פרייטאג ערש''ק תולדות ב' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יוסף צבי האלפערט הי"ו. ב"ר יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו. ב"ר לוי יצחק פאלקאוויטש הי"ו. ב"ר אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו. ב"ר שלום שמואל שימאן הי"ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת תולדות א' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה חיים גפן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר חיים יחזקאל שרגא ראזענבערג הי"ו. ב"ר דוד ווייס הי"ו. ב"ר ארי' אשר יושע וועבערמאן הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יקותיאל יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג) - ר' ישראל יעקב אפענהיים הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יואל שלמה פארקאש הי"ו (וומסב''ג) ר' זאב שערצער הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רב שליט"א איז געקומען איבער געגעבן א גריס פון קהילת 'אור חדש דרבינו יואל' אין גואטעמאלא ווי דער רב שליט"א אינאיינעם מיט דייני קהילתינו הק' זענען ספעציעל אראפגעפארן צום מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה טהרה, ולחזק אחינו בני ישראל גירי הצדק.
אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך הגה''צ המשפיע ר' ניסן דוד קיוואק שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעהבילדער · 2
הגה''צ ר' נתן דוד קיוואק שליט''א בביקור אצל כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגל' מרחשון תשפ"ג11/24/2022
מודעה
ברכת מזל טוב מטעם הנהלת קהלתינו הק' מאנטרעאל יצ"ו פאר די 3 נייע מורי הוראה שליט"א אינעם בית הוראה דקהלתינו הק', וועלכע זענען נתמנה געווארן דורך כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי א ענגע אסיפת הנהלת הקהלה בבית האכסניא, בעת דעם ביקור המרומם אין מאנטרעאל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהפייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת תולדות שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: שמחת חתן וכלה, ריקודין של מצוה, והמסתעף - חלק ג - מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
מיטוואך פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' אברהם אלי' ברי"מ פרידריך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יואל נפתלי לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
הרב אברהם סאפרין שליט"א נכד האדמו"ר מבעלזא שליט"א בקו''פ ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א אין וומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר אברהם שמואל גוטמאן הי"ו. ב"ר נפתלי פריינד הי"ו. ב"ר יחיאל מרדכי אראן הי"ו. ב"ר יוסף ארי' האפפמאן הי"ו (וומסב''ג). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א פון ארה"ק, וועלכע האלט זיך אויף אין דעי טעג אין קר''י, און האט געפראוועט פארגאנגענעם שבת אין קר''י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי האדמו"ר מבוהוש שליט"א האט ארומגערעדט בשבח פון קרית יואל ובפרט פונעם פראכטפולע ביליגע זאל כינור דוד, און בסיפורי צדיקים פונעם הייליגן רוזשינער זיע"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און געגעבן במתנה א סעט פון ספרו לב אהרן.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 1:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א ביקור ידידות בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, ווי ס'האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דעם קשר פונעם ייטב לב זיע"א מיטן שם שלמה פון מונקאטש זיע"א, און נאך, האדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט געגעבן פאר'ן רבי'ן א סעט שו''ת מנחת אלעזר מהדורא חדשה און א סעט מספריו עולת שבת עה"ת, און דער רבי האט אים צוריקגעגעבן מספריו לב אהרן על סוגיות ג"כ, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרב אברהם סאפרין שליט"א נכד האדמו"ר מבעלזא שליט"א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.