בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגכ"ח אדר תשפ"ג3/21/2023

מודעה
העפטיגע בוי ארבייט ביים בנין התלמוד תורה האדיר והחדש במוסדותינו הק' במאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברש"מ פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.

פארמיטאג האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו, ע"פ בנו ע"ה.

מיטאג צייט אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם זעקסטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:35.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר''ש בוים הי"ו (מאנסי) - ר' אהרן דוד רובינשטיין הי"ו.
ר' משה יצחק ראזענפעלד הי"ו - ר' אברהם יצחק זוסמאן הי"ו (טאהש).

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
זונטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור ב"ר ישראל פארקאש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים פון חבורת 'לגיון של מלך' נגע פגעי טעכנאלאגיע פון סניף קדושת יואל.

מיטאג צייט אום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פינפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:40

נאכמיטאג ארום 6:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט מנדב געווען א גרויסן סכום פאר די מקוה טהרה החדש, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צום סיום מסכת נדרים במסגרת 'חבורת יסודי התורה' דורכ'ן שיעור פון הרה"ג ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט"א, דער מגי''ש הרה"ג שליט"א האט געמאכט דעם סיום און געזאגט קדיש, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מגי"ש און פאר אלע מסיימים.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו - ר' יואל ברי''ב רייך הי"ו.
ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו - ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת ויקה"פ שבת החודש, מברכים חודש ניסן, 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שלום ב"ר יואל אברהם ברייער הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגן צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15, עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר ת"ת שיר חדש אין תל אביב עטה"ק, דער ציבור איז אריבער געגאנגן גוט שבת זאגן און דער רבי איז אריין לבחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי"ו (ב"ב).

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי"ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שלום ברוין הי"ו (ב"פ).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ששת ימים תעשה מלאכה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך און שנים שעשאוה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יעקב זלמן האלענדער הי"ו (וומסב''ג), ברכהמ''ז: הרה''ג אהרן יעקב כהנא שליט"א (מאנסי).

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק התפארת שלמה זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ט אדר.
קה רבון עלם: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט''א.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:25.

וביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:30, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מו"ץ.

עליות. כהן: הרה"ח ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו. לוי: החתן ב"ר שלמה אלי' ווייס הי"ו. שלישי: החתן ב"ר יואל אברהם ברייער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר אביגדור הערשקאוויטש הי"ו. חמישי: החתן ב"ר יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו. שישי: החתן ב"ר יצחק בראך הי"ו. שביעי: החתן ב"ר יואל טייכמאן הי"ו. הוספה: החתן ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו. הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' ישראל קנאפלער הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו (מאנסי).

מפטיר - קריאת החודש: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' ישעי' שלום פאלאטשעק הי"ו.
ר' מרדכי ברמ"י פריעדמאן הי"ו - תאומות.
ר' נפתלי יצחק כהנא הי"ו.
ר' משה עזריאל שווארץ הי"ו.
ר' יואל ב"ר העניך פריעד הי"ו.
ר' ישראל יודא ווערצבערגער הי"ו.
ר' מענדל מייזעלס הי"ו.

הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' אנשיל גאלדבערגער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל אברהם ברייער הי"ו (נייטרא).

רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט, און צוגעגאנגן צו תפילת מוסף לכבוד שבת החודש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יואל מזרחי הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שמואל ב"ר העניך קרויס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' חיים יחזקאל הירש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלמה נח היילברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:50.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 7:40. מנחה :הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו. כהן: הרה''ג ר' ר אהרן יעקב כהנא שליט"א. לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש. שלישי: הרה"ח ר' אברהם מענדלאוויטש הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' משה טייכמאן הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען: אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה 'החודש הזה לכם' און געטיישטש אז מען קען זיין פול מיט מצוות ומעשים טובים אבער דורך עבירות קענען די חיצונים האבן א שליטה אויף דעים, נאר הקב''ה איז מיט דעם מקיים מצוות השבת אבידה לפנים משורת הדין, וויבאלד אידן פירן זיך לפנים משורת הדין בפרט יעצט בימי ניסן פארן יו''ט פסח מען איז זיך מטריח בטירחא דממונא ובטירחא דגופא צו מקיים זיין מצוות ביעור חמץ, אכילת מצה ואפיית מצה מיט חומרות והידורים יתירות, דורך דעים ווערט נתרבה זכותים פאר אידישע קינדער

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה טייכמאן הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). שושנת יעקב: הרה"ח ר' מאיר לייב ווייס הי"ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי"ו, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:10.

נאך הבדלה איז רבינו שליט''א ארויף אויף א באזוך ביי הרבני הנגיד הנדיב מוה"ר ישראל גאלדבערגער הי"ו בבית בנו הרבני הנגיד ר' יעקב משה הי"ו, לקראת נישואי בנו הבה"ח ני"ו, ווי הרה"ח ר' ישראל ובנו ר' יעקב משה הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום פאר די מקוה טהרה החדש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון די בראשית יארן אין אמעריקא בצל רביה"ק זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
פרייטאג ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל שלמה זלמן כ"ץ הי"ו.
ב"ר אברהם יצחק אלימלך ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דערנאך איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו, בבית חמיו הרה"ח ר' שמואל בראך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אפרים העכט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יודא טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר שמחה דרעזנער הי"ו.
ב"ר יואל צוויבל הי"ו.
ב"ר מאיר בערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים פון חבורת 'לגיון של מלך' נגע פגעי טעכנאלאגיע פון סניף ברך משה.

מיטאג צייט אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם פערטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:25

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה ווי די בחורים זענען עוסק אין מאלן ווייץ לקראת יו"ט פסח הבעל"ט, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר הטחינה און דערנאך אליינס עוסק געווען במצוה און געמאלן די ווייץ בטירחא דגופא פאר א לענגערע צייט.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם משה לאנדא הי"ו (וומסב''ג) - ר' חיים משה ביטמאן הי"ו.
ר' אברהם שמואל שווארץ הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה מאיר דוב גליק הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש, נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד דזשעפערסאן בגלילות קר"י צו די שמחת השבע ברכות פון בת הר"ר יואל ברש"נ ווייס שליט"א רב הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבערן כתב סופר זיע''א פון וועם דער חתן איז אן אייניקל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און איז ארויס אין א טאנץ מיטן חתן און די מחותנים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ו אדר תשפ"ג3/19/2023

בילדער · 5
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף א באזוך ביי הרבני הנגיד הנדיב מוה"ר ישראל גאלדבערגער הי"ו בבית בנו הרבני הנגיד ר' יעקב משה הי"ו, לקראת נישואי בנו הבה"ח אשר אנשיל ני"ו.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

פרייטאגכ"ד אדר תשפ"ג3/17/2023

באריכט
אן אייגענארטיגע הערליכער מעמד איז פארגעקומען אין לינדען, ניו דזשערזי יצ"ו, מיוחד בלויז צווישן די ארטיגע תושבים מאנשי שלומינו, מיט די השתתפות פון ראשי קהלתינו פון גרעיטער ניו יארק, לטובת בנין ביהמ"ד החדש דקהלתינו הק', ווי ס'איז געשאפן געווארן דעם פאנטאסטישן סכום פון אריבער צוויי מיליאן דאללאר, וואס בערך העלפט דערפון - א מיליאן דאללאר - איז מנדבת לבם פון אברכי קהלתינו תושבי לינדען יצ"ו וועלכע האבן מנדב געווען און געקויפט זכותים אינעם נייעם בנין בית מקדש מעט.

די איבעריגע גרעסערע סכומים זענען נתנדב געווארן דורך די חשובע אישי הציבור הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו ובניו, הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, מראשי קהלתינו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת ויקה"פ - החודש שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 ויק''פ תשפ''ג חו''ל8.6 MB

דאנערשטאגכ"ג אדר תשפ"ג3/16/2023

ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מאלן ווייץ בטירחא דגופא לקראת חג הפסח הבעל"ט, היינט בהיכל המתיבתא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', און דערנאך פארטיילט בחדרו הפרטי מטבעות קודש פאר די בחורים פון חבורת 'לגיון של מלך' נגע פגעי טעכנאלאגיע פון סניף ויואל משה.

מיטאג צייט אים 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם דריטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:30.

נאכמיטאג אום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר''ר אביגדור הערשקאוויטש שליט''א - ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל בר"א ניישטאדט הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל הערש ראטה הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

נאך די זמני כניסה האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווייז פריערדיגע טעג