בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זוכן: „#פורים”

געפונען אין די אלע שרייבווייזן (דריקט צו אויסלאזן):

דינסטאגכ"ו סיון תשפ"ד7/2/2024

באריכט
זונטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר עזריאל שפיטצער הי"ו.
ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר משה יחיאל מרדכי אראן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי.

אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי ישיבה אור ודעת ווי דער רבי האט מלוה געווען די מטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל פאר א שטיק צייט אינאיינעם מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן צו די חומש סעודה, דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, און דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן, און משמיע געווען דברי ברכה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי עס איז פארגעקומען מעמדי חתימת שטרות פאר די פילע אנ''ש וועלכע האבן אויפגעטריבן סכומים הגונים ביים 'להעמידם' קאמפיין און דערמיט אפגעקויפט זכותים במוסדותינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי''ש בקהלתינו הק', דערנאך זענען ארויף די נדבנים און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי זיינע חשוב'ע שוואגערס בני הרה"ח ר' פנחס נחמן גלויבער ע"ה אינאיינעם מיט זייער לשובע מאמע תחי' האבן אפגעקויפט א זכות נכבד במוסדותינו הק' אין מאנסי, צום ערשט זענען אריבערגעקומען די עלטערע תלמידים פון מוסדותינו הק' און דער רבי האט פארטיילט מטבעות און סידורים פאר די וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א.
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל יעקב קאסירער הי"ו אויף א ביקור תנחימון נאך די פטירה פון אשתו ע"ה, דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די בני המשפחה און די יתומים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל וויזענפעלד הי"ו ווי בנו הרה"ח ר' חיים הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום און אפגעקויפט א 'זכות קומה' בבנין הבית רחל החדש אין מאנסי, עס איז אנוועזנד געווען הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב קהל עצי חיים סיגוט מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און נאך פארשידענע זכרונות, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים.
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען זיך אומקוקן אויפן מקוה וואס הרה"ח ר' ישראל הי"ו האט געבויעט פאר די געגענט און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם פאבריק פון די 'גאלדן טעיסט' פירמע אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק במאנסי, דער רבי האט געגאסן די יסודות און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' רפאל הי"ו.
דערנאך ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א, דער רבי איז צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע הנאה, און דערנאך געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די תלמידי ורמ''י הישיבה, און משמיע געווען דב"ק וברכה פאר די בחורים און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים בקרוב.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי באגריסט הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין ווי די ישיבה איז סטאנציאנירט, און מיט חותנו בנש"ק הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר. ארום 5:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען ארייין בקו''פ רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים אינאיינעם מיט עסקני והנהלת מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די עפענונג פון די נייע 'זיבעטע' אפיס פונעם מרכז אין שטאט אשדוד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז, און באזונדער האבן די עסקנים געגעבן א באריכט איבער די אנגייענדע 'פודה' קאמפיין אנצושליסן אנ"ש אלץ שותפים אין די הייליגע פעולות פונעם מרכז, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים איבער די פילצאליגע פעולות איבערן ביטערן גזירות הגיוס אין ארה"ק, און די רבנים האבן איבער געגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די היסטארישע עצרת מחאה וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די עדה החרדית עפ"י קריאת כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א אויף כיכר זופניק וואו אלופי אלפי בני העדה זענען זיך צוזאמען געקומען אויסשרייען דעם זעקת הקודש קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, ווי אויך איבער די פילע פלענער אויף להבא למען הצלחת המערכה, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקני ורבני המרכז, און במיוחד האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר האברך ר' הערשל בר"י פריעדמאן הי"ו ראש העסקנים בארה"ב, און פאר הרבני הנגיד ר' יצחק שיפף יו"ר הנהלה בארה"ב.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום משה מנחם עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילעפף הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

מאנטאג פרשת קרח

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל הכהן רובין הי"ו.
ב"ר ישראל הכהן הארטשטיין הי"ו.
ב"ר יעקב שמחה שעהר הי"ו.
ב"ר יחיאל אלטר האפמאן הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 8:35 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די שמחת השבע ברכות פון א אור אייניקל ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אינעם שאטער נעבן ביהמ"ד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט האדמו"ר מסקווירא שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גרויסן עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די שבע ברכות ארום 8:50.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגא' סיון תשפ"ד6/7/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב דוב קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל אבערלענדער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 7:00 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה תלמידי ישיבה קטנה סניף חכמת התורה שע"י מוסדותינו הק' אין וומסב''ג בהנהלת הרה''ג ר' אלעזר פאנעט שליט"א וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פאר די ישיבה פארגאנגענעם פורים העעל"ט, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 8:10 איז דער רבי אריבער אין בנין הת"ת 'בנין קליין' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים במסגרת 'מתמידים' דורך די תלמידי כתה ח' פון פון אלע סניפים, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די קינדער און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה"ח ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו - הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו.
הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.

נאכ'ן תנאים האט דער רבי האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי וויזניץ און איבער הרה"ק האהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם שב"ק ב' סיון, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון ר' שלום קעלמר שליט"א מראשי ישיבת פילידעלפיע חתן הגאון רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילידעלפיע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ישיבה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
פרייטאג במדבר ר"ח סיון

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הרה''ג ר' יואל פארקאש שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, דערביי האט זיך פארמירט א שמועס מיט האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א פון שכונת שאגת אריה וועלכע איז געקומען לייגן תפילין פאר בנו הב' הבר מצוה ני"ו, ווי דער רבי האט פארציילט זכרונות מימי קדם פון די סוגיא שיעורים ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ווי דער רבי פלעגט זיך באטייליגן אינאיינעם מיט להבחל"ח אביו האדמו"ר בעל דובר מישרים מספינקא ז"ל.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א.
ב"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעוררות, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
צו מוסף איז צוגעגאנגען דער מנהל שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און מען האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות מיט די נעמען פון די תלמידי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, פאר די מרביצי תורה, און אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק וחיזוק פאר די בחורים אז יעדער דארף און יעדער קען לערנען, און ארויסגעברענגט בשבח פון די חשוב'ע ישיבה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און מרביצי תורה. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

ארום 1:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ר"ח אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט 'חבורת תלמידי בידו' שע"י ישיבות קטנות דמוסדותינו הק', דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און געעפענט די חלה מיט די הענט כנהוג אום עש"ק, נאכן עסן א כזית האט דער רבי אויסגעשמועסט דעם מנהג פון נישט ניצן קיין מעסער עש"ק און פארציילט א מעשה פונעם שינאווע רב זי"ע בנוגע דעם מנהג, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני קבלת התורה, מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים במוסדות קר''י.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז פון אברהם אבינו לערנט מען זיך ארויס אז טראץ וואס עבודת השם קומט נישט אייביג אן גרינג נאך אלץ דארף מען דינען דעם אייבערשטן אין אלע מצבים, און ארומגערעדט בשבח פון די בחורים פון די חבורה וואס טראץ יעדע בחור דארף הארעווען און לערנען און חזר'ן בלייבט עס אבער נאר ביים וועלן, אבער די בחורים גיבן אוועק זייער זייטיגע צייט צו חזר'ן און זיך פארהערן, כמותכם ירבו בישראל! און דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי ברכה פאר די חשוב'ע עסקנים און אלע בחורים.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרבני החסיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון החבורה. מען האט געענדיגט ארום 2:40.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴

מיטוואךי"ז אדר ב' תשפ"ד3/27/2024

באריכט
מאנטאג צו שושן פורים

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 10:10.
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו. לוי: בעל ברית ר' גדלי' בערגער הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' גדלי' בערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד מיטן בעל ברית ובני המשפחה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים בקרב קהלתינו הק'.

ארום 6:35 איז דער רבי אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג, און צום ערשט געדאווענט מנחה בהיכל מאיר זעליג. בעל תפילה: ר' אהרן הערש וועבער הי''ו.

ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, און מען האט מרבה געווען בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו ב"פ, שושנת יעקב: הרה"ג ר' אברהם מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי.

במשך דעם טיש האט רבינו שליט''א געזאגט זיבן מאל תורה.
ערשטע תורה: אויפן פסוק ובבואה לפני המלך און געטייטשט אז הקב"ה איז מצרף פאר אידישע קינדער די טוב העתיד, אפילו יעצט איז מען נאכנישט אזוי אבער בעתיד וועט מען יא זיין, איז הקב"ה שוין משפיע רב ברכות.
צווייטע תורה: אויפן פסוק ובבואה לפני המלך און געטייטשט אז דורך די תורה וואס איז איינס מיטן באשעפער זענען אידישע קינדער יונק חיות דקדושה און ווערן קיינמאל נישט נדחה.
דריטע תורה: אויפן פסוק ויגידו למרדכי את דברי אסתר און געטייטשט אז ביי דעם טאג פון פורים איז דא די זעלבע בחינה ווי ביי תקיעת שופר, אידישע קינדער ווערן אנגעווארעמט זייער הארץ צום אייבערשטן.
דער רבי האט אנגעהויבן די ניגון 'אנא עבדא דקודשא בריך הוא' און זיך אויפגעשטעלט טאנצן בהתלהבות אש.
פערטע תורה: אויפן פסוק כי מרדכי היהודי און געטייטשט אז צו קענען מהפך זיין פון וי צו טוב דארף מען מצרף זיין דעם אלופו של עולם און דאס האט מרדכי הצדיק משפיע געווען.
פיפטע תורה: אויפן פסוק כי מרדכי היהודי און געטייטשט אז המן הרשע האט געוואלט צום ערשט אויס'שמד'ן אידישע קינדער און דערנאך זיי הרג'ענען, מרדכי הצדיק האט זיי מציל געווען און זיי געגעבן די וועלט און יענע וועלט.
זעקסטע תורה: אויפן פסוק דורש טוב לעמו און געטייטשט אז דורך צדקה מאכט מען לויטער די לופט אז מען זאל קענען נאכדעם דאווענען און אזוי קענען די תפילות ארויפגיין, און דערביי מכבד געווען אלע וואס הייסן יעקב זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו אבני חסד.
זיבעטע תורה: אויפן פסוק דורש טוב לעמו און געטייטשט אז מען האט מתקן געווען מתנות לאביונים לזכר הנס אפילו מען איז נישט געווען ראוי צו דעם בשעתו, ובזכות מתנת לאביונים העלפט דער אייבערשטער אפילו מען איז נישט ראוי, און מסיים געווען ברוב ברכות.

דערנאך האט הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו געזאגט דברי בדחנות.
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 10:45.

נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: משב''ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאך מעריב זענען אריבער גבאי חבורת לגיון של מלך פון ישיבתינו הקדושות אין וומסב''ג, דער האט זיי איבערגעגעבן די געבענטשטע מטבעות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 11:05 איז רבינו שליט''א אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת ויקרא שבת זכור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערשל ב"ר יואל זאלדאן הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל ברש"מ עקשטיין הי"ו, ביי לכה דודי האט מען געטוישט די ניגונים כנהוג.
מען האט געענדיגט ארום 9:15, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די ישיבות קטנות אין קר''י, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים במוסדות קר''י.

נאך די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה אויפן פסוק 'וכל שרי המדינות מנשאים את היהודים' און געטייטשט בדברי הדרכה אז מען דארף זיך פירן מיט א געהויבענע הנהגה א גאנץ יאר בפרט אין פורים, און אוודאי נישט טוהן אזאך וואס מען זאל זיך שעמען שפעטער און פראווען דעם יו''ט בשמחה ובהתרוממות הנפש ווי עס פאסט פאר טייערע איידעלע חסידישע בחורים.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען די מנהלים פון די ישיבה קטנות. כל מקדש: הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט"א מנהל ישיבה קטנה דרך התורה מחוץ לעיר, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א מנהל סניף ייטב פנים.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקרא ה' אל משה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון בל תאחר.

קה אכסוף: הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א מנהל סניף השיב משה, ברכהמ''ז: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון די שתדלנות פון די סיגוטער ראה''ק הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל אין שטאט סיגוט לימין רבותינו הק' זיע''א, לכבוד די יארצייט מיטוואך י"ז אדר.

קה רבון עלם: הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט"א מנהל סניף דברי חיים, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' יואל הערש ווידער שליט"א מנהל סניף זרע קודש. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: ר' ליפא ברש"ל פריעד הי"ו, צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הר''ר שמואל דוד ווייזער שליט''א (וומסב''ג) און הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.

עליות. כהן: החתן ב"ר יואל בר"ש כץ הי"ו - באווארפען. לוי: הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו. שלישי: הפ"ר הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו. רביעי: החתן ב"ר יעקב יואל גאלדענבערג הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יואל זאלדאן הי"ו - באווארפען. שישי: החתן ב"ר ליפא האלפערט הי"ו - באווארפען. שביעי: החתן ב"ר יצחק יושע קארנבלי הי"ו. הוספות: החתן ב"ר שלמה יקותיאל הערשקאוויטש הי"ו. החתן ב"ר עזריאל מאיר קאהן הי"ו. אחרון: החתן ב"ר אברהם יושע גלאנץ הי"ו. הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' ליפא האלפערט הי"ו.

מפטיר - זכור: רבינו שליט''א, און דער רבי האט געליינט די קריאה

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שמשון רובינפעלד הי"ו.
ר' גרשון גפן הי"ו.
ר' הערשל ברמ"א זאלדאן הי"ו.

הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' מנחם ישעי לעווי הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יצחק יושע קארנבלי הי"ו.

מוסף: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:55.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:10. מנחה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו. לוי: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א. שלישי: הרה''ח יואל ישראל גרינבוים הי''ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יעקב פסח האפפער הי"ו (ב"פ).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה פון זכור 'זכור את אשר עשה לך עמלק' און געטייטשט אז אלע אומות איז מען מכניע דורכן מכניע זיין זייער שר למעלה, אבער די שר פון עמלק איז די ס''מ אליינס קען מען נאר מיט די כח פון שב''ק וואס העלפט מען זאל קענען תשובה טוהן בשלימות, אז עס געפאלט שב''ק ערב פורים איז עס גוטע הכנה אויף פורים.
ידיד נפש: הרה''ח יואל ישראל גרינבוים הי''ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב פסח האפפער הי"ו, שושנת יעקב: פורים ראב''ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 8:55. און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ימי אורה ושמחה, פורים - שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

מוצש''ק ליל פורים

ארום 9:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ברוב עם הדרת מלך, מעוטף בטלית שאולה, ארויף אויפן באלעמער, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת כנהוג, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד, און געמאכט די ברכות באש קודש און פארגעליינט די מגילה בהתעוררות והתלהבות אש, דער רבי האט געענדיגט די מגילה אום 10:40.

נאך ענדיגן מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה, און ביים ארויסגיין געוואונטשן א גוטע וואך און א גוט פורים. מען האט געענדיגט 10:55, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צום סעודה, פאר די פיש האט מען געזינגען זמירות מלוה מלכה.
במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע נגוני שמחה, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א, שושנת יעקב: הר"ר דוד משה ראזענבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפלה לדוד קרעטשניף קר"י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה צום ערשט געטייטשט בדרך צחות אויף א תורה וואס ווערט געברענגט אין חיד''א וואס ער האט געהערט פון א פורים רב, און ממשיך געווען בדרך דרוש אין די סוגיא צו ביי א בן נח גייט מען נאך רוב, און אין די סוגיא פון יש אם למקרא.

מען האט ממשיך געווען צו זינגען לכבוד היום, און דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א האט געזאגט דברי בדחנות, און געזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד די בחורים אין חבורת לגיון של מלך וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די גבאים פון אלע ישיבות מטבעות קודש אויסצוטיילן פאר די בחורים.

ברכהמ''ז: הרה''ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

זונטאג צו יום הפורים

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שמואל יואל שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' משה לייב עפשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 10:45. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם יושע פארקאש הי"ו.
ב"ר יואל שלעזינגער הי"ו.
ב"ר יושע לייב לעווי הי"ו.

בעל תפילה: פורים ראב''ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א, הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א. כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי). גלילה: הרה"ח ר' יושע לייב לעווי הי"ו (לינדען).

נאך קריאת התורה איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן תפילין ר''ת, און נאך עטליכע מינוט אריינגעקומען אין ביהמ''ד און ארויף אויפן בימה, און געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען מנהג מחצית השקל פאר זיך און פאר הרבנית תחי', און דערנאך ארום 12:05 געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכות פון קריאת המגילה און פארגעליינט בהתלהבות ובאש קודש. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 1:15.

נאכ'ן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין בחדרו הפרטי און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו און פאר זייערע עלטערן.

אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און כנהוג טועם געווען פון המן טאשן, קינדל, און נאנט, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה

נאכמיטאג פון 4:30 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים, ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים, ווי רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש.

ארום 6:45 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, נאך די פיש האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געטרונקען דעם ערשטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים, נאך די זופ און נאך די פלייש האט דער רבי געמאכט נאכאמאל דעם לשם יחוד און געטרינקען נאך א כוס און געוואונטשן לחיים.

ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך, און ביי די פלייש האט מען אריינגעברענגט א העלזל, כנהוג.

רבינו שליט''א האט פארגעזינגען אדון עולם און כבודו מלא עולם בהשתפכות הנפש ובבכיות עצומות, און דערנאך אנגעהויבן דעם לעבעדיגן כבודו מלא עולם און זיך אויפגעשטעלט טאנצן און ממשיך געווען מיטן ניגון שבשפלינו זכר לנו, בשעת דער רבי איז מעודד דעם גאנצן ציבור.

במשך די סעודה האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגוני דביקות והתעוררות, וניגוני שמחה וחדוה בשעת דער רבי הייבט דעם ציבור און זיך עטליכע מאל אויגעשטעלט טאנצן אין פייערדיגע ריקודים.

רבינו שליט''א האט במשך די טיש משמיע געווען 6 מאל דברות קודש.
ערשטע תורה: אויפן פסוק ויגידו למרדכי את דברי אסתר און געטייטשט אז דורך זעהן און הערן גוטע זאכן איז מען מעורר עין ואוזן למעלה צו משפיע זיין פאר אידישע קינדער. נאך די תורה האט דער רבי פארגעזינגען די זמר צמאה נפשי לאלקים לקל חי.
צווייטע תורה: אויף שושנת יעקב צהלה ושמחה און געטייטשט אז דורך דעם וואס אידן זענען דבוק אינעם אייבערשטן האבן זיי א חיות דקדושה און ווערן קיינמאל נישט נדחה. מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
דריטע תורה: אויפן פסוק ובבואה לפני המלך אמר עם הספר און געטייטשט אז לגבי דעם אייבערשטן איז דברים שבלב הוי דברים, אפילו מען האט נאר א מחשבה צו טשעפענען אידן באקומט מען שוין א עונש, און דערמאנט די רשעים וואס ווילן שטערן דעם הייליגן חינוך פון תשב"ר, און אנגעהויבן די ניגון וכל קרני רשעים אגדע, און דערנאך פארגעזינגען דעם ניגון פון הרה''ק הקדושת לוי זיע''א 'לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער' און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
פערטע תורה: אויפן פסוק ובבואה לפני המלך און געטייטשט אז אפילו עס איז אמאל דא אויף אידישע קינדער א דיבור קשה, דורך שמע ישראל און אמונה אין בוכ''ע קומט עס נישט אראפ אויף דער וועלט.

רבינו שליט''א האט דאן פאררויכערט א ציגאר כנהוג, און פארגעזינגען די ראפשיצע תניעה, און דערנאך גלות גלות בבכיות נוראות און אנגעהויבן יבנה המקדש, און איבערגעגעבן דעם ציגאר פאר הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו.

פיפטע דב''ק: האט דער רבי פארציילט א עובדה פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיע''א וואס האט אויסגעלערנט הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זיע''א צו גיין נאך געלט אפילו מען האט שוין געגעבן, און ממשיך געווען אז די אידן האבן היינט אויסגעטיילט שווערע געלטער, יעצט וועט מען געבן נאכאמאל פארן קופה אבני חסד, און מכבד מכבד געווען אלע וואס הייסן יצחק זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש.

זעקסטע תורה: אויפן פסוק דברי שלום ואמת און געטייטשט אז מען איז מתפלל אז די אלע השפעות וואס קומט אראפ בימי הפורים זאל האבן א המשכה און א קיום לעד ולנצח נצחים און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט אריינגעברענגט קרויט, און א בארג סיני קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, דערנאך איז דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א ארויף אויפן טיש און פארגעזינגען דעם קאלובער 'סאל א קאקאש' ניגון, און אני מאמין.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד, שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מעריב, בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם, מען האט געענדיגט ארום 12:55.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יעקב יוסף פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' זלמן גראסבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר בנימין זאב שווארטץ הי"ו.
ב"ר יעקב קלעפנער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך זענען אריין בקו''פ בחדרו הפרטי די גבאים פון קופת רבינו אבני חסד פון אלע סניפי המתיבתא מקבל זיין ברכת הקודש לקראת יו''ט פורים, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שליחות הקודש און מאציל געווען מברכות קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די גבאים.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון יוסף זאלדאן הי"ו בבית אביו הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ארי' ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו - ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מרדכי הערש היימאן הי"ו (מאנסי) - ר' שאול יחזקאל פראמאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' ירמי' שמואל ווייס הי"ו - ר' שלמה אפרים צוויבל הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' שמחה האלפערט הי"ו (וומסב''ג) - ר' נפתלי הירצקא בראך הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און געבענטשט די מטבעות וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חבורה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.

דאנערשטאג ויקרא תענית אסתר

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכמיטאג ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט עולה געווען שלישי - מפטיר, און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב.

רבינו שליט''א האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יצחק יושע קארנבלי הי"ו ר' משה בר"א סימאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

פרייטאג ערש''ק ויקרא

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא בר"י גרובער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר ישראל אפרים פישל שלעזינגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב שלמה הי"ו ואחיו הרה"ח ר' מרדכי נסים גרינוואלד הי"ו, ע"פ אחותם ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 14
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור לכבוד שושן פורים במעמד אלפי אנ''ש בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגט"ז אדר ב' תשפ"ד3/26/2024

ווידיאו
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור לכבוד שושן פורים במעמד אלפי אנ''ש בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דאנערשטאגי"א אדר ב' תשפ"ד3/21/2024

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת ויקרא-פורים, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
להיות עושים את שני הימים האלה.
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 ויקרא חו''ל תשפ''ד6.3 MB

דינסטאגט' אדר ב' תשפ"ד3/19/2024

באריכט
זונטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם מאיר וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו.
ב"ר שלום גאלדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד דברי יואל צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' דניאל שמעון אלטמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל משה מאלח הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' פנחס ישעי' וויינשטאק הי"ו - ר' ישראל ברוך פאגעל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יעקב שלום שטיינבערג הי"ו (וומסב''ג) - ר' ארון לייב קעניגסבערג הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

נאך די זמני כניסה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. איז אריין בקו''פ הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו''ש נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

מאנטאג פרשת ויקרא

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי בערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה ליו"ט פורים הבעל"ט, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א - ר' שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו (וומסב''ג) - ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א - הר"ר אביגדור דניאל פיש שליט"א.
הר''ר אליעזר זוסיא סופר שליט''א - הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגה' אדר ב' תשפ"ד3/15/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא בר"ב ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלמה ברי"י היימליך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר דוד משה שאמועל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בדי''צ העדה החרדית, דער רבי איז ארומגעגאנגען און אנגעוויזן אויף די פילע הידורים און חומרות וואס אחז איינגעפירט אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו - ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל בר''ב רובין הי"ו - ר' אברהם דוד לאקס הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שאול ראטה הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו - ר' יואל יצחק ראטה הי"ו.

ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, דער רבי האט געטאנצט אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה און דערנאך ארומגערעדט א לענגערע צייט בדברים העומדים על הפרק, איבער פארשידענע ענינים וואס איז נוגע פאר א סופר ווען ער שרייבט ספרי תורה און די אחריות וואס ליגט אויפן סופר, און ממשיך געווען איבער די פרישע שערוריה איבער די פראבלעמען מיט די באקאנטע תיקון סופרים - תיקון הורוויץ וואס א גרויסע פראצענט סופרים ניצן, און צוליב וואס מען האט געטראפן אין דעם פילע טעותים דארף מען איבערקוקן יעדע ס''ת וואס איז געווארן נאכגעשריבן פון די תיקון הורוויץ, און דערביי אויפגעפאדערט אלע גבאי בתי מדרשינו די בכל אתר ואתר נזהר זיין און זיכער מאכן נאכצוגיין און פרעגן די בעלי ספרי תורה וועלכע תיקון סופרים מען האט געניצט ביים שרייבן און זיכער מאכן נאר צו ניצן כשר'ע ספרי תורה ביז מען פאררעכט די פסולים, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור.

עס איז פארגעשטעלט געווארן א פורים שפיל דורך די ילדי הביהמ"ד, און הרה"ח ר' ישראל אהרן קלעצקין הי"ו האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. מען האט געענדיגט ארום 12:00.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די נייע צוגעבויעטע פליגל אין ביהמ''ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פרישע חדרי התפילה וועלכע ווערן פארענדיגט אין דעי טעג, אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו חבר הנהלת הביהמ"ד, און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב דארט אינעם נייעם עקסטענשן.

פון דארט ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריבער אויף ביקור גומלין ביי הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בדי''צ העדה החרדית אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי שבתי ווערצבערגער הי"ו אין שכונת חתם סופר, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה איבער פארשידענע פסקים פונעם חתם סופר זיע''א פון וועם דער רב שליט"א איז אן אייניקל, דער רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו, און פאר הרה"ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט"א רב דביהמ"ד אור משה בהשכונה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגד' אדר ב' תשפ"ד3/14/2024

באריכט
מיטוואך פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אברהם שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מנחם משה גאלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר וואלף רעטעק הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און דערנאך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יעקב קאפל סימאן הי"ו - ר' יואל ברא"י לאנדא הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו - ר' אברהם ישעי' קויפמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' בעריש שעהנברוין הי"ו - ר' גדלי' אפפעל הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון 'קרית זית רענן' בניו דזשערסי בראשות המייסד הר"ר משה לאנדא שליט"א מיאמפולע, אויף הדרכה ויעוץ וברכת הקודש צום נייעם ישוב, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט זיך פאראינטערסירט איבער די פרטים פון די מוסדות החינוך אין שטאט און איבער די פרייזן פון די דירות, און איבערגעגאנגען א לענגערע צייט פארשידענע פרטים פונעם פראיעקט און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הר"ר משה שליט"א, פאר הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי וומסב''ג ומרבני הקריה, און הר"ר משה שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו רצון משה.

אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג ויקרא אין ביהמ"ד דברי יואל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בדי''צ העדה החרדית בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה איבער שמות אנשים ביי גיטין און פארשידענע הלכות פון יו"ט פורים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

אויך זענען אריין בקו''פ הרב פנחס שטערנבוך שליט"א מנכדי כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א מיט העסקן הדגול הרב שמעון דאווידאוויטש שליט''א יו"ר וועד הפעולה שע"י העדה החרדית, אינאיינעם מיט עסקני וועד הפעולה פון ארה"ב, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם מגבית מיוחדת אנצושליסן אנשי שלומינו אינעם וועד הפעולה, עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די פולע פעלות פונעם וועד און איבער די פלענער אנצושליסן אנשי שלומינו אלץ מעמבערס אויפצוטרייבן גרעסערע געלטער צו קענען מער אויפטוהן, און ארומגערעדט איבער די מצב פון גיוס בארה"ק, דער רבי האט אנגעוואונטשן הצלחה פאר הר"ר פנחס שליט"א און אלע עסקנים און עקסטער פאר הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו יו"ר וועד הפעולה בארה"ב, און הר"ר פנחס שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן בשליחות הקודש פון זקינו כ''ק מרא דארעא קדישא שליט''א די נייע באנד פון ספרו הליכות והנהגות.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ז אדר א' תשפ"ד2/26/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר דייטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חנני' יו"ט ליפא גרויס הי"ו.
ב"ר יואל רובין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש דער פרעזידענט פון מאונט סיני שפיטאל דעוויד רייך - וועלכער איז געקומען אויף ניחום אבילים צו הרבנית הצדיקת תחי' וועלכע האלט אן א נאנטע קשר מיטן פרעזידענט ארויסצוהעלפן חולי ישראל - אינאיינעם מיט די ראשי חברה הצלה פון קר"י און וומסב''ג און נאך עטליכע עסקנים בעניני רפואה, מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים למען חולי ישראל, דער רבי האט זיך באדאנקט פארן פרעזידענט פאר זיינע פילע הילף לטובת די חולי ישראל.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' משה בנימין יצחק כהן הי"ו (וומסב''ג) - ר' אברהם שעהנברוין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יחזקאל שרגא פערל הי"ו - ר' אברהם יושע לאנדא הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:45 בביתו נאוה קודש.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד פורים קטן בתופים ובמחולות במעמד אלפי אנ''ש, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט אויפן פלאץ, און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום.
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירות ותשבחות ברנה ובצהלה נגוני התעוררות ונגוני שמחה וריקוד, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און געמאכט דעם סיום אויף מסכת חולין וואס איז געלערנט געווארן במסגרת חבורת תורתך שעשועי און דערנאך געזאגט קדיש, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחת התורה.

במשך דעם טיש האט דער רבי משמיע געווען דריי מאל דברות קודש.
ערשטע דב''ק אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך אמר עם הספר' און געטייטשט אז בזכות וואס אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות ביי די עקידה פרעגט הקב''ה אויך נישט קיין קשיות אויף כלל ישראל און אין דעם זכות איז געווען די נס פורים, און ארויסגעברענגט אז אין בין אדר ראשון לאדר שני אלא מקרא מגילה בלבד, במילא קומט אראפ אלע השפעות פורים קטן די זעלבע וואס קומט אראפ אדר שני און מסיים געווען ברוב ברכות.

צווייטע דב"ק אויפן פסוק 'והשתי' כדת אין אונס' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום און ארויסגעברענגט אז הקב"ה איז מחויב צוצושטעלן אלע חיובי בעל לאשה לרפאותה ולפרקונה וכדו', און דערנאך ארומגערעדט די שמחה פון די חברי החבורה תורתך שעשועי וועלכע האבן מסיים געווען מסכת חולין און מען גרייט זיך בקרוב צו מסיים זיין גאנץ ש"ס, און ארויסגעברענגט די הכנה דרבה וואס מען דארף זיך צוגרייטן צו א יו"ט, און מעורר געווען צו לערנען דעם ספר הק' קדושת לוי אויף פורים אזוי ווי מען האט געלערנט פאר חנוכה.
דערביי האט דער רבי מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די ניגון 'אום אני חומה' פון הגה''ק הקדושת לוי זיע''א.
נאכן זינגען האט דער רבי ממשיך געווען איבער די עבודה וואס צדיקים האבן געהאט מיט די כח הנגינה אזוי ווי מען האט געזען ביים ייטב לב זיע''א אז ער האט גענומען די הייליגע ניגון פונעם קדושת לוי זיע''א און עס ארויפגעלייגט אויף די ווערטער פון וכך היה מונה יום ביי די עבודה יום הקדוש, די זעלבע האט מען געזען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס פלעגט זיך אינטערזינגען הייליגע תנועות אין פארשידענע צייטן, דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז מען נעמט היינט הייליגע ניגונים און מען פארגרעבט עס און מען זינגט עס אראפ ווילד און גויאיש, און געבעטן הרה''ח ר' עמרם אקער הי''ו ראש המשוררים מסביר צו זיין פארן ציבור די חילוק פון זינגען א ניגון ערליך און גויאיש, און מען האט אויפגעשפילט עטליכע ניגונים געזינגען אויף ביידע אופנים.
דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג 'אם אין דעת הבדלה מנין' אבער אז מען ווייסט יא דארף מען זען אנצוהאלטן די הבדלה אויף אלע אופנים סיי מיט די לבוש און סיי מיט די מוזיק, און מסיים געווען בברכת קדשו.
די דריטע דב"ק האט דער רבי דערציילט א מעשה אז הרה"ק החוזה מלובלין זיע''א האט אמאל פרייטאג צונאכטס און שבת אינדערפרי געוואלט זאגן תורה אבער געזאגט אז מען לאזט אים נישט זאגן און ביי של''ס יא געזאגט, און געטייטשט אויפן פסוק 'ועשית משבצות זהב' מען זאל מאכן קעסטעלעך פון גאלד פאר אידישע קינדער און אנגעוואונטשן גרויס שפע פארן ציבור, האט דער רבי מסביר געווען אז די דריטע סעודה איז אנטקעגן יעקב אבינו וואס האט באקומען די ברכה צו משפיע זיין פרנסה במילא האט דער רבי פון לובלין געקענט משפיע זיין פרנסה ביי של''ס, דער אריה"ק זאגט אז מרדכי הצדיק איז געווען א גלגול פון יעקב אבינו, במילא פורים איז זיכער אז מרדכי הצדיק איז משפיע גרויס שפע פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מכבד געווען די אלע וואס הייסן יעקב ארויפצוגיין אויפן טיש און צוזאמענעמען געלט פאר א וויכטיגע הכנסת כלה צוועק, און דערנאך מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך איז פארגעקומען א פורים שפיל בדברי בדחנות דורך הרה''ח ר' יעקב הערש צין הי"ו און הרה''ח ר' יוסף מאיר סאאל הי"ו.
מיט ברהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו במאנסי. מען האט געענדיגט ארום 12:00 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

פרייטאג תצוה - פורים קטן

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל בר"ה ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר קלמן אליעזר סאאל הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס