ארום 10:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג. צווישן אנדערע זענען אנוועזענד געווען כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א, כ''ק אדמו''ר מזידטשוב חרדים שליט"א, הגה"צ אבד"ק וואוידסלוב שליט"א. נאך די זמירות האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די מזמרים און פאר די קינדער פון די קאפעליע.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז נר חנוכה איז משפיע פרנסה, און מסיים געווען בברכות קדשו. נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו 'א גוטע וואך און א לעכטיגע חנוכה'. מען האט געענדיגט ארום 11:35.
אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו ע"פ אשתו ע"ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת וישב שבת חנוכה מברכים חודש טבת - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג
ערש''ק נאכמיטאג נאכן ערשטן פייף האט רבינו שליט''א געצינדן די מנורה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן אין די מנורה וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט געצינדן אין די יארן וואס ער איז געווען בימי החנוכה אין פלארידע, נאכן צינדן האט דער רבי געזאגט די פיוט פון הנרות כנהוג.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה איז פארגעקומען א אפיעל פארן בית הוראה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ''ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי. קבלת שבת: הרה"ח ר' יודל בר"מ הירש הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א רב ביהמ"ד אהל תורה.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישב יעקב בארץ מגורי אביו' און געטייטשט בדרך דרוש ופלפול משולב בעניני חנוכה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' אברהם צבי פריעדמאן שליט"א דומ"ץ גאלאנטא, ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' משה'לע דעעש'ער זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג כ"ד כסלו.
קה רבון עלם: הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הרה''ג ר' אהרן שליט"א רב דביהמ''ד עצי חיים סיגוט מאנסי, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי: ר' ארי' בר"י ווייס הי"ו. ר' יעקב יודא ווייס הי"ו. ר' דוד אהרן שפילמאן הי"ו. ר' משה ארי' לעווי הי"ו. אז ביום השביעי: הרב חיים נחום לייפער שליט"א רב דביהמ"ד קדושת צבי. מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:45.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו. צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו (בני ברק) און הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו (קר"י). בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח יעקב קאסטו הי"ו. לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו. שלישי: הגה"צ אבד''ק שליט"א. רביעי: החתן ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו. חמישי: בעל ברית ר' יעקב יודא ווייס הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' אברהם מאיר יעקב ברש''ז פאלאטשעק הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הוספה: הב' החתן ב"ר אברהם בראך הי"ו. אחרון: ר' יוסף ברי"ח ווייס הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הגבה אויפ'ן ערשטן ספר: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו (קר"י). גלילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו. הגבה אויפ'ן צווייטן ספר: הרה"ח ר' נחמי' מארקאוויטש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' ישכר בעריש פריעד הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט בהתעורורות רב.
מוסף: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו (סיגעיט).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יודא ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יונתן שטעסל הי"ו. כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אברהם מענדל ווערטהיימער הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הדודאים נתנו ריח זה ראובן שהציל את יוסף ועל פתחינו זה מגדים זה נר חנוכה' און געטייטשט אז פון חנוכה נעמט מען ארויס א מוסר השכל די חשיבות פון אפילו נאר אביסל תורה תשובה ומעשים טובים, און בזכות נרות חנוכה ווערט נשפע פרנסה בהרחבה אויך מיט נאר אביסל השתדלות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' בנציון הלוי ווערצבערגער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. פאר מעריב האט דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אנגעצינדן די מנורה, און מען האט באווארפן כנהוג. מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך בכללית פארן גאנצן ציבור מען האט געענדיגט ארום 7:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה''ח ר' בערל שטיין הי''ו געצינדן די מנורה.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה' אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער אריינגעשיינט א לעכטיגקייט אין יעדע איד'ס הארץ אז עס האט נישט געלאזט שלאפן און מען איז אויפגעשטאנען פארטאגס לערנען, די זעלבע כח האבן די נרות חנוכה און דער רבי האט מעורר געווען זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה פארטאגס, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:45.
פרייטאג וישב א' דחנוכה
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב''ג אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ז' ח' ט'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק יואל ליכטענשטיין הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעורורות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר יואל ברש''י טעללער הי"ו. ב"ר נחמן דוד שמידמאן הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ו'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אשר מרדכי שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שבת קודשכ"ו כסלו תשפ"ד12/9/2023
נייעס
מוצש''ק וישב ליל ג' דחנוכה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קומט יעצט אריין צו הדלקת הנרות אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת וישב תשפ"ד לפ"ק.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי הדלקת נר חנוכה ערב שבת בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג, אין די מנורה וואס רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט געצינדן אין די יארן וואס ער איז געווען בימי החנוכה אין פלארידע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ"ד כסלו תשפ"ד12/7/2023
נייעס
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א איז אין די יעצטיגע מינוטען אריינגעקומען צו די נרות אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת וישב-חנוכה, שנת תשפ"ד לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: מֵאֹיְבַי תְּחַכְּמֵנִי מִצְוֹתֶךָ כִּי לְעוֹלָם הִיא לִי (המשך). מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן
מיטוואך פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"ב קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר ליפא ניישטאדט הי"ו. ב"ר יעקב קליין הי"ו. ב"ר יום טוב בערגער הי"ו. ב"ר שמעון ישראל קארנבלי הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו ובניו ע"פ בנו /אחיהם ע"ה. אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח ר' שלמה סטרולאוויטש ע"ה ע"פ אמם ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבלים ביי כ"ק אדמו"ר מבארנוב שליט"א און כ''ק האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א היושבים ע"פ אשתו /אחותיהם הרבנית מבארנוב ע"ה, נעכטן אין ביהמ"ד בארנוב אין מאנסי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת וישב
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר נחמי' עקשטיין הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז רבינו שליט''א אריבער אין בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון הרה"ח ר' ליפא ברא"ש לאנדא ע"ה פון מאנסי.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין מאנסי אין ביהמ"ד בארנוב ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מבארנוב שליט"א און כ''ק האחים האדמורי"ם מרחמיסטריווקא שליט"א היושבים ע"פ אשתו /אחותיהם הרבנית מבארנוב ע"ה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:35 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת וישב יום ההצלה כ"א כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ווייזער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר ישכר בער עפשטיין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה ארום 5:40 איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צום מעמד ההודאה בישיבה של רביה''ק בעל הנס זיע''א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ א לענגערע צייט אויף חסדי ה' און נאך ניגוני הודאה, דער נואם הכבוד הרה"ג ר' יעקב שפירא שליט"א רב דק"ק בעיסוואטער ומרבני נטרונא האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אודה ה' בכל לבב' און ארויסגעברענגט אז מען דארף לויבן הקב"ה אויף דעם אז מיר קענען לויבן און האבן די זכי' צו זיין תלמידים וחסידים פון רביה"ק זיע''א, און ארומגערעדט איבער דעם שווערן מצב וואס כלל ישראל האט זיך געפינען נאך די מלחמה, וויפיל אידישע נפשות זענען ליידער אוועקגעפאלן ביז רביה"ק זיע''א האט אויפגעבויעט דאס יהדות החרדית און זיך אפגעגעבן ווי א טאטע צו א קינד, און די זעלבע מיט די מלחמה מיט די נגע הציונית אפילו מען הערט פון אנדערע אז עס איז דא נאך שיטות, אז מען קוקט אבער די טייכן טרערן מיט וואס רביה"ק זיע''א האט געפירט די מלחמה ווייסט מען דעם אמת, עס איז געווען א מלחמת הקודש וואס די וואס האבן עס געהערט מפה קדשו וועלן דאס קיינמאל נישט פארגעסן, דער רבי האט באגריסט דעם חשובן נואם הכבוד און דערציילט א מעשה פונעם ישמח משה זיע''א אז מען זעט אז מען איז מכבד א צווייטן תלמיד חכם און מען פילט די זעלבע ווי מען איז ווען זיך מכבד דעמאלטס איז א סימן אז מען מיינט כבוד התורה און נישט כבוד עצמו, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען שטייט יעצט אינמיטן די שווערע גזירות החינוך אין ניו יארק, אויב האט מען אמאל געפילט אז מען איז א קול קורא במדבר און קיינער הערט נישט אויס, הערט מען היינט אז עס איז שוין ב"ה דא נאך חשובע רבנים וואס זענען עוסק אין דעם ענין און געלויבט הקב"ה אז עס זענען דא אנדערע וואס טוהן, צווישן אנדערע דער חשובער גאסט הרה"ג ר' יעקב שפירא שליט"א, דער רבי האט דערמאנט א אסיפה דעם זונטאג פון רבנים מיטן קאנגרעס ספיקער און נאך רעגירונג'ס לייט, פון וואס מען האט היינט געהערט האט ער אבער שטארק הנאה און דאנקט הקב"ה אז עס זענען דא אנדערע וואס טוהן, און דערביי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב שליט"א צו פארציילן וואס דארט איז געווען, און דערנאך זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן הצלחה פאר די רבנים און עסקנים להעביר את רוע הגזירה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:30 און דער רבי האט פארלאזט די ישיבה און באגלייטונג פון די תלמידי הישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל בר''ש בוים הי"ו (מאנסי) - ר' יקותיאל אהרן דוד רובינשטיין הי"ו, באולם כינור דוד. ר' שמחה לאנדא הי"ו - הרה''ג ר' דוד יואל צימעט שליט"א רב אור לשמים סטאבניץ, באולם בית רחל פאראדייס. ר' אהרן דוד שמואל מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל ברמ''ל טרעגער הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' משה נתן ראזענבערג הי"ו - ר' יעקב זאב כ"ץ הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00ַ
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ג כסלו תשפ"ד12/6/2023
בילד
דינסטאגכ"ב כסלו תשפ"ד12/5/2023
בילדער · 8
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו בקרב קהלתינו הק' אין מאנטרעאל יצ"ו. נואם הכבוד: הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו קאמבאנירט מיט'ן דינער השנתי לטובת די תלמוד תורה, בקרב קהלתינו הק' אין לאנדאן יצ"ו. נואם הכבוד: הרה''ג ר' עמרם כהן שליט''א פון קר''י.