויטל" בשמם ושם אמם, פאר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א על שלחן מלכים ביים היסטארישן מעמד ביום שושן פורים, און באזונדער וועלן אלע תלמידים ערהאלטן מיד קדשו פונעם רבין א נייעם ספר פונעם רבי'ן למחרתו ביים גרויסן 'כינוס בחורי סאטמאר' נאך תפילת שחרית.

אזוי אויך ווערט איבערגעגעבן פון די הנהלת הכוללים, אז אויך אין די 'כוללים' דקהלתינו הק' די בכל אתר ואתר וועט מען אי"ה מרבה זיין בלימוד התורה כהכנה דרבה, און וועט ארויסקומען א "קובץ תורני" ווי די רבני ולומדי הכוללים וועלען אריינלייגן זייערע חידושים בענין "הכנסת ספר תורה" בהלכה ואגדה וחסידות, וואס וועט אי"ה ספעציעל ערשיינען צום היסטארישן מעמד חגיגת הכנסת ספר תורה.

אין שמחה כשמחת התורה, נגיל ונשיש בזאת התורה כי הוא לנו עוז ואורה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ד שבט תשפ"א1/27/2021

באריכט
נגיל ונשיש בזאת התורה כי היא לנו עוז ואורה

'לעשות אותם ימי שמחה:' סדר פון די געהויבענע מעמדים וואס וועלן בעז"ה אפגעראכטן בשמחה רבה ובהתרגשות עילאה פון די היסטארישע ימי 'חגיגת הכנסת ספר תורה' וואס ווערט אריינגעגעבן דורך נזר תפארתינו הוד כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א - (לויט ווי עס הייסט יעצט).

מוצש"ק זכור וועט פארקומען די גרויסע מעמד נרגש "סיום כתיבת ספר תורה" בבית מדרשינו הגדול קרית יואל.

מוצש"ק ליל שושן פורים וועט פארקומען די גרויסע מעמד נרגש "סיוםכתיבת ספר תורה" אינאיינעם מיט עריכת שלחן הטהור לכבוד היום בבית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג.

'שישו ושמחו בשמחת רבינו:' זונטאג יום שושן פורים וועט פארקומען במעמד רבבות חסידי סאטמאר די היסטארישע מעמד 'הכנסת ספר תורה' וועלעכע וועט ארויסגיין פון ביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און אריינגעפירט ווערן בתופים ובמחולת צום בית שהתפללו בו רבותינו הק' "בית מדרשינו הגדול קרית יואל" ווי עס וועלן פארקומען די ריקודי קודש און דערנאך די סעודה לגמרה של תורה אינאיינעם מיטן עריכת שלחן הטהור לכבוד היום.

מאנטאג ממחרת שושן פורים וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דאווענען תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול ק"י מיט אלע בחורי הישיבות ד'סאטמאר פון איבער גרעיטער ניו יארק ווי די רבי וועט עולה זיין און די נייע ספר תורה, און נאכן דאווען אפרעכטן די מסיבת לחיים און משמיע זיין דב"ק ודברי חיזוק.

מער פרטים וועלן נאכפאלגן.

אשרי עין ראתה גילת קהלינו, כולם נקבצו באו לך לשמוח בשמחת תורתינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"א שבט תשפ"א1/24/2021

באריכט
ועתה כתבו לכם את השורה הזאת

עס איז באשטעטיגט געווארן די זמן פונעם גרויסן מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס ווערט אריינגעגעבן דורך אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס וועט פארקומען במעמד רבבות אלפי ישראל דעם קומענדיגן שושן פורים (נדחה).

די ס"ת וועט ארויסגיין פון ביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. און וועט אריינגעגעבן ווערן בתופים ובמחולת צום "בית שהתפללו בו רבותינו הקדושים ביהמ"ד הגדול בקרית יואל".

מער פרטים וועט נאכפאלגן.

חסידי סאטמאר הכונו הכונו!!

"שישו ושמחו בשמחת התורה"
"נגיל ונשיש בזאת התורה כי היא לנו עוז ואורה"!


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךח' טבת תשפ"א12/23/2020

נייעס
נעכטן אויפן וועג ארויס פון ישיבה האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויסגעדריקט במליצת לשונו איבער דאס אז די מדינה הטמאה גייט שוין צום פערדן מאל צום בחירות "אז סוואלט ווען געווען א פאסיגע צייט צו מאכן די בחירות אויף פורים.. ס'וואלט געווען א גוטע פורים שפיל..!!"

אנ"ש צייכענען צו אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט דאס שוין פאראויסגעזאגט "כטוב לב המלך ביין" ביים משתה יין טיש פורים תש"פ.
"..ס'איז שוין געווען 3 מאל וואלן -און 1 יאר 3 מאל און סאויסזיכטן די פערדע מאל.."
"חכם עדיף מנביא"
ווייזט עלטערע נייעס