בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגכ"ו מרחשון תשפ"ג11/20/2022

באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ד'

השבת נועם הנשמות פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' דורכאויס די מסע הקודש קיין מאנטרעאל לחיזוק וביסוס אנ''ש תושבי מאנטרעאל ולרגל די הרחבת גבולי הקדושה, חנוכת הבית פון בית מדרשינו הגדול והמופאר 'בנין שמואל בנימין'.


מיט געהויבענע געמיטער בחדרת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה האבן הונדערטער אנ''ש תושבי מאנטרעאל מיטגעלעבט דעם היסטארישן שבת קודש במחיצת הקודש פון רבינו שליט''א בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל און זיך אנגעווארימט לאורו הבהיר ביי די הייליגע תפילות און געהויבענע טישן.

במשך דעם שבת קודש ביי די תפילות איז דער ביהמ''ד הגדול, און ביי די עריכת השלחנות אינעם גיגאנטישער שאטער בנין געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה עד אפס מקום מיט הונדערטער אנ''ש תושבי מאנטרעאל און די הונדערטער געסט, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענער שבת לחסות בצל הקודש.

עקסטער איז אהערגעשטעלט געווארן דער אולם וויזניץ הארט נעבן ביהמ"ד הגדול, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט די סעודות שב''ק פאר די הונדערטער געסט.

ערש''ק נאכמיטאג איז רבינו שליט''א געגאנגן אין די פריוואטע מקוה בבית הרבני הנגיד ר' רפאל הערצאג הי''ו מחשיבי חסידי בעלזא, ווי דער רבי איז געגאנגן אין מקוה במשך די ימי ביקור המרומם.
רבינו שליט''א האט דארט טועם געווען טועמי' און ס'האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' רפאל הי''ו ובני משפחתו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, צוליב דעם שרעקליכע געדרענג וואס האט געהערשט אין ביהמ"ד האט מען אויך געעפענט דעם עזרת נשים צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור ווי ווייט מעגליך.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם לייב ליכטמאן הי''ו (וומסב''ג).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. דערנאך איז דער ריזן ציבור אדורך געגאנגען גוט שבת זאגן אינאיינעם מיט נאך הונדערטער אידן מבני העיר וואס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לבית האכסניא.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינעם גיגאנטישן שאטער - בנין במעמד אלפי ישראל, ווי עס האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון אלע רבני ודייני עיר מאנטרעאל.

רבינו שליט''א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו הק'.

במשך דעם שלחה"ט האט מען א לענגערע צייט געזונגן ניגוני שב"ק מיט א התלהבות וואס האט מיטגעשלעפט דעם ריזיגן ציבור.

פאר די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען הגה''צ ר' אשר גרינפעלד שליט"א רב דקהל וויזניץ ארה''ק במאנטרעאל צו זינגען רחם.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב''ד מאנטרעאל. מנוחה ושמחה: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל' ובדברי החתם סופר אז בכל במילוי איז בגמ' שופר, און געטייטשט בדרך דרוש אז כל מיינט אפילו א כל שהוא, במילא אפילו א איד טוהט נאר אביסל תשובה איז עס גענוג.

קה אכסוף: הגה''צ רבי וואלף בער לערנער שליט''א דומ"ץ בעלזא מאנטרעאל, ברכהמ"ז: הגה''צ ראב''ד סקווירא שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ל' חשון.
קה רבון עלם: הגה"צ ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש.

ביי די פירות זענען אלע חתנים פון מאנטרעאל אריבער נעמען שיריים, נאך די פירות איז פארגעקומען דער שלום זכר פאר עטליכע מאנ"ש.

אז ביום השביעי: הגה''צ ר' יחזקאל טויבער שליט''א אב''ד באבוב מאנטרעאל. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:20.
ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביי די חברת תהילים פון די ילדי תשב''ר בהיכלי התפילה, דער רבי האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך, און משמיע געווען קורצע דב''ק איבער די חשיבות פון א קאפיטל תהילים בפרט דורך תשב''ר.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ג דומ"ץ קהלתינו שליט"א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הר''ר חיים אליעזר גראס שליט''א. הולכת הס"ת לבימה: הר"ר אליעזר ווייס הי"ו (קר"י).בעל קורא: הרה''ח ר' יצחק נח פערלמוטער הי''ו.
ביים ליינען האבן עולה געווען נגידי אנ''ש וועלכע האבן געש'נדר'ט ריזיגע סכומים להשלמת בנין ביהמ"ד הגדול, און איז אנגעקומען צום אסטראנאמישע סומע פון אריבער אנדערט האלבן מיליאון דאלאר.
עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, לוי: הרה''ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש, שלישי: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו, חמישי: הרה''ח ר' עקיבא הערש קליין הי''ו, שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' הערש אלימלך זילבערשטיין הי''ו (וומסב''ג).

שביעי: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, הוספות: הרה''ח ר' אהרן משה שלאגער הי''ו (וומסב''ג), הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר''י), הרה''ח ר' מנחם ליברמאן הי''ו (וומסב''ג), אחרון: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), מפטיר: הרה''ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי''ו (לאנדאן).

נאכן ליינען האט רבינו שליט''א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

מוסף הרה''ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רבינו שליט''א איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אשר ישעי' ווערצבערגער הי''ו מראשי קהלתינו, ביים סעודת יום שב"ק האבן מיטגעגעסן נגידי אנ''ש וועלכע האבן מנדב געווען גרויסע סכומים פאר קהלתינו הק' במאנטרעאל.

רבינו שליט''א האט קידוש געמאכט כנהוג, און מען האט געזינגען נגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו בת הנולד אצל הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צום סעודה, ביי די סעודה האט זיך דער רבי באנוצט מיט א זמירות ברך משה און דער רבי האט א לענגערע צייט אריינגעקוקט אין די מנהגים.
עס האט זיך פארמירט שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים און פארשידענע מנהגים ביי רבותינו הק' זיע"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער בעל אכסני' הרבני הנגיד ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
נאכן בענטשן האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן בעל אכסני' און בני משפחתו.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ריזן שאטער - בנין ארום 4:45. מנחה: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו, כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א (קר"י), לוי: הרה"ג דומ"ץ קהלתינו שליט"א, שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב"פ).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל, שיר המעלות: הרה"ג ר' חיים אלעזר הירשפעלד שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל' און געטיישטש אז ווען א איד טוט א מצוה לאזט עס איבער א רישומא דקדושה, און דאס ערמעגליכט נאכדעם צו קענען תשובה טון.

ידיד נפש: הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל, קל מסתתר: הרה"ג ר' יעקב יוסף וואזנער שליט"א מו"ץ בסקווירא ומראשי כוללינו במאנטרעאל.
מיט ברכהמ''ז האט רבינו שליט''א מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א.

מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו, נאך הבדלה האט רבינו שליט''א געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור, און אהיים לבית האכסניא. מען האט געענדיגט ארום 7:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - תפילת שחרית ומסיבת לחיים, פרייטאג, אינאיינעם מיט די הונדערט בחורי קהלתינו הק' תושבי מאנטרעאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ערשטע בליק אויפן געהויבענעם מעמד סיום כתיבת ספר תורה מוצש''ק, פאר אנ''ש תושבי מאנטרעאל, אינעם ריזן שאטער בנין, בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
ערשטע בילדער פון סוף של"ש שב"ק פ' חיי שרה, במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אין מאנטרעאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשכ"ה מרחשון תשפ"ג11/19/2022

אוידיאו
דברות קודש מלא חיזוק והדרכה
מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

געזאגט געווארן דורך א הוק-אפ פון מאנטרעאל קאנאדא, יעצט מוצש"ק פ' חיי שרה, פאר די הונדערטער אלמנות וועלכע זענען געווען באטייליגט ביים הערליכן שבת עונג הרוחות, ביים מעמד הדלקה באתרא קדישא מירון יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 6:41⬇ אראפנעמען 911 KB

פרייטאגכ"ד מרחשון תשפ"ג11/18/2022

באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ג'

פרייטאג פרשת חיי שרה


ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול 'בנין שמואל בנימין' צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די אריבער 100 בחורי אנשי שלומינו פון מאנטרעאל, ווי עס האבן אויך מיטגעדאווענט א ריזן ציבור געסט אנ''ש, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שב"ק בצל הקודש.

ביים אנקומען איז דער רבי אריין בהיכל ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די 'מעמד לימוד שלוש שעות רצופות' ווי די בחורים האבן עוסק געווען בלימוד התורה בהכנה דרבה צום דערהויבענעם תפילת שחרית אינאיינעם מיט מרן רבינו שליט"א, דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן און פארהערט גערעדט מיט די בחורים אין לערנען מיט א שטארקע קורת רוח.

רבינו שליט''א האט געלייגט טו"ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו (קר''י).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורים, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות ודביקות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די בחורים.

עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' בעריש גראס שליט"א מנהל ישיבה קטנה, וועלכע האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן און ארויסגעברענגט די הכנה דרבה פון די בחורים צום דערהויבענעם באזוך במשך די פארגאנגענע וואכן מיט טויזענטער שעות רצופות בלימוד התורה, און האט דערנאך איבערגעגעבן א מנחת בכורים פאר'ן רבי'ן פון 9,474 שעות רציפות וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורים, און איבערגעגעבן א כוללות קוויטל פון אלע נעמען, דער רבי האט עס באטראכט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען לענגערע דב"ק והדרכה פאר די בחורים, און אלע ענינים, און מסיים געווען בברכות לרוב, און דערנאך איבערגעלאזט א לומד'ישע קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא וואס מען לערנט אין ישיבה מסכת גיטין אין די סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין און געבעטן די בחורים צו זוכן תירוצים אויף די קשיא.
דערנאך האט רבינו שליט''א פארטיילט א ספר ויואל משה פאר אלע בחורים וועלכע האבן זיך משתתף געווען ביים 'מעמד לימוד שלש שעות רצופות' פארן דאווענען. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

נאך די מסיבת לחיים - אויפן וועג ארויס - האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג צום היכל הביהמ"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט ביי רבני עיר מאנטרעאל - ביי הגה"צ ר' אשר גרינפעלד שליט"א רב דקהל וויזניץ ארה''ק במאנטרעאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט ביי רבני עיר מאנטרעאל - ביי כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנטרעאל שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט ביי רבני עיר מאנטרעאל - ביי הגה''צ רבי יוחנן וואזנער שליט''א ראב''ד סקווירא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט ביי רבני עיר מאנטרעאל - ביי הגה''צ רבי יחיאל מאיר כ"ץ שליט"א אב"ד דזשיבוי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט ביי רבני עיר מאנטרעאל - ביי הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט ביי רבני עיר מאנטרעאל - נאכן פריוואטען באזוך ביי גיסו הגה''צ אבד''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - מעמד 'בני הם' מיט די נאענט צו 250 ילדי תשב''ר דקהלתינו הק', נאך תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - תפילת שחרית דאנערשטאג אינאיינעם מיט די עלטערע קינדער פון כתה ו' און העכער, בבית מדרשינו הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ב'

דאנערשטאג פרשת חיי שרה


ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול 'בנין שמואל בנימין' צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע קינדער פון כתה ו' און העכער, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די תשב"ר וועלכע האבן עוסק געווען בלימוד התורה פארן דאווענען, דער רבי איז ארומגעגאנגען די טישן און פארהערט די קינדער די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.

רבינו שליט''א האט געלייגט טו"ת אין ביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שלום שווארטץ הי"ו (מאנטרעאל).
ביים ליינען האבן עולה געווען, כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ג רבי מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו הק', שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, גלילה הב' הבר מצוה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א פייערליכע מסיבת לחיים ומעמד 'בני הם' בהיכל הביהמ"ד, דורך די נאענט צו 250 ילדי תשב"ר דקהלתינו הק' פון כתה א' און ארויף, די קינדער האבן געזינגען ניגוני דביקות און עטליכע קינדער האבן פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר נתן בנימין עקשטיין שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די הרגשים וואס די קינדער שפירן צום געהויבענעם באזוך און צוגעגרייט די קינדער מקבל צו זיין די דב''ק והדרכה פון רבינו שליט"א.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די מלמדים, די קינדער, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די קינדער און מעורר געווען צו נזהר זיין במידת האמת, גיין מיט די ציצית אינדרויסן, דאווענען און זאגן ברכות אויפן קול און מיט כוונה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט דער רבי געגעבן שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער נעמען א געבענטשטע מטבע פון רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 2:30 האט רבינו שליט''א באזוכט ביי די רבני העיר שליט''א ווי עס האט זיך פארצויגן הערליכע שמועסן בתורה וחסידות, סיפורים והנהגות, און נאך.
צום ערשט איז דער רבי אריבער אויף א פריוואטע באזוך ביי גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א פאר א לענגערע צייט.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ור''מ ראשית חכמה מאנטרעאל, אויך איז אנוועזנד געווען תלמידי ישיבתו 'ראשית חכמה' מיט די ראשי הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע ידידות'דיגע שמועס בעניני שליחות, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, נאכן באזוך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און דער רב שליט''א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יחיאל מאיר כ"ץ שליט"א אב"ד דזשיבוי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים זיע"א און נאך, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער רב האט ארויסבאגלייט דעם רבין ביז צו די גאס.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א תורה'דיגע שמועס, דערביי האט דער דיין געוויזן פארן רבין תשובות וואס ער האט ערהאלטן פון הרה"ג דומ"ץ קהלתינו מאנטרעאל שליט"א און מען האט ארומגערעדט איבער די הידורים פון א קוואל מקוה, עירובין אין דער אלטע היים, אין סיפורים פונעם ישמח משה זיע"א, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער דיין האט ארויסבאגלייט דעם רבין ביז צו די גאס.

נאכן באזוך ארום 5:00 האט רבינו שליט''א געדאווענעט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.

נאך מנחה ארום 5:30 איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטרעאל שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורים פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיע"א און פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א, האדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכן באזוך האט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א געבעטן דער ציבור ארויסצוגיין און האט זיך איינגעשפארט מיטן רבי'ן אויף עטליכע מינוט, און דערנאך האט האדמו''ר מוויזניץ ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' אשר גרינפעלד שליט"א רב דקהל וויזניץ ארה''ק במאנטרעאל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה און סיפורים פונעם דברי חיים זיע"א, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער רב שליט''א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטרעאל, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די שחיטה אין מאנטרעאל, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 7:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט תפילת מעריב בבית האכסניא, נאך מעריב פון ארום 8:10 איז געווען די ערשטע חלק זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש תושבי מאנטרעאל, וואס זענען אריין לויט א פאראויס באשטימטע סדר און האט זיך געצויגן ביז ארום 11:45 אויפדערנאכט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ג מרחשון תשפ"ג11/17/2022

מודעה
וויכטיגע מעלדונג פון חברים דמאנטרעאל
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת חיי שרה שנת תשפ"ג לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שמחת חתן וכלה, ריקודין של מצוה, והמסתעף
- חלק ב -
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 חיי שרה חו''ל תשפ''ג11.1 MB
באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק א'

ארום 6:00 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט עירפארט, און ארום 6:40 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג צום ביקור המרומם ומסע הקודש קיין מאנטרעאל יצ''ו.

ברוך הבא בשם השם

אום 7:35 אויפדערנאכט האט די פליגער בשעטו''מ געלאנדעט אינעם ארטיגן עירפארט, אינדרויסן ביים עירפארט האבן אפגעווארט בשירה וזמרה א גרויסער ציבור פון אנ''ש מקבל זיין פני קדשו פון רבינו שליט''א, זקני ונכבדי העדה, בעלי בתים אברכים ובחורי חמד, און דער גאנצער עולם איז אריבער שלום געבן.

פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך אברהם פערלמוטער הי"ו.

בבית האכסניא איז אריין בקו"פ אויף א באזוך הרבני הנגיד הנכבד ר' הערשל פריעדמאן הי"ו דער אייגענטומער פונעם באוואוסטן בית השחיטה אגרי-סטאר אין אייאווע, ווי די מערכת השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו איז סטאנציאנירט.

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול והמופאר צום מעמד קבלת פנים רבתי בתופים ובמחולות מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער אנ''ש זקנים עם נערים בחורי חמד וילדי תשב''ר ובראשם די פולע רבני ודייני העיר שליט''א.

ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פראכטפולע חדרי התפילה און דערנאך ארויף אין היכל הביהמ"ד צום פייערליכע מעמד.
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו מגבאי הביהמ"ד, ווי ער האט אויפגערופן הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק', וועלכע האט מיט רגשי הלב באגריסט און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן און געזאגט הארציגע ווערטער לכבוד המאורע, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל, וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע פעולות לטובה און השפעה וואס רבינו שליט"א האט, און די זכי' וואס אנשי שלומינו האבן זיך צו מסתופף צו זיין בצילו קדישא של רבינו שליט"א.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט דערמאנט די נסיעות פון רבותינו הקדושים זיע"א אין מאנטרעאל, די השפעות וואס זיי האבן משפיע געוועהן לנצח נצחים, און אין זייער זכות האט מען זוכה געוועהן צום חנוכת הבית פון אזא הערליכן ביהמ"ד לתורה ולתפילה, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' אין מאנטרעאל, די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור 'יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם' און מען זאל ווייטער קענען אנגיין בהרחבת הדעת עד ביאת הגואל בב"א.
נאך די דב"ק האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן אויף שבת פון ניו יארק ווי דער רב שליט''א וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה צוליב א שוואכקייט, דערנאך האט הגה''צ אבד''ק שליט''א אויפגעטרעטן און ארומגערעדט בשבח הקהילה, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה וואס אנ''ש האבן מיט די באזוך פון רבינו שליט"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נגוני שמחה בשעת די גאנצע ציבור אנשי שלומינו זקנים עם נערים זענען אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט.

נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 10:40.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון חיים זאלדאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף ויואל משה'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שמואל יצחק ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א הגאון הגדול רבי מיכל זילבער שליט"א ר"י זעווהיל בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע לומד'ישע שמועס אין פארשידענע מקצועות התורה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג ארום 4:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף ברך משה'. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ה'.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

שפעטער איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי ברוך זינגער אבד"ק ור"מ אלכסנדר בב"פ, לרגל שמחת נישואי בנו, ווי דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א משלחת פון 'כולל חיבת ירושלים' מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם דינער השנתי דעם מוצ"ש אין וומסב''ג, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די היסטאריע פונעם כולל און איבער די פילצאליגע פעולות לטובה פונעם כולל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מעמד קבלת פנים רבתי פאר כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בבית מדרשינו הגדול במאנטרעאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג