בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דינסטאגי"א תשרי תשפ"א9/29/2020

באריכט
דינסטאג י"א תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

היינט איז פארגעקומען די ברית'ן ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר שלמה זלמן כ"ץ - ק"י
וב"ר משה וואלף פייערשטיין - ק"י

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
בהר"ר חיים אלימלך יאקאב -ק"י
ב"ר יואל ווייס -ק"י
ב"ר ליפא דרעזנער -ק"י
ב"ר יואל בערנאטה -ק"י

ביי קריאת התורה יום הקדוש ביים פוסק הדור שר התורה כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א בהיכל ישיבתו אין בית שמש האט די ראב"ד געזאגט אז נאך ראש השנה האט ער באקומען א גרוס אז הגה"צ גאב"ד ירושלים שליט"א האט געמאכט א מי שברך לכבודו דערפאר האט די ראב"ד געהייסן מאכן א מי שברך לכבודו פונעם גאב"ד

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג י"א תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יום הקדוש איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר יואל עקשטיין -וומ"ס

נאכן דאווענען ערב יום הקדוש איז די משמש הרה"ח שלמה ווערצבערגער אריין צו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בחדר הפרטי און געגעבן לקח און די רבי האט געווינטשען ברכות קדשו

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט שחרית ערב יום הקדוש אין ביהמ"ד הגדול וומ"ס פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
ב"ר חיים צבי שווארץ וומ"ס
ב"ר אברהם משה לאנדא וומ"ס

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ערב יום הקדוש האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מקיים געווען די מנהג פון כפרות בביתו נאוה קודש די רבי האט געזאגט די לשם יחוד מיט גרויס התעוררות פארגיסענדיג טייכן טרערן דערנאך בני אדם אין ארום געדרייט דעם הינדל זאגנדיג זה חליפתי כנהוג

דערנאך איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צום בית השחיטה המהודרת ק"י די רבי האט בודק געווען די חלף
שוחט הרה"ח הישיש ר' נח גפן שליט'א דאס דער לעצטע יאר וואס ר' נח שחט אין בית השחיטה נאכן שחט'ן האט אים דער רבי אנגעווינטשן אריכות ימים ושנים טובים

דערנאך האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מקיים געווען מצוות כיסוי הדם און בודק געווען די חלפים פון די שוחטים און באזוכט א קורצע באזוך אין דער בית השחיטה המהודרת

זונטאגט' תשרי תשפ"א9/27/2020

באריכט
זונטאג ט' תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

שבת איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר יואל יושע גפן -ק"י

שבת איז פארגעקומען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די קריאת השם לרגל הולדת הבת ביי
ר' שלמה אהרן פריעדמאן -ק"י
ר' מאיר דוד היילברוין -ק"י
ר' יואל ב"ר מרדכי אהרן זאבל -ק"י

שבת איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק ר' אלעזר ניסן מדרוביטש זי"ע בן רבינו משה איש אלוקים הישמח משה זי"ע נכדו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט אפגערכטן די שבת הילולא די רבי האט געזאגט די קדישים און צוגעגאנגען צו מוסף
קה' זכות אבות יגן עלינו

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צום עריכת שלחן הטהור ערב יום הקדוש בהיכל תהילות יוסף בביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגז' תשרי תשפ"א9/25/2020

באריכט
פרייטאג האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר יואל ב"ר מאיר סימאן -ק"י

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
ב"ר יעקב פארקאש -ק"י
ב"ר משה ארי' גוטמאן -ק"י
ב"ר יואל שניטצער -ק"י
ב"ר אייזיק הערש בערקאוויטש -ק"י

קול רנה וישועה באהלי צדיקים
דעם שבת קומט פאר די שמחת הקידושא רבא פון א איר אייניקיל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בת הנולד אצל נכדו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק -חדב"ן ובן הגה"צ ראה"כ טרטיקוב
קומט פאר בצל הקודש בביהמ"ד הגדול ק"י
שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
עס איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה אפרעכטן עבודתו בקודש ביום הכיפורים הבעל"ט, בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו.

בנו בכורו מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א וועט פראווענען בשליחות הקודש בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל יצ"ו.

מוצאי יום הקדוש וועט פארקומען די גרויסע נעילת החג טיש במעמד רבבות אלפי ישראל אין ביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג,
בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בתופים ובמחולות,
פאר אנ"ש פון גאנץ ניו יארק רבתי,
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

בזאת יבא אהרן אל הקודש
זמני יום הקדוש בצל קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הקדושה וויליאמסבורג יצ"ו
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

מיטוואךה' תשרי תשפ"א9/23/2020

באריכט
מיטוואך האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

היינט איז פארגעקומען די כתיבות האותיות ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין די ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך הי"ו וואס ער געבט אריין דעם חוה"מ סוכות.

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט זיך שטארק נאכגעפרעגט אויף דער נייע ישוב וואס ר' יחזקאל בויעט אין ק"י און געזאגט בזה הלשון "יעדע מענטש וואס איר נעמט אוועק פון שטאט, קומט אייך א עקסטערע יישר כח"

זמנים שלש עשרה מדות ברוב עם הדרת מלך בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א סליחות 5:45
שחרית: 9:30
אח"כ אמירת כל ספר תהילים כנהוג און שפיץ פון רבי'ן בערך 11:00
ותיקף אח"כ קריאת הקרבנות

נאכדעם וועט מען גיין צו אמירת תשליך ברוב עם ביים קוויקוועי לעיק

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגד' תשרי תשפ"א9/22/2020

באריכט
עס איז שווערע זמנים איך וויל רעדן אפאר ווערטער צו אנשי שלומינו תושבי וויליאמסבורג, מערערע יארן בין איך אריין געפארן אויף יום טוב צו זיין צווישן אנשי שלומינו און וויליאמסבורג,

עס איז נישט גרינג געווען איך האב נישט געקוקט אויף קיין טירחה דגופה איך האב געפילט א ספעציעלע קשר ספעציעלע הרגשים צו אנשי שלומינו תושבי וויליאמסבורג,

און געטון הלכה למעשה און אריין געפארן אין שטאט אריין, איך וויל די אידן זאלן פארשטיין עס איז א ספעציעלע תפילה פון אל תשליכנו לעת זקנה עס איז דא א סיבה פארוואס מען האט עס אזוי מסדר געווען ודי למבין בפרט און די יעצטגע זמנים.
באריכט
דינסטאג האזינו

איבער די כלים הטמאים,
אכטונג געבן וועלעכע הכשרים מען עסט ווען מען פארט אוועק, "נישט איבראל מעג מען עסן אפילו ס'איז כשר.."

דברי מוסר בין כסע לעשור
הכנה לימים טובים מיט חסידישע ספרים
לערנען די עבודת כהן גדול פון יום כיפור /הלכות סוכה
ומסיים געווען בברכות קדשו

בנוגע די עירובין בגלילות ק"י
ס'ביי מיר געווען חברי הכולל תלמידי חכמים וואס זענען עוסק בהלכות עירובין
-"ב"ה ק"י איז דא א עירוב וואס איז אויסגעהאלטן לכתחלה לכל השיטות"

"ס'דא 100 עירובין אויסער קרית יואל און זייער אסאך איז לכתחלה נישט כשר געווען אפילו וואס איז יא כשר געווען מיט די צייט ווערט עס צוגרינט"
פסק הלכה: מזאל וויסן א עירוב דארף האבן א הכשר פון א ת"ח אז נישט טאר מען נישט טראגן

נישט אריינברענגן אין די שטוב'ער די אמעריקאנע ענגלישע ליין מאטריאל 'ס'איז נישט געמאכט פאר אונז'
"האט איינער אמאל געזאגט פארוואס טיסטו זיך אפרעדן פון מיר? מיר האבן דאך איין פאטער אין הימעל, האט ער געזאגט מהאמיר טאקע איין פאטער מהאמיר אבער נישט איין מוטער !

וואס איז ביי דיר מותר איז נאך ביי מיר אסור"

דאס דארפן אונז וויסן וואס איז מותר ביי די אמעריקאנע וועלט איז נאך ביי אונז אסור

בנוגע דעם אמעריקאנעם מנהג ארויספארן אויף שבתים ימים טובים אויף די בערג
"עס איז אויסגעקומען צו רעדן מיט א איד יענע וואך שוין נישט קיין אינגערמאן ער דערציילט מיר "ער האט נאך געהערט די רבי ז"ל" דאווענען די הייליגע טעג..!

<<<כ'האב אים געפרעגט ווי ער איז ראש השנה -נישט קיין תושב ק"י "יא ראש השנה איז ער אין די קאנטרי.."

"ס'האט זיך אנגעהויבן שבתים שבועות מהאלט שוין ביי די הייליגע טעג"

ירידות ביי די נשים
"ערוואקסנע מיידלך ארימדרייען ביינאכט און קבוצות ס'נישט "כל כבודה בת מלך פנימה"
די מלבישים ביי די חתונות -די גאונ"ס ס'נישט קיין צניעות'דיגע מידה "דאס איז א מאדערענישע מאד"ע מדארף עס פארשרייען"

בנוגע זיך ארויסציען צו די גלילות קרית יואל:
כ'זאג עס ס'דא א יצר ס'דא א יצר הרע א גשמיות'דיגע יצ"ה
אבער כ'פיל א פליכט צו זאגן
מילא איינער וואוינט אין שטאט און ער קומט פון גוים און ער גייט א פלאץ ווי ס'דא גוים, ערגער ווי אין שטאט איז עס נישט.

"איינער קומט פון קרית יואל און ציעט זיך ארויס" 'גויע'שע שכנים מיט פריצות זימער' אלע גוים האבן איין פנים
"סברענגט נישט קיין גוטס"

עס ליגט א פליכט צו מתפלל זיין א ספעציעלע תפלה אויף געזינט פון גאנץ כלל ישראל ובפרט אויף אריכת ימים פון זקנים ה' יאריך ימיהם בטוב ובנעימים עד מאה ועשרים שנה

די גרויסקייט פונעם פיוט שמע קולינו פון סליחות איין פסוק א ספעציעלע תפילה "אל תשליכנו לעת זקנה ככלות כוחנו אל תעזבנו"
עס איז געווען א ווייטאג אז דעם ראש השנה איז געווען אסאך זקנים החיים אתנו לאוי"ט וואס האבן נישט געקענט קומען און שול, מחמת חולשה

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דרשת צום גדלי' לענגערע דברי מוסר והתחזקות אחר שהעריך בדברי דרוש ופלפול בסיגא חצי שיעור בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל:

היינט דינסטאג ד' תשרי איז געווען די 50 יום הבהיר פון הגה"צ ראש ישיבתינו בני ברק שליט"א נכד רבינו הקוה"ט זי"ע בן כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א חתן האדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א
יאריך ימים על ממלאכתו בקרב קהלתינו הק' בבני ברק העומדת תחת נשיאות קודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגג' תשרי תשפ"א9/21/2020

באריכט
די הייליגע דרשות תקיעות שופר ווי טויזענטער אידן הערן זיך צו צו די קול געשטיקט פון טרערן ווי די רבי איז מחזיר די אידן לתשובה שלימה

די ערשטע טאג האט די רבי דערמאנט די ביטערע מגיפה וואס ליידער פאריאר האט קיינער נישט געוויסט דעם מי יחיה ומי ימות און ליידער מען דארף רחמי שמים מרובים וואס האט אריינגעשלעפט די אלפי ישראל בבכיות

די צווייטע טאג האט די רבי צווישן אנדערע מחזק געווען אז מצוות תקיעות שופר איז מיט די אטעם, געוויסע תקיעות איז פסול מיט צוויי נשימות, "איז די סגולת המצווה מגין צו זיין אנקעגן מחלות וואס פארשפרייט זיך דורך די ליפט"
באריכט
מאנטאג האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

גימאטריא'ס אויף תשפ"א פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א דורכאויס יו"ט
כי אני ה' "רפאיך" -במנין מנצפ"ך (דב"ק עריכת השלחן הטהור ליל א')
ולעמך ישראל עשית "תשועה" גדולה (דב"ק דרשת תקיעות שוער יום א')
אשרי העם יודעי "תרועה" (דב"ק דרשת תקיעות שוער יום ב')

די רבבות אלפי אנ"ש זענען אהיים מיט פילע זעק מיט רוחניות'דיגע אוצרות אין השפעות קדושות מיט אן הרגשה אז עס קומט א נייע יאר פיל מיט השפעות בגשמיות וברוחניות אמן.

די קול דממה דקה בבכיות נוראות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד
בפרט ביי "שיר המעלות מעמקים"
אין בשעת די דיין האט אנגעהויבן הויעך שמו"ע "יראתי בפצותי" אין ביים פיוט "לאל עורך דין" וואס האט געשפאלטן הימלן און אויפגעציטערט די הערצער יעדער וואס איז נאר דארט געווען עד לב השמים

די עבודת הקודש ביי מוסף ביידע טעג תקיעות שופר אין נעילות החג
די הייליגע טעג וועט נישט פארגעסן ווערן פון די רבבות וואס האבן געהאט די זכיה דאס מיט צולעבן

נאך מעריב די ערשטע טאג איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ארויף אויפן ארון קודש אין געווינטשען פאר אלפי אנ"ש
"לשנה טובה" אין צוגעענדיגט בברכות קדשו
ומה נהדר היה המראה ווען די טויזענטער אנ"ש שרייען אויס אויף איינמאל בקול אדיר "אמן" און צוזאמען צוריק געווינטשען פארן הייליגען רבין לשנה טובה

דיו לימי איז נישט מעגליך אראפצושראייבן די יו"ט ראש השנה וואס טויזענטער אנ"ש האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן בצל הקודש פון אבינו רועינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל
די הייליגע תפילות לעכטיגע טישן אין די תקיעות שופר דרשות
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

ליל א' דראש השנה פאר מנחה איז אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בחדרו הפרטי בביהמ"ד הגדול הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט נעמען שלום אין ברכות קדשו
די ערשטע טאג האט ר' מרדכי יצחק גומל געבענטשט ברוב עם בביהמ"ד הגדול

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג