מאנטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי ארום 9:50 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום יערליכן באזוך אין די מחנות הקיץ דמוסדותינו הק' פון וומסב"ג און ב"פ.
ארום 10:50 איז דער רבי אנגעקומען אין די בחורים קעמפ מחנה רב טוב אין סוואן לעיק. רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון וומסב''ג און ב"פ, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר וואלף לאנדא הי"ו. - ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
- בעל תפילה: הב' יצחק דניאל ני"ו ב"ר יואל דאנא ע"ה (וומסב''ג). - פתיחה: הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א - מנהל כתה ט' וומסב''ג. - בעל קורא: הב' זיידל בן הר"ר מענדל פאנעט שליט"א (ב"פ). - כהן: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א - מנהל כתה ט' ב"פ. - לוי: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א (ב"פ). - שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר וואלף לאנדא הי"ו. - הגבה: רבינו שליט"א. - גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו בשכינות פונעם קעמפ אויף פת שחרית.
ארום 1:50 איז דער רבי צוריק אנגעקומען אינעם בחורים קעמפ, דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום פאר א לענגערע צייט צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' פון וומסב''ג, איידערן פארלאזן די ביהמ"ד האט דער רבי געבעטן די מייק און איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די לימודים. דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' פון ב''פ דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מגי''ש און בחורים, און משמיע געווען דברות קודש צו הארעווען אין די אינגע יארן צו באקומען יראת שמים און אזוי וועט דאס אנהאלטן אויף די שפעטערע יארן, דורך לערנען חסידישע און מוסר ספרים, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 2:50.
פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די 'אינגל קעמפ' מחנה רב טוב אין מאנטיסעלאו ווי דער רבי איב אנגעקומען ארום 3:05. דער רבי איז ארויף צו די 4 בתי מדרשים פון די עלטערע כתות ו' ז' ח', תלמידי מוסדותינו אין וומסב''ג סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א, און דערנאך ביי תלמידי מוסדותינו ב''פ בהנהלת הר"ר זרח שפירא שליט"א. דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, און געפרעגט שאלות ביי יעדע סניף עקסטער אין זייערע לימודים, דער רבי האט עקסטער באגריסט די איר-אייניקלך שיחי' און נכדי אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו רביה''ק זיע''א.
דערנאך זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים. די קינדער האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דאן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די מלמדים און תשב"ר און משמיע געווען דב''ק ארויסגעברעגענדיג אז כדי די לימוד התורה זאל האבן א קיום דארף מען קודם האבן יראת שמים, און דאס דארף מען וויסן שוין פון די אינגע יארן ווען מען הייבט אן צו לערנען תורה אז אן קיין יראת שמים האט די לימוד התורה נישט קיין קיום, און מסיים געווען בברכות קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער.
מען האט געענדיגט ארום 4:15 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ און וואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין מחנה פון ישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומסב''ג בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א חנוכת הבית פארן בנין הביהמ"ד 'בנין לאנדא' נדבת הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו, אינאיינעם מיט א הנחת אבן הפינה פאר א נייע דארמעטארי בנין נדבת הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו. דער רבי האט זיך באגריסט מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און זיך אומגעקוקט אויפן בנין הביהמ"ד. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געגאסן די אבן הפינה און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א צו גיסן. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר רב שליט"א און די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ועשית מעקה לגגך' און ארויסגעברענגט אז מען באנייט א נייע בנין אינעם קעמפ ווי מען וויילט אין די זומער נזהר זיין מיט שמירת עינים, מעק"ה איז ר"ת ה'רהורי ע'בירה ק'שה מ'עבירה, און מעורר געווען די בחורים נזהר צו זיין אויף שמירת עינים וואס דאס איז די יסוד פון זיין א ערליכע איד, און ארומגערעדט בשבח פון די חשובע נדבנים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די נדבנים, הנהלת הישיבה, און רמ"י ותלמידי הישיבה. דערנאך האט מען איבערגעגעבן א מנחת ביכורים פאר רבינו שליט"א פון אריבער אכט טויזענט בלעטער גמרא וואס די בחורים האבן געלערנט אלץ א הכנה צום באזוך פון רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פירות פאר די נדבנים. מען האט געענדיגט ארום 5:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי חודש תשרי און איבער די באזוכן פון אביו האדמו"ר מליסקא זצ"ל ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הר"ר ברוך ברא"ש שווארטץ שליט"א און הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קר"י אינאיינעם מיט מחותנו הר"ר פנחס אלימלך שטיין שליט"א בן האדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וחתן כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי צאצאיהם למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגן זונטאג כי תבא אין קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די יחוס פון די חתן וכלה און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ עסקני מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית, און איבערגעבן א באריכט פונעם מעמד חנוכת הבית וואס איז פארגעקומען פריער אויפדערנאכט בראשות כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א ובית דינו הצדק, און גדולי האדמורי"ם ומנהיגי הקהילות החונים תחת דגל העדה החרדית, פארן נייעם גיגאנטישן הויפטקווארטיר פונעם מרכז אין ירושלים עיה"ק, פארן נייעם בנין פון עטליכע שטאק מיט אריבער צען צימערן צו ערמעגליכן צו פארברייטערן די פעולות המרכז אויף א דראסטישע פארנעם אין די יעצטיגע קריטישע תקופה, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א באריכט פונעם באזוך דורך די הנהלת המרכז ביים ירושלימ'ער רב שליט"א, און די נאכפאלגנדע מעמד בראשות די חברי הבד"ץ שליט"א, וואו הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' האט אויפגעטרעטן בשליחות הקודש פון מרן רבינו שליט"א. די עסקנים האבן דערמאנט די קידוש השם אז אפילו פון די אגוד'יסטישע קרייזן זענען אויך אנוועזנד געווען פילע רבנים און ראשי ישיבות נאך וואס אפילו אין זייערע קרייזן דערזעהט מען זיך מיטן מציאות אז אלע זייערע א.ג. פארטרעטער פון אינעווייניג האבן גארנישט געקענט אויפטון, און די איינציגסטע ווירקזאמע מיטל צו באקעמפן דעם ביטערן גזירת הגיוס איז דורך די אפיסעס וואס רבינו שליט"א האט אויפגעשטעלט מיט 13 יאר צוריק נאך איידער איינער האט אפילו באגריפן אז עס שוועבט א געפאר פון א גזירה. דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פעולות פונעם מרכז און די אנגייענדע תמיכה דורך קהלתינו הק', און געוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים מען זאל ווייטער קענען אויפטון למען הכלל אפצוראטעווען אידישע נשמות פון שמד.
נאך מעריב ארום 1:10 איז דער רבי אריבער צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ, וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, בבית חמיו אין שכונת ויואל משה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן ייטב לב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט די וואך, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און די זיידעס.
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש כנהוג און אנגעוואונטשן פאר די יולדות. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ביים אנקומען אהיים האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן בחצר ביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. בהשתדלות ר' אליעזר גפן הי''ו, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען די מצוה, און געמאכט א שליח ר' אליעזר גפן הי''ו אראפצונעמען די אייער, און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ז כסלו תשפ"ו12/7/2025
באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון
מיטוואך דאנערשטאג ויצא - בני ברק - מעמד נרגש מסיבת פרידה פאר רבינו שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה קטנה און ישיבה גדולה מהרי"ט בבית מדרשינו הגדול. ביים אנקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30 האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים און ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יצחק יודא שישא הי"ו (בית שמש). - ב"ר משה דוד טעלער הי"ו (בני ברק) בעל תפילה: הב' ליפא ב"ר יוסף היילברוין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, ביים לחיים האט זיך משתתף געווען הגאון הגדול ר' אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א אב"ד שבט הלוי בראכפעלד. מען האט געזינגען עטליכע ניגוני תורה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט''א אב"ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו הק'. דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק צום ערשט איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין מסכת בבא קמא און געבעטן די בחורים זיי זאלן עוסק זיין מיטן טרעפן תירוצים, און דערנאך ממשיך געווען בדברי התחזקות בלימוד התורה, תפילה, מידות טובות, מידת האמת, און ארומגערעדט איבערן גזירות הגיוס, ווי דער רבי האט געזאגט אז מיט די גזירה פארשטייט מען שוין די דאפעלטע לשון וואס מען זאגט מאנטאג און דאנערשטאג נאכן ליינען, אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה, בצרה מיינט מען דעם גזירות הגיוס, און בשביה מיינט מען דאס אז די מדינה לאזט נישט ארויספארן די בחורים, וואס ביז היינט האט מען געקענט ארויספארן אבער היינט לאזן זיי נישט, און מסיים געווען בברכות לרוב. דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די תלמידי הישיבה, דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן מיט די קאר ארום דעם גאנצן שיכון ווי עס זענען געווען אויסגע'שורה'ט די הונדערטער תלמידות פון מוסדותינו הק' בנות ארץ ישראל בית פיגא לראות פני הקודש.
בבית האכסניא איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט אנ"ש תושבי ב"ב נדיבי ופטרוני המוסדות וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' אין בני ברק, עס האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' יואל משה גליק הי"ו און הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט''א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק די חשיבות פון אידן אין בני ברק וועלכע שטרענגן זיך אן יותר מכפי יכלתם לטובת המוסדות דאס איז א שטארקע חיזוק פאר די תומכי המוסדות פון חוץ לארץ און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך זענען די תומכים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דערנאך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים פון די ישיבה גדולה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט די סדר אשמורת הבוקר און דער רבי האט פארטיילט ספרו הק' לב אהרן סוגיות הש"ס מסכת ר"ה - סוכה, און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה אינגעלייט פון קהילת גור וועלכע האבן זיך געשטעלט אויף א פארהער אויף דריי סדרים אין ש"ס, דער רבי האט שארף פארהערט א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 3:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
ארום 4:30 איז דער רבי אריבער אין כולל חלקת יעקב - ברייש, ווי דער רבי האט משמיע געווען א לענגערע טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבא בעבירה פאר די רבני ולומדי הכולל. דער רבי האט אנגעהויבן בכבוד אכסניא הרה"ג ר' מאיר לוריא שליט"א ואתו עמו הרה"ג ר' משה ברייש שליט"א, א זוהן פונעם חלקת יעקב, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם כולל וואס איז פקיע שמיה און נודה לרבים אלס א מקום תורה חשוב מאוד ווי עס זיצן אידן תלמידי חכמים מופלגים גדולים בתורה שליט"א, דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ווערטער אין מדרש 'אין כבוד אלא תורה' אז מכבד זיין מיינט בדברי תורה, בעהט מען דעם באשעפער אז יהיו לרצון אמרי פי. דאן האט דער רבי האט אנגעהויבן דעם לענגערע שיעור אויף די משנה אין מסכת סוכה דף כט: לולב הגזול והיבש פסול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה, און אריין לארכו ולרחבו פון די סוגיא און מצדד געווען אלע שיטות הראשונים, וועלכע האט מיטגעשלעפט אלע לומדים אין א פייער פון שמחת התורה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה א לענגערע צייט, און מסיים געווען בדברי ברכה פאר די ראש הכולל ואתו עמו אלע רבנים און לומדי הכולל און אנגעוואונטשן אז מען זאל קענען לערנען בבריאת השלמות ללמוד וללמד לשמור ולעשות מתוך הרחבת הדעת עד זקנה ושיבה, און די רשעים זאלן נישט קענען שטערן אידישע קינדער לומדי תורה און שומרי מצות ה'.
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די שװערע גזירה וועלכע שוועבט אויף אידישע קינדער אין ארץ ישראל און געזאגט אז אין חוץ לארץ האט מען געוויסט אז עס איז דא א שווערע גזירה, אבער מען האט דא געהערט אידן פארציילן די עגמת נפש פון די בחורים און עלטערן, וואס מען מאכט אלס מיט פון די פחד, אז מען ווייסט נישט מה יולד יום ה"י, און געענדיגט מיט ברכות לרוב אז דער אויבערשטער זאל מפיר זיין עצת רשעים, און מ'זאל קענען לערנען מיט הרחבת הדת, און בזכות לימוד התורה וועט מען זוכה זיין בביאת גוא"צ בב"א. ביים ענדיגן האט זיך דער רבי מפלפל געווען אין די סוגיא מיט די ראשי ולומדי הכולל בריתחא דאורייתא פאר א לענגערע צייט, דער רבי האט פארלאזט די כולל ארום 5:45.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מדעעש שליט"א בהיכל בית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
דערנאך ארום 7:00 איז דער רבי אריבער אויף א מסיבת לחיים אינעם נייעם לאקאל פון 'אילאוויטש שטריימלעך' אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' שמואל מאיר אילאוויטש הי"ו מגדולי תומכי המוסדות וועלכע האט דערביי מנדב געווען א ריזן סכום לטובת בית מדרשינו הגדול אין בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די היסטאריע פון שטריימלעך דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.
ארום 8:00 האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי בני ברק.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א ביקור גומלין באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב בבית האכסניא ארום 11:15, בעל תפילה: הב' שלום ב"ר שלמה פריינד הי"ו. און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען די זמני כניסה פאר ביז ארום 1:30.
נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען א באשיידענע מסיבת לחיים לרגל די שמחה בבית הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א ראש המצילים במרכז עזרה ויעוץ בבית האכסניא, ביים לחיים האט דער רבי ארויסגעברענגט די שוועריגקייט פונעם מצב, ווי ווייט בחורים און עלטערן זענען פארלוירן, און ארום גערעדט איבער די געברויך צו פארברייטערן די אפיסעס און צולייגן ארבייטער צו קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנג און העלפן יעדן וואס וויל זיך ראטעווען בפרט אין בני ברק וואס עס איז כמעט נישטא קיין עסקנים, דער רבי האט דערביי אויסגעשמועסט די וואונדער וואס עס איז דא אויף די וואס ווילן ליידער איינגיין אויף א פשרה, זאגנדיג "איך קען זיי נישט פארשטיין!", און דער רבי האט ערווענט אז מען איז אים שוין געקומען מסביר זיין אז ס'איז נישט געפערליך, ס'וועט שלעפן צייט, אבער דער רבי האט געענטפערט אז דער מהלך גייט נישט גוט ארבעטן און עס גייט נאר ערגער מאכן, בפרט מיט מאכן צרות פאר יחידים, און ווער קען מפקיר זיין אזויפיל נפשות מישראל. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, און ספעציעל פאר'ן מחותן ר' שמעון שליט"א אז די פעולות גדולות זאלן מצליח זיין און ס'זאל אנקומען גרינג, מיט די הילף פון אנ"ש פון איבער די גארער וועלט וועלכע העלפן ארויס מיט די הוצאות לאלפים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע עסקני המרכז און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע.
דאנערשטאג פרשת ויצא
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק. - בעל תפילה: ר' משה ארי' שטרוהל הי"ו. - כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. - לוי: הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א, מו"ץ. - שלישי: רבינו שליט"א. - הגבה: הרה"ח ר' אליעזר פאלאטשעק הי"ו. - גלילה: ר' שלום אליעזר פוקס הי"ו.
נאך שחרית זענען אריין בקו''פ בבית האכסניא א קבוצה לומדי כוללינו כולל עצי חיים וועלכע האבן מסיים געווען שו"ע יו"ד, דער רבי האט משמיע געווען ברכת הקודש פאר די לומדי הכולל און דערביי ממנה געווען צוויי פרישע מורי צדק אין קהלתינו הק' אין בני ברק, ה"ה הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א און הרה"ג ר' דוד כהן שליט"א, דער רבי האט זיי ווארעם אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיהם ולהורות דבר ה' זו הלכה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי משםחת הרה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה ממייסדי השיכון קרית יואל ומנהל מוסדותינו הק' רבות בשנים, היושבים ע"פ אמם הישישה ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן קורצן וועג צום שטאט לוד ווי עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון 'שמים פתוחים' דער מעמד נרגש מסיבת פרידה פאר רבינו שליט''א אינאיינעם מיט'ן סיום חצי ש''ס דורך חבורות יסודי התורה, פאר אלפי אנ''ש תושבי ארה''ק. ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען כ''ק אדמורי''ם מיערוסלוב וטעמעשוואר שליט''א.
דער רבי איז אנגעקומען צו די מסיבה ארום 10:45, מען האט געזינגען מערערע ניגונים, אלץ יושב ראש האט געדינט הר"ר משה מנחם הערשקאוויטש שליט"א פון ירושלים און עס האט אויפגעטרעטן מיט רגשי געגועין הרה''ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א מנה"ר ישיבה גדולה מהרי"ט בני ברק. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב''ק בדברי דרוש ואגדה על פרשת השבוע ובמשנתו פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און דערנאך ממשיך געווען מיט לענגערע הדרכה אין אלע ענינים, לימוד התורה בקביעות, זיך פירן ווי א חסידישע איד גיין אין מקוה יעדן טאג, דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים בהשקפה אחת מרישא ועד גמירא, מחנך זיין די קינדער לתורה וליראת שמים ומידות טובות, פירן די סעודת שב"ק כראוי מיט זמירות ודברי תורה, אכטונג געבן אויף די צניעות אין שטוב, און שטארק מעורר געווען זיך נישט צו לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די שכינים סיי אין ירושלים און בפרט אין בני ברק סיי בנוגע די הארבע ענין פון ביי-האר און אזוי אויך ביי אלע שייטלען צו גיין נאר בצניעות, רעדן אויף אידיש, נזהר זיין אין נישט ערליכע ליין מאטריאל און אין טעכנאלאגיע און אלע טמא'נע כלים, און שטארק ארומגערעדט איבער די טומאת הציוניות און אלע זייערע נאכשלעפער און פארטייען, און ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ארה''ק ירושלים בני ברק און בית שמש און געזאגט אז עס איז געווען אן עונג רוחני זיך צו טרעפן מיט אנ''ש יראים ושלימים, און עס שטייגט בכמות ובאיכות בתורה עבודה וגמילות חסדים וקשה עלי פרידתכם. דער רבי האט ארומגערעדט איבער די ביטערע מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות, מען האט געזען די פראבלעמען און צער פון יעדעם איינעם און מען וויינט מיט און מען פילט מיט מיט יעדעמס ווייטאג, און דערמאנט דעם סיום מסכת קידושין וחצי הש"ס און אויפגעפאדערט יעדעם איינעם זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה מיט מסירות נפש און נאר אזוי וועט מען בייקומען די רשעים און די גזירה פון גיוס בני ישיבות וועט בטל ווערן, און חלילה צו מאכן פשרות און פארהאנדלען אין דעם ענין, און מען דארף זיך האלטן שטארק, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט הר"ר דוד ווייסהויז שליט''א פון בית שמש געמאכט דעם סיום אויף מסכת קידושין וחצי הש"ס, און הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו פון וומסב''ג - מגדולי העסקנים וחבר הנהלת החבורה האט געזאגט קדיש. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכען טאנץ פאר א לענגערע צייט. דער רבי האט פארלאזט דעם מעמד ארום 12:30 אויפן וועג צום לופטפעלד ווי אנ''ש האבן באגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה נישט זיך קענענדיג געזעגענען פון די הייליגע געהויבענע טעג. אין לופטפעלד האבן זיך געזעגענט פון רבינו שליט"א ראשי קהלתינו ומוסדותינו הק' פון ארה"ק וועלכע האבן זיך באדאנקט מעומק לבבם בשם כל הקהל הקודש אויף די געהויבענע טעג וואס דער רבי האט געפראוועט בקרב קהלותינו הק' אין ארץ הקודש, און עקסטער אויף די הערליכע תמוכות וואס דער רבי האט געברענגט פון אמעריקא וואס איז פארטיילט געווארן פאר עניי ארץ ישראל, אריינגערעכנט אלע כלי קודש לערערנס און אברכי הכולל און נאך אנדערע, דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן און איבערגעלאזט ברכת קדשו.
ארום 2:00 האט זיך געהויבן דער פליגער אויפן וועג קיין אטענס גריכנלאנד א וועג פון ארום אנדערט-האלבן שעה, און ארום 5:30 האט זיך געהויבן די פליגער פון רבינו שליט"א פון אטענס גריכנלאנד אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק. א קורצע צייט נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מנחה אויפן פליגער, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו
ברוך הבא בשם ה'
ארום 8:50 אויפדערנאכט האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך פילע אנ''ש וועלכע זענען אריבער שלום נעמען אויך האבן אפגעווארט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אין שפיץ פון די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב אינעם לופטפעלד, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה אויפן גאס.
דער רבי איז אנגעקומען לביתו נאוה קודש אין קרית יואל ארום 11:00 און איז אפגעווארט געווארן דורך הונדערטער אנ''ש בשירה וזמרה און די גאנצע ציבור איז אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאג ערש''ק ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הלל וויינגארטן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - בן הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א, מו"ץ. - ב"ר יוסף גאנץ הי"ו. - ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו. - ב"ר שלמה דוב לאנדא הי"ו. - ב"ר יושע מנחם זאב שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
שב''ק פרשת ויצא
ארום 3:30 האט דער רבי אנגעטוהן דאס שטריימל פארן אור אייניקל החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א בן הרה"ג ר' יעקב שלמה שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה קרית יואל המיול"ח הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג חתן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. דער רבי האט אנגעטוהן די שטריימל און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 6:40. און עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל תפארת בחורים וומסב''ג, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית אלעזר שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. - כל מקדש הרה"ח ר' בנימין שעכטער הי"ו (חיפה). - מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אסף אלקים את חרפתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו.
- קה אכסוף: נכד רבינו הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. - ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער ארומגערעדט לענגערע דב''ק איבער די מצוה פון הפרשת תרומות ומעשרות וואס מען האט געהאט די זכיה צו מקיים זיין די וואך אין ארה"ק צום ערשטן מאל, דער רבי האט אויסגעשמועסט און מסביר געווען פאר די בחורים דעם סדר אין אלע הלכות פון די הפרשה בטוב טעם ודעת.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יצחק יוסף מארק הי"ו (ירושלים). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. - אז ביום השביעי: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. - ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג). דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו. - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. עליות. - כהן: החתן טובי' ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו. - לוי: ר' משה אליעזר רובינפעלד הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - שלישי: החתן יואל משה ב"ר דוד שטוהל הי"ו - באווארפען. - רביעי: החתן יעקב גדלי' ב"ר יוסף הערש מיללער הי"ו - באווארפען. - חמישי: החתן יושע ב"ר דוד משה ניישטאדט הי"ו - באווארפען. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון דערהויבענע מסע הקודש אין ארה"ק, דערנאך האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' משה יעקב מאסרי הי"ו. - ר' וואלף בער ליכטענשטיין הי"ו. - ר' אברהם יצחק גרינפעלד הי"ו. - ר' יוסף אשר גאטליעב הי"ו.
- שביעי: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו. - הוספות: החתן משה יואל ב"ר אליעזר טעללער הי"ו. - החתן ב"ר יצחק אהרן האלענדער הי"ו. - אחרון: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו. - מפטיר: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו. - הגבה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
- מוסף: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:10.
ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדי רבינו בת הנולדה אצל הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ארה"ק, און די שמחת הקידושא רבא לבת הנולדה אצל הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ב"פ.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05. - בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו. - כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א. - לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו (וומסב''ג). - שלישי: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית דוב. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו (מאנסי).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט אויפן פסוק 'אכן יש ה' במקום הזה' און געטייטשט אז ווען עס איז דא עובדי ע"ז אין ארץ ישראל ובפרט אויפן מקום המקדש איז דא א רצועה יוצאות מארץ העמים און עס איז נישט דא דארט קיין קדושת ארץ ישראל, און נאר אזוי פארשטייט מען וויאזוי עס קען זיין אזא מקום טומאה אויף אזא מקום קדוש ביים מקום המקדש, און ארומגערעדט בדברי רגש וגעגועין בקול בוכים אז מען פארט קיין ארץ ישראל און מען זעט עס צו מיט די אייגענע אויגן שועלים הלכו בה, אוי לעינים שכך רואות אויפן מקום המקדש שמשם יראה יוצאות לעולם, דארט איז געווען די עקידת יצחק, דארט האבן יצחק און יעקב מתפלל געווען, דארט האט די שכינה גערוט בזמן שביהמ"ק קיים, און ליידער זעט מען אזא מקום טומאה אויפן פלאץ, מען האפט און מען איז מתפלל עס זאל בקרוב זיין ותבנהו מהרה ותגדל כבודו בביאת גואל צדק בב"א.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו. - קל מסתתר: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו (וומסב''ג) דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:25.
ארום 9:30 האט זיך דער רבי אריינגעפארן קיין ב"פ צום דינער השנתי 'אהבה רבה' לטובת מוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי'. ביים אנקומען אין ב"פ האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אנטשיל ב"ר יצחק גאלדבערגער ע"ה.
דער רבי איז אנגעקומען צום דינער ארום 11:00 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט דער יושב ראש הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו אויפגערופן דעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו צו משמיע זיין די דבר המוסדות. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו' און ארומגערעדט איבער די נסיעה קיין ארה"ק פון ווי מען האט זיך נארוואס צוריקגעקערט, און ארויסגעברענגט די שטארקע קורת רוח פון זיך באגעגענען מיט די חשובע בני עליה ותלמידי חכמים מפורסמים וואס זענען אין די בחינה פון 'עולים', אבער מען האט אויך געזען די 'יורדים' די בחורים פון חוץ לארץ וועלכע לערנען אין ארץ ישראל און דרייען זיך אין די דארטיגע גאסן בייטאג און ביינאכט, מען דרייט זיך אויף הפקר אין אלע פלעצער און אויף אלע שמאלע גאסן אנשים נשים וטף, און דאס דארף יעדער איד וואס שיקט זיינע בחורים לערנען אין ארץ ישראל וויסן די סכנה וואס דאס איז בגשמיות וברוחניות. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און געזאגט אז אינו דומה שמיעה לריאה, ביז יעצט האט מען געהערט פון די גזירה און יעצט האט מען צוגעזען די פחד אין וואס מען לעבט דארט יעדע בחור און אינגערמאן און אזוי אויך די עלטערן אויף די קינדער מען זאל ח"ו נישט ארעסטירט ווערן רח"ל. דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' אין ב"פ, די ת"ת די בית רחל די ישיבות קטנות בעיר ובחוץ לעיר און די ישיבה גדולה, און אויפגעפאדערט אנ"ש צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 11:50.
נאכן דינער איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם הערליכן לאקאל פון ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' בראשות הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א און בנו הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן רב שליט"א און פאר די מתפללי ונדבני הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 12:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן פאר די 'תאומים' לבן הנולד אצל ר' יואל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - בן הר"ר חיים משה לעוו שליט"א. - ב"ר אברהם מאיר עקשטיין הי"ו. - ב"ר אלי' שפיטצער הי"ו. - ב"ר דוד קליין הי"ו. - ב"ר יחזקאל שרגא הירש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 4:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד משה ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי נכדו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה''צ ר' שמעון שנעבאלג שליט"א רב שכונת הר שמואל בארה"ק בן האדמו"ר מזידיטשוב ב"ב שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הר"ר פישל ברי"צ סופר שליט"א און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א. - הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בריח ביקעל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
מאנטאג פרשת וישלח
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' איתמר טובי' רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - בן הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א. - ב"ר חיים הערש ווייס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל משה ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יצחק נפתלי מאנן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' חיים מרדכי פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' שאול חיים גאלדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר צבי גאלדבערג הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק פישער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ו סיון תשפ"ד7/2/2024
באריכט
זונטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו. ב"ר עזריאל שפיטצער הי"ו. ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו. ב"ר משה יחיאל מרדכי אראן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי ישיבה אור ודעת ווי דער רבי האט מלוה געווען די מטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל פאר א שטיק צייט אינאיינעם מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן צו די חומש סעודה, דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, און דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן, און משמיע געווען דברי ברכה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי עס איז פארגעקומען מעמדי חתימת שטרות פאר די פילע אנ''ש וועלכע האבן אויפגעטריבן סכומים הגונים ביים 'להעמידם' קאמפיין און דערמיט אפגעקויפט זכותים במוסדותינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי''ש בקהלתינו הק', דערנאך זענען ארויף די נדבנים און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי זיינע חשוב'ע שוואגערס בני הרה"ח ר' פנחס נחמן גלויבער ע"ה אינאיינעם מיט זייער לשובע מאמע תחי' האבן אפגעקויפט א זכות נכבד במוסדותינו הק' אין מאנסי, צום ערשט זענען אריבערגעקומען די עלטערע תלמידים פון מוסדותינו הק' און דער רבי האט פארטיילט מטבעות און סידורים פאר די וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א. דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל יעקב קאסירער הי"ו אויף א ביקור תנחימון נאך די פטירה פון אשתו ע"ה, דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די בני המשפחה און די יתומים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל וויזענפעלד הי"ו ווי בנו הרה"ח ר' חיים הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום און אפגעקויפט א 'זכות קומה' בבנין הבית רחל החדש אין מאנסי, עס איז אנוועזנד געווען הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב קהל עצי חיים סיגוט מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און נאך פארשידענע זכרונות, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים. דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. דערנאך איז דער רבי געגאנגען זיך אומקוקן אויפן מקוה וואס הרה"ח ר' ישראל הי"ו האט געבויעט פאר די געגענט און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם פאבריק פון די 'גאלדן טעיסט' פירמע אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק במאנסי, דער רבי האט געגאסן די יסודות און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' רפאל הי"ו. דערנאך ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א, דער רבי איז צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע הנאה, און דערנאך געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה. נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די תלמידי ורמ''י הישיבה, און משמיע געווען דב"ק וברכה פאר די בחורים און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים בקרוב. אויפן וועג ארויס האט דער רבי באגריסט הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין ווי די ישיבה איז סטאנציאנירט, און מיט חותנו בנש"ק הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר. ארום 5:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען ארייין בקו''פ רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים אינאיינעם מיט עסקני והנהלת מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די עפענונג פון די נייע 'זיבעטע' אפיס פונעם מרכז אין שטאט אשדוד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז, און באזונדער האבן די עסקנים געגעבן א באריכט איבער די אנגייענדע 'פודה' קאמפיין אנצושליסן אנ"ש אלץ שותפים אין די הייליגע פעולות פונעם מרכז, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים איבער די פילצאליגע פעולות איבערן ביטערן גזירות הגיוס אין ארה"ק, און די רבנים האבן איבער געגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די היסטארישע עצרת מחאה וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די עדה החרדית עפ"י קריאת כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א אויף כיכר זופניק וואו אלופי אלפי בני העדה זענען זיך צוזאמען געקומען אויסשרייען דעם זעקת הקודש קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, ווי אויך איבער די פילע פלענער אויף להבא למען הצלחת המערכה, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקני ורבני המרכז, און במיוחד האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר האברך ר' הערשל בר"י פריעדמאן הי"ו ראש העסקנים בארה"ב, און פאר הרבני הנגיד ר' יצחק שיפף יו"ר הנהלה בארה"ב.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום משה מנחם עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילעפף הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
מאנטאג פרשת קרח
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל הכהן רובין הי"ו. ב"ר ישראל הכהן הארטשטיין הי"ו. ב"ר יעקב שמחה שעהר הי"ו. ב"ר יחיאל אלטר האפמאן הי"ו. ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 8:35 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די שמחת השבע ברכות פון א אור אייניקל ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אינעם שאטער נעבן ביהמ"ד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט האדמו"ר מסקווירא שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גרויסן עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די שבע ברכות ארום 8:50.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגד' תמוז תשפ"ג6/23/2023
באריכט
דאנערשטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים מאיר ווייס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת בית שמעון בעלזא פון ב"פ, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט פארטיילט א פרי פאר יעדן בחור און געוואונטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר'' שמואל יודא פעלבערבוים הי"ו (וומסב''ג) - ר' אברהם יעקב כהן הי"ו (אנטווערפן) אין די זאלן פון כינור דוד. ר' שלום ציק הי"ו (לאנדאן) -ר' יואל ברש"א גאנדל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 1:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:20.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה קדושת יעקב פון שיכון סקווירא, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 9:45 איז אריין בקו"פ ראש המצילים ושליח ביד"צ הרב שמעון שישא שליט''א יו"ר מרכז עזרה ויועץ אינאיינעם מיט רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז און די פלענער אויף ווייטער להרחבת גבולי המרכז.
דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יצחק גרובער הי"ו (מאנסי) - ר' אברהם הערשקא הי"ו. ר' אלי' יודא ראטה הי"ו - הר''ר אשר אנטשיל ווייס שליט''א.
נאך די תנאים'ס ארום 10:30 איז פארגעקומען אין ביהמ"ד שע"י ביתו נאוה קודש א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם ראש המצילים הרב שמעון שישא הי"ו, במעמד רבני ודייני קהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, צום ערשט האט אויפגעטרעטן נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א וואס האט אראפגעלייגט די פראבלעמען וואס ער האט געהאט מיטן מיליטער, און וויאזוי דער מרכז האט אים ארויסגעהאלפן, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א האט באגריסט דעם חשובן גאסט און ארומגערעדט איבער די פעולות פונעם מרכז וואס דער דיין שליט"א האט אליינס מיטגעהאלטן, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג ומרבני וועד משמרת חומותיך.
דערנאך האט מען געהערט די הארציגע ווערטער פון הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו איבער זיין התרגשות פון די געוואלדיגע הילף פון די פילע עסקנים און ארויסגעברענגט פארשידענע פלענער וואס מען האפט צו קענען פארברייטערן די פעולות, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים העומדים אתו ובפרט פאר די רבני וועד משמרת חומותיך.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון מציל זיין אידן פון מיליטער, און פארציילט פעולות פון זקינו מרן הייטב לב זיע''א צו באפרייען בחורים פון מיליטער, וכ"ש צו ראטעווען פון די טמא'נע ציוני'סטישע מיליטער וואס דארט איז נישט קיין מציאות צו בלייבן א איד, און דער רבי האט געזאגט אז די איינציגסטע אקטיווע מיטל קעגן גזירת הגיוס איז נאר דורך מרכז עזרה ויעוץ וואס העלפט אידן אויף א טאג טעגליכע פארנעם, און ארויסגעברענגט דעם פליכט וואס ליגט אויף אנ''ש צו שטיצן דעם מרכז ברוח נדיבה מ'זאל ווייטער קענען ממשיך זיין די פעולות ביתר שאת, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים ובפרט פארן ראש המצילים שחפץ ה' בידם יצליחו. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
שפעטער איז געווען אויף א באזוך הגה"צ ר' פייבל סופר שליט''א גאב''ד בוינעס איירעס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין ארגענטינע און די פילע פעולות פונעם רב שליט"א לרומם קרן התורה וחסידות אין ארגענטינע, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"א אדר תשפ"ג3/14/2023
באריכט
זונטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר אלעזר שווארץ הי"ו. ב"ר מאיר חיים שניצלער הי"ו. ב"ר יואל שעהר הי"ו. ב"ר אברהם שפילמאן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווידער הי"ו, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו - ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יואל בר"מ טייכמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה עסקני 'מרכז עזרה ויעוץ' און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פעולות און די הרחבת גבולי המרכז בארה"ק און מקבל געווען ברכת הקודש אויף די ווייטערדיגע פלענער.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט''א - ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
מאנטאג פרשת ויקה"פ
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל פארגעס הי"ו. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ''ל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת הגדול, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי שבח פון די בחורים אז מען האט ב''ה באקומען גוטע גריסן איבער די התנהגות פון די בחורים פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט ביים גיין נאך צדקה ביי די הייזער, מען האט געענדיגט ארום 2:50.
נאכמיטאג אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו - הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, באולם כינור דוד. ר' יצחק בראך הי"ו - ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' משה יעקב קאהן הי"ו - ר' משה ברח"א ווייס הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' אינאיינעם מיטן מנהל הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה די וואך למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען דברי הדרכה וברכות קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אראן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו.
ארום 10:20 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א. נאך מעריב האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי' תמוז תשפ"א6/20/2021
בילדער · 3
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט צופרי ביים "קאמפיין טישל" בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, פונעם וועלט בארימטן "מרכז עזרה ויעוץ" להצלת בחורי ישראל בארה"ק, מען האט ארומגערעדט איבערן מצב הגיוס און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.
מערקט ביים טישל הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א אפנעמען די נדבות לטובת המרכז.
פירות פון שווערע הארעוואניע דורך די געטרייע מצילי "מרכז עזרה ויעוץ" -היסטארישע דעגרייכונג איז נאך א רינגעלע אין לאנגע ליסטע פון ווייטגרייכנדעאויפטוען דורך די 'שילוחי כלל ישראל' וועלעכע זענען משים לילות כימים צו העלפן אחב"י בעת צר, און זיי ראטעווען פון די ציוניסטישע נעגל, "אשריכם מצילי ישראל!!!"
כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א זיך ספעציעל פארבינדן מיטן ראש המצילים הר"ר שמעון שישא שליט"א איבער די לעצטע אנטוויקלונגען, ספעציעל איבער די שטארקע פארשווערונגען לעצטנס אין נושא פון פטורים, און געשעפט שטארקע קורת רוח הערענדיג איבער פעולות חובקות וועלעכע ווערט אריינגעלייגט דורך די מצילי המרכז למען הצלחתן של ישראל, און מאציל געווען שטארקע ברכות קדשו שתשרה שכינה במעשי ידם צו קענען פארזיכערן אז קיין שום נפש מישראל פאלט חלילה נישט אריין אינעם מקור הכפירה והזוהמה, "ברכות צדיק יחולו על ראשם"
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ד תשרי תשפ"א10/2/2020
בילדפון: עכטע נייעס
מרן פוסק הדור ראב"ד ירושלים שליט"א ביים אנוואונטשן א ברכת השנה פאר די מצילי המרכז פון מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית.