שב''ק פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 10:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' שלום קליין הי"ו (ירושלים). מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחרי מות שני בני אהרן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה כלשון בני אדם.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהילתינו ב"פ 15 שליט"א. ברכת המזון: הגה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א דומ"ץ ור"י דינוב בן כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הנודע ביהודא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג י"ז אייר.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ישראל דשונסקיא שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו. מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד ל"ג בעומר. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
וביום השבת קודש
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. צו שחרית האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו.
- לוי: ר' פישל לאנדא הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: נכד רבינו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט ויקרא שמה בישראל 'גיטל' נאך די באבע הרבנית מגארליץ ע"ה.
- רביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- חמישי: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהילתינו ב''פ 15 שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: ר' נחמי' שלמה אינדיג הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' בנימין בר"מ הירש הי"ו.
מוסף: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהילתינו ב''פ 15 שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער בעל שמחה האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בזאת יבוא אהרן אל הקודש' און געטייטשט אז צו קענען דאווענען דארף מען צוקומען צו די טרערן פון די עזרת נשים און אז די תפילת זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:30.
- מנחה: הרה"ח ר' יואל בר"ח פעקעטע הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי בער מאשקאוויטש הי"ו.
- כהן: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א (וומסב''ג) חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל דוד שווארץ הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט אויפן פסוק 'קדושים תהיו' און געטייטשט אז דורכדעם וואס מען איז ממשיך קדושת שבת מיט של''ס אין די וואכעדיגע טעג באקומט מען די כח זיך מקדש צו זיין במותר לך אויפן גאנצן וואך.
ידיד נפש: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית דוב. קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שמשון שרגא פויגעל הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:40.
נאך הבדלה האט דער רבי מבקר חולה געווען משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי ישיבה גדולה באבוב ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
זונטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד יחזקאל משולם טעללער הי"ו.
- ב"ר אהרן יודא סטרולאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל עמרם גרובער הי"ו.
- ב"ר ישראל אפרים פישל שלעזינגער הי"ו.
- ב"ר אברהם שמואל בראך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ העסקן הדגול ר' שמחה אייכענשטיין הי''ו - אסעבלימאן פון בארא פארק, אינאיינעם מיט חברי הנהלת הקריה, אפנעמען דעם ברכת הקודש לרגל דאס אדורכפירן דעם נייעם געזעץ להצלת עתיד חינוך הטהור אין ניו יארק, ר' שמחה האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אים געבן די זכי' און צוטרוי צו זיין דער ריכטיגער שליח פאר די השתדלות אפצוראטעווען דעם חינוך, און אראפגעלייגט און אויסגעשמועסט אן ערשטהאנטיגער באריכט מכלי ראשון איבער די גאנצע השתלשלות פון די לעצטע פאר טעג איידער די געזעץ איז אריבער, און אלע לעצט מינוטיגע פרואוון דורך די שונאי הדת עס צו שטערן, און ארויסגעברענגט וויאזוי מען האט ב"ה געקענט דעגרייכן דעם זיג אדאנק די ריכטיגע קשרים וואס קהלתינו הק' האט אנגעקניפט מיט די ערוועלטע באאמטע, דורך די דורכגעטראכטע און ריכטיגע החלטות און אינדארסירונגען, סיי פאר גאווערנאר האוקול, און אזוי אויך פאר די אנדערע פאליטישע באאמטע, אן נאכגעשלעפט ווערן פון די ווילדע רעטאריק פון די גאס.
דער רבי האט ווארעם באדאנקט ר' שמחה הי"ו מנהמת לבו הטהור בשם כלל ישראל תושבי ניו יארק פארן שטיין בראש פון די לעגיסלאטיווע ארבעט צו אדורכפירן די קריטישע געזעץ להצלת החינוך, און מאציל געווען מברכת קדשו ברכות לרוב אויף זיינע ווייטער'דיגע עסקנות.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' נחמן קליין שליט"א אב"ד וואשרהעלי ורב קרית מאטעסדארף ירושלים, און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א דעם נייע ספר מהר"ם שיק וואס ער האט איבערגעדרוקט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דער מהר"ם שיק זיע''א און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו - הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א מו"ץ.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
מאנטאג פרשת אמור - פסח שני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:.
- לבן הנולד אצל ר' ליפא מאשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' שלום גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' שלום פראנקעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יעקב צבי דרוממער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד הנחת אבן הפינה ע''י כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארן נייעם בנין אדיר ומפואר תל תלפיות דקהילתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק, אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד פסח שני, אויף א פראכטפולע פארנעם בביתו החדש פון הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו, ווי עס זענען געלאדענט געווארן די אלע נגידים בעם בוני ירושלים, וועלכע האבן מנדב געווען א מליאן דאלאר פארן אויפבוי פון מיאסטעטישן בנין האדיר.
ביים אנקומען ארום 4:45 האט דער רבי באגריסט די חשובע נגידים, און געדאווענט מנחה.
נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה, ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה און קניידלך, און נאך די פלייש מצה כרעמזלעך כנהוג, און דער רבי האט פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור. במשך די סעודה האט מען געזינגן מערערע ניגוני יו"ט פסח ועוד.
הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראה''ק וומסב''ג, דער רוח החיים פונעם קרן הבנין האט אויפגעטרעטן און מקבל פנים געעון אלע חשובע געסט און איינגעלייטעט די מסיבה, און אויפגערופן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו חבר וועד קרן הבנין און שטייט בראש פונעם גאנצן פראיעקט, ווי ער האט צווישן אנדערע אראפגעלייגט פאר די נדיבים בעם א רעפארט פון אלעס וואס איז שוין געטוהען געווארן ביז היינט, און די אלע פלענער אויפן עתיד, און זיך באדאנקט פאר עטליכע נגידים ועסקנים וואס האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות מזאל קענען צוטרעטן צו דעם פראיעקט ה"ה בראש וראשון דער רוח החיים פונעם פראיעקט הנגיד הנכבד ר' אברהם בראך הי"ו, הנגיד הנכבד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, און דער איש ירושלים הנגיד הנכבד ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו, ואחרון חביב דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו און ארויסגעברענגט די זכי' צו קענען זיין די אכסניא פאר אזא הייליגע מעמד, און ארומגערעדט די וויכטיגקייט פון העלפן אזא ריזן פראיעקט.
דערנאך איז געזינגען געווארן הערליכע חרוזים ברגשי הלב דורך דער גאסט פון ארץ ישראל מוה"ר ישראל אדלער הי"ו, וואס האט בטוב טעם ודעת ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם מעמד קדוש.
מיט א חרדת קודש האט דער ציבור המשתתפים זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון רבינו שליט"א און געטייטשט בדברי אגדה בגודל קדושת היום, און דערנאך ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה פון אלע נגידים בעם וואס האבן די זכיה צו נעמען אנטייל אין אזא היילגן בנין אשר משם תצא תורה והוראה לכל העולם, ווי דער בנין וועט אנהאלטן איך זיך א תלמוד תורה, ישיבה קטנה, כולל, מקוה טהרה, שטיבלעך, און א בית מדרש, פאר יונג און האלט, און דערמאנט לשבח פונעם בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפל הי''ו.
דאן האט רבינו שליט"א אויסגענוצט דעם געלעגנהייט צו דאנקען און לויבן פארן בורא כל עולמים אויף רוב רחמיו וחסדיו מיט נייעם געזעץ אין ניו יארק וואס וועט בעז"ה אפראטעוון דעם חינוך הטהור, און ארויסגעברענגט די אלע פרטים פון די ביטערע גזירה, שוין עטליכע יאר צוריק ווען מען האט זיך געגרייט צו די וואלן פאר גאווערנאר האט מען זיך געטראפן שטילערהייט מיטן גאווערנאר, און זיך געבעטן זי זאל זען אפצושטעלן די גזירה, דער רבי האט באריכות מסביר געווען וויאזוי דער סדר פון מאכן א געזעץ אין ניו יארק ארבעט, און אז עס איז זייער גרינג פאר א פאליטיקאנט צוצוזאגן, אבער מען האט געדארפט זיכער מאכן אז מען בעט א זאך וואס זי קען טאקע מסדר זיין.
דער רבי האט דערמאנט לשבח דער מייסטער פונעם פלאן ה"ה הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו וואס האט במשך די לעצטע פאר יאר אריין געלייגט א שווערע עבודה מיט אסאך געלט, און דערמאנט לשבח הרה"ח ר' יושע עסטרייכער הי"ו, וועלכער קען זיך גוט אויס אין אלבאני און האט געהאט אגרויסן טייל אין דעם, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו וועלכער האט אויסגענוצט די פאליטישע קשרים אין אלבאני עס אהער צו שטעלן, און באזונדער ארויסגעברענגט ווי אזוי די קעגנערס פון אונזער חינוך האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל קעגן די געזעץ, אבער בסייעתא דשמיא האט מען משנה געווען דעם געזעץ לטובה אויף אונזער זייט, און כאטש מען קען נישט וויסן וואס עס גייט זיין ווייל די רעגירונג גייט פראבירן צו זוכן לעכער און אויסטייטשן די געזעץ פארקערט, און עס קען נאך אנקומען אין געריכט. מען דארף דאנקען השי"ת אויפן עבר, און בעטן השי"ת אויף ווייטער, און באזונדער דערמאנט לשבח הרה"ח ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו, די היימישע אסעמבלילייט וועלכע האבן שטארק ארויסגעהאלפן.
ביים שלוס פון די דברות קודש האט רבינו שליט"א געווינטשן ברכות לרוב פאר אלע נדיבים בעם זיי זאלן זוכה זיין צו אלע ברכות האמורות בתורה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' ישראל זאב וויינשטאק הי"ו.
נאכן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פונען מעמד, ווען רבינו שליט"א האט געלייגט דעם אבן הפינה פאר בנין הגדול והקדוש, ווען עס איז געזינגען געווארן ווארימע ניגונים ברגשי אש קודש, צווישן אנדערן האט רבינו שליט"א אריינגעלייגט עטליכע מטבעות פון רבותיה"ק זיע''א, און א שטיקל האלץ פון אדמת קודש וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א איז געשטאנען דערויף אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל וואס דער בעל אכסניא הרה"ח ר' זלמן לייב הי"ו האט געהאט אין זיין באזיץ. און דערנאך מכבד געווען בניו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און די נדבנים און עסקנים אריינצוגיסן די אבן הפינה. מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה. מען האט געענדיגט ארום 8:00.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
דינסטאג פרשת אמור
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג', נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ח'.
נאכמיטאג האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת שטוהל ע"פ אביהם הרה"ח ר' בערל ע"ה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 7:00 איז דער אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:15 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 12:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי הת''ת כתה ט' וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' דעם פארלאפענעם פורים העעל"ט און דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די קינדער.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די ראשי ועסקני קהילתינו הק' לינדען אין שפיץ פון הגה"צ רב דקהילתינו לינדען שליט"א און הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי ויו"ר וועד הכשרות דקהילתינו, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די התחלת הבני' פון די מקוה טהרה פאר קהילתינו הק' נאכן ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן די וואך, און דער רבי האט באטראכט די פראכטפולע סקיצעס און פלענער פונעם מקוה, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה דקהילתינו ומוסדותינו אין שטאט, וואו מען גרייט זיך צווישן אנדערן צו עפענען א כתה ו' אינערהאלב מוסדותינו הק' צום פרישן לערן יאר, און רבינו שליט"א האט געהערט א באריכט איבער די פארשריט פון די בוי ארבעט ביים נייעם ביהמ"ד דקהלתינו הק' אין שטאט, און איבערן בלי און וואוקס פון אנ"ש אין שטאט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אויךמאיז אריין הגה"צ מגלאגוב שליט"א עם בנו הבר מצוה מקבל זיין ברכת הקודש, דער רבי האט געבענטשט דעם בר מצוה בחור און מאציל געווען מברכת קדשו פארן גלאגובער רב און געגעבן דרשה געשאנק ספרו לב אהרן אויף פסחים.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרב חיים דוד צוויבל מראשי אגודת ישראל דאמעריקע, אינאיינעם מיט העסקן שמואל (סעם) סוטאן וועלכער לויפט פארן סטעיט סענאט זיץ אין בארא פארק צו ערזעצן דער געוועזענער סטעיט סענאטאר ר' שמחה פעלדער הי"ו, אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די וואלן קומענדיגע דינסטאג, דערביי האט העסקן ר' חיים דוד זיך גאר שטארק באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן שטיין בראש המערכה למען הצלת החינוך אין ניו יארק, און פארן אהערשטעלן די נייע געזעץ לטובת עתיד החינוך וועלכע איז אדורכגעפירט געווארן אין אלבאני.
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער פילצאליגע ענינים לטובת הכלל וואס מאיז עוסק יעצט אהערצושטעלן פארן חרדישן אידענטום, דער רבי האט אויסגעשמועסט אלע פרטים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ביים אנקומען אין קרית יואל ארום 1:45 האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן אין חצר פון ר' שמשון מיטטעלמאן הי"ו.
מיטוואך פרשת אמור
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אהרן זאלדאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי ירוחם מיללער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
- לבן הנולד אצל ר' לייבוש קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר נחמן קליין הי"ו.
- ב"ר משה מרדכי גרינפעלד הי"ו.
- ב"ר יצחק הירש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:00 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מנחה איז פארגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש א מעמד הכנה ומסיבת לחיים לקראת הנסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע בראשות החסיד ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די זכיה צו פארן צו אזעלכע הייליגע צדיקים וואס גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחיהן, און די פחד וואס כאפט אן ווען מען טראכט אריין ווער די צדיקים זענען געווען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים, דערנאך זענען אלע משתתפים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, מען האט געענדיגט ארום 8:30.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מאיר יודא מאלאח הי"ו, און וועט אריינגיין אין ביהמ"ד בית חיים דוד בשכונת פרי מגדים, דער רבי האט אריינגעשריבן א אות אינעם ספר תורה, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' אלכסנדר ישראל מיללער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
