כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי הפרשת חלה נאכן מצות באקן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מצות באקן ואמירת הלל היינט ערב פסח, בבית האופה בבנין הישיבה אויף געציל בערגער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
בילדער · 13
מלכות'דיגע סדר טיש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פראכטפול אנגעגרייט מיט די מאקסימום פלעצער צו קענען אקאמאדירן די קרוב צו דריי הונדערט חתנים מאנ''ש וועלכע וועלן ווערן פלאצירט צווישן ביידע הייליגע סדר נעכט.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי שריפת חמץ היינט ערב פסח פארענט פון ביהמ''ד הגדול בקר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי מכירת חמץ היינט ערב פסח בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
נאך פונעם מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש בביהמ''ד הגדול בקרית יואל בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
דינסטאגי"ג ניסן תשפ"ג4/4/2023
נייעס
ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה
ערשטע חלק בילדער פונעם מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש בביהמ''ד הגדול בקרית יואל בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 16באריכט
לפיכך אנחנו חייבים להודות
ראשי והנהלת קהלתינו הקדושה בארה''ק, ירושלים - בני ברק - בית שמש, דריקן זיך אויס רגשי לבבם פון הכרת הטוב בשם אנשי שלומינו תושבי ארה''ק פאר די הערליכע חלוקה וואס איז פארטיילט געווארן דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לכבוד יום טוב פסח הבעל''ט, פאר עדת צאן מרעיתו כלל אנ''ש תושבי ארה''ק.
אזוי ווי במשך די לעצטע פאהר יאהר, האט רבינו שליט"א אויך היי יאר גענומען פערזענדליך דעם גרויסן עול צו שאפן ביי נדיבי לב גרעסערע סכומים געלט, ארויס צו שיקן קיין ארץ ישראל לכבוד יום טוב א תמיכה גדולה ונכבדה פאר יעדע משפחה, כדי צו פארגרינגערן דעם יום טוב פאר די קרוב צו אכט הונדערט משפחות מאנשי שלומינו תושבי ארה"ק ת"ו.
די ריזיגע תמיכה איז אריבערגעשיקט געווארן די פארגאנגענע וואך אינעם אסטראנאמישן סכום פון א דריי-פערטל מיליאן דאללאר, וואס איז פארטיילט געווארן דעם זונטאג דורך די הנהלת הקהלה והמוסדות אין יעדן שטאט באזונדער לשמחת לב אנ"ש שיחי'
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מודעה
זמנים לימים הראשונים של חג הפסח בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
סדר מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' ברוב עם הדרת מלך בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בביהמ''ד הגדול בקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג שמיני א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל אפרים וויינשטאק הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי גערופן קיין אר"י צו הערן א רעפעראט פון די חלוקת קמחא דפסחא בקרב קהלתינו הק' אין ירושלים, בני ברק, בית שמש. וואס איז פארטיילט געווארן בשליחות הקודש. דאן האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
נאך די זמני כניסה דער רבי האט געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
תיכף נאך הבדלה האט דער רבי עוסק געווען א לענגערע צייט מיט'ן מסדר זיין די צדקות און קמחא דפסחא פון סכומים ענקיים נאנט צו א מיליאון דאללאר וואס דער רבי שאפט און פארטיילט פאר אנ"ש בארה"ק, און נאך אסאך נצרכים בקרב קהלתינו הק'.
ארום 11:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג בנין חי"ל הילמאן צום 'מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים' פאר די פראכטפול איבערגעבויעטע 'קומת ריספלער' מיט די פיר חדרי התפילה, ס'האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק לאנדסבערג שליט"א מבאי בית מדרשינו, דערנאך האט גערעדט הגה"ק אבד"ק שליט"א דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חשובע נדבנים פון די חדרי התפילה און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די נדבנים, און געוואונטשן ס'זאל זיין 'אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה' ס'זאל אייביג זיין לומדים און מתפללים אינעם ביהמ"ד, און ס'זאל ארויסקומען תורה עבודה וגמ''ח, און מסיים געווען בברכות קדשו. אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הקומה הרבני הנגיד ר' ירוחם פישל חיים ריספלער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:15.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו בית מדרשינו המפואר בית מנחם צבי אויף וואלעבאוט צום 'מעמד קביעות מזוזה' אויפן נייעם פארענדיגטן היכל התורה 'היכל שמואל' און אוצר הספרים 'אוצר ישעי' דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן היכל מיט א שטארקע קורת רוח און דערנאך קובע געווען א מזוזה.
דערנאך האט רבינו שליט''א אריבערשפאצירט לבית הנדבן הרה''ח ר' זלמן לייב אבערלענדער הי"ו צו א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילצאליגע היכלי התורה בבתי מדרשינו איבער די גארער וועלט, און ר' זלמן לייב הי"ו האט געגעבן פארן רבין א ספר יד אבי שלום פון זקינו וואס ער האט איבערגעדריקט, דערנאך האט הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו געוויזן פאר רבין עטליכע היסטארישע כתבי ידות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור, און בפרט פאר די חברי הנהלת ביהמ"ד, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אהנגעוואונטשן פאר די מאמע אשת הרה"ח ר' שמואל אבערלענדער ז"ל, מען האט געענדיגט ארום 1:00 און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש בקר''י.
זונטאג שמיני א'
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענע בר מצוה בחורים. ב''ר יחיאל מיכל טרעגער הי''ו. ב"ר מאיר מרגליות הי"ו. ב"ר מנחם יודא שלעזינגער הי"ו. ב"ר וואלף לאנדא הי"ו. ב"ר יואל פאלאטשעק הי"ו. ב"ר שלמה קליין הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת צו שבת הגדול 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג
פרייטאג צונאכטס ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20, דער ציבור איז אריבער שלום נעמען און גוט שבת זאגן, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל תהילת יהוסף אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה לצעירים פון וומסב''ג, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנהל ישיבה לצעירים.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שאלו תלמידיו של ר' יוסי בר קיסמא אימתי בן דוד בא השיב זאת תורת העולה', און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט"א. ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אשר'ל מ'ראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ערב פסח. קה רבון עלם: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הר"ר הערשל טעללער שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק יודא פארגעס הי"ו, צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, מ'האט געזונגען מכלכל חיים און ממקומך.
הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב חיים הערש ט"ב שליט"א מראצפערט, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, בעל קורא: הרה''ח ר' יעקב אהרן הירש הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו. לוי: הרה"ג ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט''א. שלישי: הגה"צ אבד''ק שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אביגדור נחום מענדלאוויטש הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט. חמישי: הרה"ח ר' חיים לאנדא הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: החתן ב"ר דוד לייבוש גוטמאן הי"ו. אחרון: הר"ר יואל זילבער שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יוסף מיטעלמאן הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' משה ברי"ל סופר הי"ו.
מוסף הרה''ג ר' בנימין ליכטענשטיין שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרב חיים מאיר טייטלבוים שליט"א (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 12:50. בשעה שהחכם יושב ודורש
נאכמיטאג ארום 5:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די דרשת שבת הגדול, דאס ביהמ''ד הגדול איז געווען מלא על כל גדותיו מיט די מאקסימום זיץ און שטיי פלעצער פאר די טויזענטער אנ''ש וועלכע זענען געקומען הערן דעם דבר ה', בפלפול דרוש ואגדה בהכנה דרבה לקראת יו''ט פסח הממשמש ובא. אזוי אויך איז אהנגעקומען א שיירה מאנשי שלומינו וואס האט ארויסגעוואקט פון בארא פארק צו די דרשה.
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיט זיין טלית און געמאכט א ברכה, און דערנאך ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישה, און אנגעהויבן די דרשה אויפן מדרש 'אימתי בן דוד בא' צום ערשט מיט א לענגערע פלפול, און שיינע פשטים בדברי דרוש ואגדה, אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה נאכן עוסק זיין אין די סוגיא די לעצטע תקופה סיי מיט די תלמידי ישיבה של מעלה אין סיגוט, און סיי מיט די תלמידי המתיבתא. דער רבי האט געזאגט הערליכע געדאנקען און מאמרי קודש זיך צוצוגרייטן צום יו''ט צו קענען שפירן א טעם אין די מצה, און ממשיך געווען בדברי מוסר בדברים הצריכים חיזוק והתעוררות, קביעות עיתים לתורה זיך מיטכאפן מיטן באן בחבורת יסודי התורה און אנהייבן לערנען מס' נזיר נאך יו''ט, מבער זיין דעם שאור די טמא'נע כלים פון די הייזער און די ארבייטס פלעצער ווער עס דארף זאל זיך מער באניצן מיט א טעבלעט, צניעות ביי די עזרת נשים ובפרט די פריצות'דיגע שייטלען, זיך נישט צוריקהאלטן פון מעורר זיין די קינדער און איינקלעך און זיך אריינלייגן אין די חינוך פון די קינדער.
דערביי האט דער רבי ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק, איבער די הפקירות וואס קומט פאר מיט'ן שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל, די בעסטע עצה אז מען זארגט זיך שוין ביי די 14 יאר און מען שיקט און אונזערע היימישע ישיבות וואס שטעלן צו א מסגרת אויך פאר די עלטערע בחורים, און ארויסגעברענגט אז ב''ה פון אונזערע ישיבות איז נישטא קיין 10 בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל. אזוי אויך האט דער רבי דערמאנט איבער א שערורי' וואס האט פאסירט היי יאר אז געוויסע האבן געשניטן די ווייץ הארט נאך א רעגן, און ארויסגעברענגט דעם הידור פון קצירת חיטים אין אריזאנע ווי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט אויך געשיקט דארט שניידן. כשרות הבשר מקפיד זיין צו קויפן דוקא און אונזערע בוטשערס וואס איז די בעסטע פון אלע פלייש 'ווער עס וויל עסן כשר פלייש זאל קויפן אונזער פלייש', און דערמאנט די לעצטע אורטייל איבער די גזירות החינוך ס'איז ב''ה בעסער געווארן אבער מען ווייסט נישט וויפיל און מען דארף נאך רחמי שמים עס זאל אינגאנצן בטל ווערן, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 7:20 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 7:50, מנחה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, הוצאה והכנסה: ר' יואל אלימלך פייערשטיין הי"ו. בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אברהם דוד קארצאג הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יונה ראטה הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב"פ).
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת תורת העולה' און געטייטשט אז כדאי די אידן זאלן באקומען א דין קודש מען זאל נפקע ווערן פון זייער שיעבוד מצרים, איז דורך טוהן מצוות מיט א ברען ובהתלהבות אש עס זאל נבלע ווערן אין די אברים און עס זאל ווערן איין שטיק קדושה, און ממשיך געווען מיט שטארקע דברי הכנה ליו''ט פסח מען דארף זיך גרייטן צום הייליגן נאכט למען תספר באזני בנך ובן בנך, השי''ת זאל העלפן מען זאל נאך דאס יאר זוכה זיין ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור בכללית. מען האט געענדיגט ארום 10:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ליפא ראזענפעלד הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דאנערשטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש הר"ר ליפא קליין שליט"א יו''ר מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, אינאיינעם מיט הר"ר הערשל הארטשטיין שליט"א מראשי מערכת הכשרות, בשליחות הרבנים הגאונים חברי התאחדות הרבנים, און האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם מפתח כשרות וואס ווערט יערליך ארויסגעגעבן בעפאר יו"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די לעצטיגע פארברייטערונג און פילצאליגע פעולות לטובה איו פארשידענע ענינים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:15, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
נאך מעריב איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מעמד התמנות ווי רבינו שליט''א האט ממנה געווען הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א מו"ץ צו דינען אלץ דומ"ץ ביהמ"ד החדש 'נועם אלימלך', די 24'טע ביהמ''ד דקהל יטב לב אין קרית יואל, וועלכע וועט זיך בעז''ה עפענען תיכף נאך יו''ט פסח הבעל"ט, ביים מעמד האבן זיך אויך משתתף געווען די ראשי הקהילה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קר"י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו פארן דומ''ץ הביהמ''ד שליט"א און פאר די ראשי הקהילה.
דערנאך האט רבינו שליט''א ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו. ב"ר קלמן פארקאש הי"ו. ב"ר אברהם יושע ווערצבערגער הי"ו. רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון זקנתו א"ח מרן הקדושת יו''ט זיע"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן ליכט און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון די באבע ע"ה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חנני' יו"ט נתן ברוינער הי"ו (וומסב''ג) - ר' דוד שטוהל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף גאנץ הלכות שבת, תלמידי ישיבתינו הק'. הבה"ח שמעי' ארי' ב"ר מאיר דרוממער הי"ו (קר"י). הבה"ח בנימין יוסף ב"ר יונה גוטמאן הי"ו (קר''י). הבה"ח הערשל ב"ר משה אליעזר זאלדאן הי"ו (מאנטרעאל).
גליון "קול התאחדותינו מוגדל" לכבוד חג הפסח שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמרים נפלאים פינת יקרת בענין: הבטחת האריה"ק על הנזהר ממשהו חמץ בענין: שירת הים ליל שביעי של פסח מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א
ועוד מאמרים יקרים, לכבוד יום טוב מסודרים, מעניני דיומא קא גרים, מלאים זיו ומפיקים, מהרבנים הגאונים דקהלתינו שליט"א, אוצר מלא תוכן, 152 דפים של עונג יום טוב!
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אריבערשפאצירן פון בית מדרשינו בית מנחם צבי לבית הנדבן הרה"ח ר' זלמן לייב אבערלענדער הי"ו, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים קובע מזוזה זיין און זיך אומקוקן אינעם נייעם היכל התורה 'היכל שמואל' בבית מדרשינו 'בית מנחם צבי' בוומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים דעם מוצש''ק פאר די פראכטפול איבערגעבויעטע 'קומת ריספלער' מיט די פיר חדרי התפילה בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
פרייטאגט' ניסן תשפ"ג3/31/2023
מודעהמודעהמודעהפייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת צו - הגדול שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו