בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגי"ט שבט תשפ"ד1/29/2024

בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור דעם פארלאפענעם דאנארשטאג פ' בשלח לרגל חמשה עשר בשבט בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת בשלח שבת שירה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

פרייטאג נאכמיטאג ארום 4:03 ווען ס'איז געווען די שקיעת החמה הנראית האט רבינו שליט''א כמנהגו זיך פורש געווען ממלאכה.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בהתעוררות רב, קבלת שבת: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א (קר"י).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים שלחה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפנט פארן ציבור ארום 9:30.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב חיים צבי טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובני ישראל יוצאים ביד רמה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך האכילה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' משה ברוך זילבער שליט"א.
פארן בענטשן האט רבינו שליט''א ממשיך געווען בעניני תורת רשב"י בשייכות מיט די תורה.
ברכהמ''ז: הרב הגאון ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי יהושע מ'בעלזא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג כ"ג שבט, קה רבון עלם: הר"ר אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א (ב"פ), אז ביום השביעי: הרה"ח ר' בנימין לעפקאוויטש הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 10:50.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:35, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה ותפילת שחרית און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק בהתלהבות אש.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה לייפער הי"ו (לאס אנדזשעלעס), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג).

בעל קורא: נכד רבינו הרב חיים צבי טייטלבוים שליט"א. עליות. כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו (קר"י). שלישי: ר' חיים יודא גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג). רביעי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו. חמישי: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו. שישי - שירה: רבינו שליט''א.

דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הר"ר אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הרה"ח ר' יואל ברמ"א מאשקאוויטש הי"ו. הוספות: הב' ב"ר אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א. הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א. נכד רבינו הרב חיים צבי ט"ב שליט"א. אחרון: הר"ר אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו (קר"י). גלילה: הרה"ח ר' אברהם ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 12:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 5:35. מנחה הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. בעל קורא: הרה"ג ר' מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו (קר"י). כהן: ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו (קר"י). לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י). שלישי: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הב' ב"ר יואל בר"מ גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען.אודה הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שיר המעלות: הרה''ג יודא בער טעללער שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויהי בשלח פרעה את העם' אפילו מען דארף תשובה טוען אויף פארשידענע עבירות וויבאלד עס איז מיטגעקומען מיט א קרעכץ בשעת מעשה איז שוין א חרטה און עס העלפט תשובה אויף אלעס.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' בנימין לעפקאוויטש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:50.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
דאנערשטאג חמשה עשר בשבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגאר הי"ו, פתיחה: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו (קר"י), בעל קורא: נכד רבינו הרב חיים צבי טייטלבוים שליט"א.
עליות. כהן: הרה"ח ר' משה יצחק כהנא הי"ו (ב"פ). לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו (קר"י).

פארנאכטס ארום 5:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו (קר"י).

נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ושמחה, דער רבי האט טועם געװען פון די טייטלען און אתרוג קאמפויט, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני חמשה עשר.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און געטייטשט פארוואס חמשה עשר בשבט עסט מען פירות, און בסוף הדברים ארויסגעברענגט אז חמשה עשר בשבט איז די צייט מתפלל צו זיין אויף ערליכע קינדער, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א הגפן און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור זאגענדיג עס איז ראש השנה און געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאר". מען האט געענדיגט ארום 6:30.

נאכ'ן טיש האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: ר' שמעון קויפמאן הי"ו (קר"י).

בביתו נאוה קודש האט דער רבי געבענטשט טייטלען וואס איז אפגעשיקט געווארן פאר די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגער הי"ו

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר בנציון וואזנער הי"ו (לאנדאן).
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגאר הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגער הי"ו, בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' יהושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יואל כהנא הי"ו (קר"י). לוי: ר' יחזקאל שרגא ברמ"ש ווערצבערגער הי"ו (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: נכד רבינו הרב חיים צבי טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

זונטאג

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגער הי"ו.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגער הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ח שבט תשפ"ד1/28/2024

נייעס
היום יום א' - ח"י שבט

חל היארצייט של הרבנית
מרת חי'ה בת רבינו משה ע"ה
בתו הבכירה של רביה"ק הברך משה זצ"ל

נא ללמוד משניות, לומר פרקי תהלים, להדליק נר או לעשות איזה דבר טוב לעילוי נשמתה.
ת.נ.צ.ב.ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט"ז שבט תשפ"ד1/26/2024

ווייז פריערדיגע טעג