בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגג' אלול תשפ"ג8/20/2023

באריכט
שב''ק פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א (מאנסי) בן הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א אפיעל פארן מוסד רב טוב עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 9:55.

דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל נכד רבינו הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר יושע העשיל שארף שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' נתן פריעדמאן הי"ו (אלעד).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר במשפט' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מתוך.

קה אכסוף: הר"ר אהרן בריעף שליט"א (מאנטרעאל), ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ו' אלול.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' מאיר סימאן שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו תפילת שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך שליט"א אב"ד וועגשייד.

עליות. כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). לוי: החתן ב"ר משה שמואל רובינפעלד הי"ו - באווארפען. שלישי: הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א, רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל חוה נאך די באבע הרבנית מאלעסק ע"ה. חמישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אברהם חיים טעללער הי"ו.
ר' חיים ברש"ד גאנדל הי"ו (וומסב''ג).
ר' אשר ארי' ווידער הי"ו.
ר' חיים אהרן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

שביעי: החתן ב"ר מענדל אפענהיים הי"ו - באווארפען. הוספה: החתן בן הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א - באווארפען. אחרון: החתן ב"ר ברוך מאיר בראדער הי"ו. מפטיר: הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' משה שמואל רובינפעלד הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו.

צו תפילת מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זיע''א, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אהרן בריעף שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל בר"מ ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכלי הפאליש צום שמחת הקידושא רבא בחצרות קדשינו, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב מאיר יודא שליט"א, דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'שמחתי באומרים לי בית ה' נלך' און געטייטשט אז ווען עס ווערט געבוירן א אידישע טאכטער איז דא א עקסטערע שמחה וואס זיי האבן א בינה יתירה וואס האט גורם געווען זיי זאלן נישט נכשל ווערן אין די חטא העגל, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען 8:20. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו, הוצאה והכנסה: ר' יואל ברמ"א פריינד הי"ו (ב"ב), כהן: הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' שמואל אליעזר ראטה הי"ו (ב"פ), שלישי: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' מענדל אפענהיים הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'צדק צדק תרדוף' און געטייטשט אז אפילו מען פארלירט ח''ו דעם צלם אלוקים דורך חטאים, דורך צדקה קען מען עס צוריק באקומען אויפן פנים ובצירוף תפילה ווערט נתקבל די תשובה לרחמים ולרצון לפני אדון כל, און ממשיך געווען מיט לענגערע דברי התעוררות לחודש אלול.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

צו תפילת מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זיע''א.

נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגא' אלול תשפ"ג8/18/2023

בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אבני צדק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי אמירות הלל און ביי שופר בלאזן היינט ב' דר''ח אלול, בהיכל ישיבה קטנה סניף אבני צדק בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פרשת שופטים ב' דר"ח אלול

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יוסף יודא פאסטערנאק הי"ו.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

לדוד ה' אורי האט דער רבי געזאגט נאך תפילת שחרית פאר'ן לייענען.

נאך מוסף האט רבינו שליט''א געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די רמ''י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק והדרכה לחודש אלול, און מסיים געווען בברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת שופטים א' דר"ח אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב שאהנפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל וויזעל הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מעמד יציקת הבורות ומסיבת לחיים בבית מדרשינו 68 דולעק - 'שכונת זרע קודש' בקרית יואל, דער רבי האט געגאסן די יסודות און מכבד געווען צו גיסן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א יו"ר וועד המקוואות בקר''י און די ראשי הקהילה עסקני ותושבי השכונה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען א ניגון לכבוד המאורע עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון גיין אין מקוה און גערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד, און מסיים געווען בברכת קדשו.

אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גרויסן שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן דעם בנין החדש והמפואר פארן ביהמ''ד. מ'האט געענדיגט ארום 1:30.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו 'בית שמואל' בשכונת דברי חיים, דער רבי איז ארום אין גאנצן ביהמ''ד און זיך אומגעקוקט אויף די אנגייענדע בוי ארבייט ביים פארדאפלן דעם ביהמ''ד און מקוה, און געהערט א באריכט פון די פלענער אויף ווייטער.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די מקוה טהרה וואס ווערט געבויעט אינעם שכונה, דער רבי איז אריין זיך אומקוקן און געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די ווייטערדיגע פלענער.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די קלאוו דעוועלפמענט בשכונת דברי חיים ווי עס ווערן געבויעט עטליכע הונדערט דירות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יצחק עקשטיין הי"ו מגדולי עסקני ביהמ"ד בית שמואל, ומראשי הווילעדזש אף בלומינגראוו און הרה"ח ר' זושא געלב הי"ו אויף די פלענער פון דעם פראיעקט און פארשידענע אנדערע פראיעקטן אינעם שכונה.

ארום 2:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג' אין ביהמ"ד ראדאשיץ אויף די פרילענד גאס ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני ימים נוראים, ווי אויך איז אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע שאלות וואס איז נוגע פאר בחורים אין די ימים נוראים און איבער פארשידענע מנהגים ביים פארן אויף קברי צדיקים לרגל זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, אויף וואס דער רבי האט אויף אלעם משיב געווען בטוב טעם ודעת.

מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען די תלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה פאר די בחורים.
מיט ברכהמ''ז: האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:40.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ברוך מאיר בראדער הי"ו - ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב יצחק שטוהל הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג כי תצא אין ביהמ"ד אהל פיגא, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' משה שלמה קאליש הי"ו (מאנסי) - ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו.
ר' שלמה ברז"ל הכהן גליק הי"ו (וומסב''ג) - ר' יושע בער שווארטץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30 און מעריב ארום 12:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
גדול יהי' כבוד הבית הזה!

בית מדרשינו הגדול - היכל שלמה יודא - שיכון קרית יואל, בני ברק יצ"ו

נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו מראה''ק וומסב''ג לע''נ דודו הרה''ח ר' שלמה יודא בראך ע''ה מפארי קהלתינו הק' ב"ב, גרייט צו די תפילות שבת קודש לס' וקמת ועלית אל המקום אשר יבחר ה'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
ובנה אותה בקרוב בימינו

צייטווייליגע ביהמ''ד הגדול ברך משה בקהלתינו הק' בירושלים עיה''ק, ווי מען האט זיך אריבערגעצויגן דעם שב''ק, ביז עס וועט פארענדיגט ווערן דעם בנין הגדול תל תלפיות דקהלתינו הק' בירושלים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
כולל דברי יואל שע"י קהלתינו הק' בית שמש יצ"ו.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
באריכט
פִּתְחוּ שְׁעָרִים וְיָבֹא גוֹי צַדִּיק, פִּתְחוּ לִי שַׁעֲרֵי צֶדֶק

ואומרים פעמיים באהבה

ערש''ק לסדר ואם ירחיב ה' את גבולך!


היסטאריש פרייד געפילן נעמט ארום אנ''ש תלמידי וחסידי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בארץ ובגולה, ווען עס קומט אריין בשעטו''מ די גינגסטיגע נייעס פון ארה"ק, אז אנ''ש חברי קהלתינו הק' פון ביידע קהילות אין ירושלים עיה''ק און אין בני ברק וועלן בעז"ה דעם שבת זיך אריבערציען און באנייען א מקום רחבת ידים אלס צענטראלע ביהמ"ד הגדול פאר די ארטיגע קהילות.

ירושלים עיה''ק

נאכדעם וואס די קהילה איז ליידער געווען נע ונד די לעצטע פאהר חדשים זינט די גרויסע שריפה ה''י, איז די וואך פארענדיגט געווארן דער פראוויזארישע בית המדרש הגדול אינעם בנין פון ישיבת חברון אינמיטן די שטאט.

הנהלת קהלתינו הק' בירושלים האט אהער געשטעלט דעם מקום לשם ולתפארת אז דאס זאל זיין באקוועם פאר די נעקסטע פאהר יאהר, ביז מ'וועט זיך אי''ה אריבער ציהען אינעם נייעם בנין המפואר תל תלפיות, וואס מ'האט שוין בחסדי ה' באקומען די נויטיגע פערמיטן און אנגעהויבן די גראב ארבייט, אויף רחוב יונה.

בני ברק

נאך א לענגערע צייט וואס בית מדרשינו הגדול דקהלתינו איז געווען סטאנציאנירט אויף די הויכע שטאקן פונעם בנין התלמוד תורה און המקום היה צר מהכיל דעם גרויסן ציבור בליעה’’ר, איז די וואך אויסגעפירט געווארן בשעטו’’מ די מאסיווע ארבייט אויף די הינטערשטע שטאק וואס איז אנגעגאנגען מיט א שנעלקייט די לעצטע 10 טאג בס''ד.

הנהלת קהלתינו הק' האט צוגעשטעלט שוין אויף דעם שב’’ק א הערליכע הויכע און לעכטיגע היכל גדול ומפואר וואס וועט דינען אלס בית המדרש הגדול לשם ולתפארת צו קענען אקאמאדירן דעם בליענדע ציבור אין בני ברק בליעה''ר כן ירבו.

די הנהלה וועט אי''ה ווייטער משפץ זיין דעם בית המדרש פון אינעווייניג נאך שבת ביז די ימים טובים הבעל"ט.

ברכות צדיק כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה באגלייטן אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשו און די ארבייט זאל קענען פארענדיגט ווערן בס"ד לשם ולתפארת.

הרחיבו מקום אהליך, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ

▫️ סאטמאר'ע נייעס ▫️
ווייז פריערדיגע טעג