בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זוכן: „#פורים”

געפונען אין די אלע שרייבווייזן (דריקט צו אויסלאזן):

דינסטאגי"ד אדר א' תשפ"ב2/15/2022

באריכט
מאנטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם שפילמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף דברי יואל'. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור, קאפיטל ט' פסוק א'.

נאכמיטאג אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. און שפעטער פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי''ו - ר' מנחם שמואל פרענקל הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל איידליס הי''ו - שלמה מענדלאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יצחק שמואל שניצער הי''ו (וומסב''ג) - ר' אהרן אבראמאוויטש הי''ו, באולם קרן ויואל משה.

ארום 8:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

לעשות אותם ימי משתה ושמחה - ליל פורים קטן

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לרגל פורים קטן בתופים ובמחולות במעמד אלופי אלפי ישראל בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.

ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ לכבוד היום פאר עטליכע מינוט, און תיכף נאכ'ן זיך וואשן צו די סעודה האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה''צ ר' שלמה זאבעל שליט''א מו''ץ ביהמ''ד בית דוב דקהלתינו הק' צו מאכן דעם סיום ששה סדרי משנה וואס ווערט געלערנט דורך די שיעורי אהבת קדומים בבית מדרשינו הגדול בקר''י, און הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א מגי''ש בקהלתינו הק' מיט אמירת קדיש.

במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירות ותשבחות ברנה ובצהלה נגוני התעוררות ונגוני שמחה וריקוד, און נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען במשך די סעודה פינעף מאל דברות קודש. ביים ערשטע מאל האט דער רבי דערמאנט אז יעצט ווערט א יאר פונעם חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז אריין געגעבן געווארן דורך רבינו שליט"א פאריאר שושן פורים. און ארומגערעדט מיט שטארקע התרגשות איבער די זכיה אז יעצט איז פארענדיגט געווארן די מצוה בשלימות און דאס איז א געוואלדיגע שמחה וויבאלד דעם שב"ק פרשת תצוה איז פארענדיגט געווארן די קריאה אין די ספר תורה במשך דעם יאר, וואס מיט דעם איז פארענדיגט געווארן די השלמה פון די מצוה און איז משפיע השפעות טובות. דערנאך האט דער רבי דערמאנט די קבלת טובות פון די שעות רצופות דורך די טויזענטער בחורים אלס מנחת ביכורים פאר רבינו שליט"א, און געבעהטן פון די בחורים 'קימו וקבלו' זיך נאכאמאל מקבל זיין צו לערנען די שעות רצופות פון ר''ח ביז פורים הבעל''ט, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות הקודש בברכות התורה. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט פייערדיגע ריקודים בשמחת התורה.

ביי די צווייטע דב''ק האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברי דרוש לכבוד היום, ביי די דריטע דב''ק האט רבינו שליט''א ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע השפעות וואס קומט אראפ בימי הפורים, און ארומגערעדט דברי הדרכה בפרט פאר די בחורים, מען דארף נזהר זיין נישט נשפע צו ווערן פון די מהות פון אמעריקע 'וואס אמעריקע איז דער מקור התאוות' וואס דאס איז געווען דער ציהל פון אחשורוש 'לעשות כרצון איש ואיש', דער רבי האט דערמאנט דעם רמ''א אז מען זאל מאכן א סעודה פורים קטן און ענדיגט צו וטוב לב משתה תמיד, 'תמיד' איז בגימטריא 'חותם' מען דארף האבן א חותם מען דארף נזהר זיין צו האבן א חותם אויפן מויל סיי בנוגע עסן און בעיקר בנוגע ניגונים פון נישט אן ערליכן מקור.

שפעטער האט רבינו שליט''א משמיע געווען די פערטע דב''ק און ארומגערעדט איבער די מצוה פון מתנת לאביונים וואס אפילו עס גייט נאר אן פורים גדול איז מען אבער נישט עובר אויף בעל תוסיף אויב מען געט צדקה פורים קטן.., און געזאגט אז איך האב א פערזענדליכע צוועק פאר א איד א נצרך און דערביי מכבד געווען אלע אידן וואס הייסן 'יוסף' זאלן ארויפגיין אויפן טיש און צוזאמנעמען געלט פאר די מצוה, און זיך דערנאך באדאנקט פאר אלע וואס האבן צוזאמגענומען די געלט.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען די פופטע דב''ק און ארומגערעדט אז דער נס פורים איז געקומען בזכות מצוות מזוזה, און דערמאנט איבער וואס מען האט מעורר געווען וועגן כשר'ע מזוזות און געזאגט א בשורה טובה אז מען האט מממה געווען א ת''ח ויר''ש מרבני קהלתינו הק' בבני ברק וועלכע זאל שטיין על המשמר און צוזאמנעמען פון ערליכע סופרים פון ארה''ק וועם ער קען, און עס אפשיקן קיין אמעריקא צו פארקויפן בתכלית הכשרות.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות הרה''ח ר' הערשל פרידמאן הי''ו און הרה''ח ר' אלי' שוויצער הי''ו און נאכ'ן בענטשן האט רבינו שליט''א געזאגט שבע ברכות פאר עטליכע מחתני אנ''ש. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

נאכן טיש איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין בארא פארק, מפאר זיין בראש שמחת החתונה בחצרות קדשינו, הכלה נכדת רביה''ק בעל ברך משה זי''ע, בת הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט''א מו''ץ בקהלתינו ב''פ בן הגה''צ אב"ד קהלתינו ב''פ שליט''א.

ארום 1:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין עטרת גאלדא זאל, דער רבי האט זיך קודם באגריסט מיט הגה"צ ב"פ רב שליט"א און זיך נאכגעפרעגט על שלום בריאותו, און דערנאך האט דער רבי טועם געווען לכבוד די שמחה און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים אין די זיידעס.
מוה"ר משה יושע ווייס הי''ו האט אויסגערופן רבינו שליט''א צו די מצוה טאנץ, וואס דער רבי האט געטאנצן לפני הכלה כנהוג, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים און די געהויבענע זיידעס.

נאך די מצוה טאנץ האט דער רבי געוואונטשן פאר די כלה כנהוג, און בערך אים 1:50 איז רבינו שליט"א אריינגעפארן קיין וומסב"ג לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
עריכת שלחן הטהור לרגל פורים קטן בתופים ובמחולות במעמד אלפי ישראל בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היינט דינסטאג פורים קטן וועט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א דאווענען תפילת שחרית בהיכל ישיבה לצעירים וומסב''ג, און נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים לכבוד היום.

נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א מעריך זיין שלחנו הטהור אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות וומסב''ג אין די זאלן פון קאנטינענטל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ג אדר א' תשפ"ב2/14/2022

נייעס
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צו 'פורים קטן טיש' במעמד אלפי ישראל אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
היינט נאכט קומט פאר די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, החתן בן הגה"צ ר' יעקב יוסף מאיער שליט"א ראש ישיבת בית בנימין סטעמפארד, קאנעקטיקוט. מיט הכלה בת הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט''א מו"ץ קיט"ל ב"פ, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א (לרפו"ש). די שמחת החתונה קומט פאר אין עטרת גאלדא אין בארא פארק.

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה אריינפארן מפאר זיין בראש השמחה, תיכף נאכן פארענדיגן דער 'פורים קטן טיש' בביהמ''ד הגדול בקרית יואל.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ו אלול תשפ"א9/3/2021

באריכט
דינסטאג נצבים ג' סליחות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה 'בנין ישעי זאב לעוו' אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב''ר אברהם שלמה האפפער הי''ו.
ב''ר יחיאל ארגעל הי''ו.
ב''ר ישראל משה בערקאוויטש הי''ו.

נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי די תלמידים המצטיינים פון כתה ח' וועלכע האבן זיך פארהערט די לימודים. רבינו שליט"א האט פארטיילט פרסים און געוואונטשן ברכות קדשו. אויך זענען אריין תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות בימי פורים העעל"ט. רבינו שליט"א האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה. רבינו שליט"א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים די מרביצי תורה און די בחורים, און דערנאך משמיע געווען קורצע דברות קודש.

דערנאך איז רבינו שליט"א אראפגעגאנגען ביים פראכטפולען נייעם איבערגעבויעטן אולם פרענקל נדבת הרבני הנגיד ר' אביגדור פרענקל הי"ו ובנו הרבני הנגיד ר' יושע הי"ו. רבינו שליט"א האט קובע מזוזה געווען און מכבד געווען הגה"צ אבד"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א און הרבני הנגיד ר' אביגדור פרענקל הי"ו צו קובע מזוזה זיין. דערנאך האט די רבי שליט''א געוואונטשן ברכות קדשו פאר די נדבנים ועסקנים, און זיך אומגעקוקט אויף די זאלן.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ

ארום 12:15 איז רבינו שליט''א - ווי שוין געמאלדן - אנגעקומען צום ''מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים'' פארן בנין הבית רחל בנין ריספלער החדש במוסדותינו הק' וויליאמסבורג, וועלכע איז בשעטו"מ געעפענט געווארן און אריין אין באנוץ נאך לאנגע יארן פון עגמת נפש. - זעהט באזונדערע באריכט ביי די פריערדיגע באריכטן -

אויף דערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ"ש תושבי וומסב"ג ווי יעדן דינסטאג. עס האבן געשטראמט נאכאנאנד א ריזן ציבור אנשי שלומינו פאר איבער 8 שעה, פון 4:30 נאכמיטאג ביז 12:45 אינמיטן די נאכט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

מאנטאגי"ז אדר תשפ"א3/1/2021

באריכט
באריכט חגיגת הכנסת ספר תורה #3

ועשה אותו יום משתה ושמחה
וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם
וידבר אלי זה השלחן אשר לפני ה'

נאך מנחה איז צוגעשטעלט געווארן די סעודות לגמרה של תורה פארן ברייטן ציבור עקסטער פאר 'אהבת קדומים' אין די פאליש שע"י ביהמ"ד הגדול פאר די אברכים ובעלי בתים אינעם מבצר הכוללים פאר בחורי חמד אינעם היכל התורה, במשך די שעה זענען די רבבות ישראל אריבער וואונטשן ברכת מזל טוב פארן גרויסן בעל שמחה רבינו שליט"א ווי די שורות האבן זיך געצויגן אין גאס ביזן 'חדר דוד' ווי די אידן זענען אריין מיט א הייליגע ציטער וואונטשן מז"ט.

ביים זמן מעריב האט מען געדאווענט מעריב ברוב עם אינעם היכל הביהמ"ד בשעת מען ווארט מקבל פנים צו זיין די גרויסע בעל שמחה ומנהיג העדה, נאך מעריב האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד שושן פורים הרה"ג ר' אברהם מדרכי מאלך ארום 7:30 איז די רבי ערשינען אינעם ביהמ"ד ווי מען האט זיך נאכאמאל ארויסגעלאזט אין פייערדיגע רוקידין בשמחת התורה די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לגמרה של תורה וסעודת שושן פורים במשך די סעודה האט די בעל מנגן ר' ישראל אדלער משמיע געווען ווארימע דברי חריזון לכבוד התורה,

ביי די דב"ק נאך לענגערע דברי דרוש ופלפול בעניני הכנסת ספר תורה האט די רבי נאכאמאל מתפלל געווען א הארציגע בקשה "אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצליחה נא" אז מזאל קענען זיצן בבית ה' כל ימי חיי, און עוסק זיין בתורה, און א בקשה אויף די קינדער און אייניקליך "ויהיה זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים". "הנטפל לעושי מצוה הרי הוא כעושה מצוה" דערנאך האט די רבי געזאגט אז די אלע באטייליגטע זענען אזויווי די עושי מצוה און אלע ברכות וסגולות וועט אויך חל זיין לנטפל לעושי מצוה, דערנאך האט די רבי דערמאנט די שווער יאר וואס איז דורך פאר כלל ישראל וואס האט זיך אנגעהויבן א יאר צוריק און ארויסגעברענגט לשבח די מסי"נ פון אידן מקיים צו זיין די מצוות, לערנען און דאווענען מיט מנין, טראץ אלע שוועריקייטן וואס מהאט פארשפארט די בתי מדרשות, ישיבות, בתי חינוך לבנים ולבנות, ווי די רבי האט געזאגט מיט א קול געשטיקט פון טרערן "..כגעדענק איך בין אריינגעקומען אין דעם בנין אין יענע שווערע זמנים סגעווען פארשפארט כהאב מיר ציוויינט דא אין ביהמ"ד דאווענען יעדן טאג 2000 אידן שחרית מלערנט מדאווענט, תורה עבודה גמ"ח, 'איך בין אריינגעקומען אין ביהמ"ד סאיז געווען פארשלאסן און פארזיגלט "דאס הארץ האט געריסן" נאך א יאר צייט דארף מען ארויסברענגן לזכות פון אידישע קינדער וואס האבן מקיים געווען די מצוות ה' במסי"נ, און דערנאך געוואונטשן לענגערע ברכות קודש בפרט פאר די אידן וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא מקושר צו עניני הכנסת ספר תורה.

דערנאך האט ר' ישראל אדלער נאכאמאל פארגעזונגן דברי חריזון איבער די מנחת בכורים וואס איז געשאנקן געווארן פארן רבין לקראת יום שמחת לבו פון אזויפיל ווי אריבער "זעכציג טויזענט שעות רצופות" פון אלפי בחורי אנ"ש די בכל אתר ואתר, קבלות טובות פון אריבער "צוויי אהאלב טויזענט" תשב"ר פון כתות ו' ז' ח' במוסדותינו הק', קבלות טובות פון אריבער "פינעף טויזענט" תלמידי בית רחל במוסדותינו הק' -וואס איז געשאנקן געווארן אלס מנחת בכורים פאר אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל יום שמחת לבו בחגיגת "הכנסת ספר תורה"
די שענסטע מתנות צו שענקן פארן צדיק -לשמוח בשמחתו ולהחיות נפשו הטהורה- וועלעכע לערנט און חזרט די תלמידים כסדר "תורה תורה וקבלות טובות"!!!
דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש -ביי די דב"ק האט די רבי דערמאנט די גרויסקייט פון די מתנות פון די תלמידים הקראוים בנים, און מכבד געווען אלע אידן וואס האבן שוין מקיים געווען "מצוות כתיבת ס"ת" צוזאמצונעמען געלט פאר קופת רבינו 'אבני חסד' ווי יאר יערליך ביים שושן פורים טיש, דערנאך האט די בדחן הרב אברהם מדרכי מאלך נאכאמאל אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות.

אשרי עין ראתה את כל אלה!!!אשרי לנו!! וואויל איז אונז!!
אשרינו מה טוב חלקינו צו זיין א חלק פון אזא קהילה!! מיט אזא רבי!!
"אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו"

"עליונים ששו ותחנונים עלזו בקבלת תורה מסיני"

מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו

יהו"ר שמשחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ביים עריכת שלחן הטהור האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מכבד געווען -ווי יאר יערליך ביים שושן פורים טיש, צוזאמצונעמען געלט פאר קופת רבינו "אבני חסד"- היי יאר אלע אידן וואס האבן שוין זוכה געווען צו מצוות "כתיבת ספר תורה" צווישן אנדערע האט זיך אנגעזען כ"ק הגה"צ אב"ד 15 שליט"א

"די שפראך איז דערווייל צו ארעם צו באריכטן דעם היסטארישע מעמד קדוש מיר האפן און די קומענדיגע טעג צו באריכטן די טריקענע פאקטן"

זונטאגט"ז אדר תשפ"א2/28/2021

באריכט
חבורת צדק עדה המאושרה, זקנים נעם נערים בכל שורה ושורה, קבוצים פה היום לשמחת התורה

"תורה תורה חגרו חג, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, נגיל ונשיש בזאת התורה": רבבות חסידי סאטמאר זקנים עם נערים אין פייערליכע התלהבות'דיגע שמחת תורה שטימונג צום "מעמד קדוש אדיר ונשגב היסטארישע חגיגת הכנסת ספר תורה" פונעם שר התורה והיראה רבן ומאורן של ישראל אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש עטרת ראשינו שליט"א, 'כולם נקבצאו באו לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה' "היינט זונטאג שושן פורים דמקופין" בתוככי קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו, וועט ארויסגעפורט ווערן פון ביתו נאוה קודש מרבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה אויפן וועג צום "בית גדול וקדוש שהתפללו בו רבותינו הקדושים זי"ע בית מדרשינו הגדול בקרית יואל"

"יום שכולו שמחת תורה": רייע הייליגע מעמדים פון הכנה להכנסת ספר תורה, הוצאת ותהלוכת הס"ת, קבלת התורה דורך רבבות תשב"ר, ריקודי קודש, אמירת מזל טוב, שלחן הטהור לכבוד גומרה של תורה,

"ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגילו, עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני"

בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשט"ו אדר תשפ"א2/27/2021

נייעס
היינט מוצ"ש "שושן פורים דמקופין" וועט זיין די זמני כניסה בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ווי אנ"ש וועלן האבן די זכיה אריינצוכאפן א ברכה פונעם צדיק הדור בימי הפורים פון 9:30 ביז 11:30 בביתו נאוה קודש.

וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם

דאנערשטאגי"ג אדר תשפ"א2/25/2021

נייעס
סדר וזמני "פורים" בצל מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בקרב קהלתינו הק' וויליאמסבורג.
נייעס
סדר וזמני "פורים" בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' קרית יואל.
ווייזט עלטערע נייעס