בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגכ"ח טבת תשפ"א1/12/2021

בילדער · 8
"אבות ובנים" אין ביהמ"ד מהרש"א דראצפערט, מערקט צווישן אנדערע הגה"צ רב הביהמ"ד ר' חיים צבי ט"ב שליט"א נכד רבינו.
נייעס
מטעם שרי התורה חברי בי"ד הגדול 'עדה החרדית' ובראשם כ"ק מרן פוסק הדור הראב"ד ומרן הגאב"ד שליט"א איז באשטימט געווארן פאר בני ארה"ק מארגן ער"ח אלס א "יום תפלה ותחנונים" באמירת תהילים וסדר אבינו מלכינו, לאור די מגיפה וואס פארשפרייט זיך יעצט אין ארה"ק.

"אבינו מלכינו עצור מגיפה מנחלתיך"
באריכט
פארגאנגענעם דאנערשטאג אין פאל"ם ספרינג"ס איז פארגעקומען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נאך שחרית די מסיבת לחיים לרגל די סיום א סדר אין משניות ביים שיעור וואס ווערט פארגעלערנט דורך נכדו הרב יוקל ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה -ויואל משה שליט"א חדב"ן, בחבורת "אהבת קדומים" די רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם 'חבורת אהבת קדומים' און דערמאנט די 'שבע ברכות' מיטן 'סעודת הודאה', און אויסגעפירט אז "די עיקר איז זיך האלטן פריש".

פרייטאג נאך שחרית איז פארגעקומען די מסיבת לחיים לרגל ההילולא קדישא פון הרה"ק הבעל התניא זי"ע, ווי די רבי האט משמיע געווען לענגערע סיפורי קודש.
נייעס
יעצט פארנאכטס אין פאל"ם ספרינג"ס איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הגה"צ אב"ד היבנוב ב"פ שליט"א וועלעכע וויילט דארט און דעי טעג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמוס צווישן אנדערע איבער די קשר פון רבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה מיט זיין משפחה זייענדיג יתומים.
בילד
ביים איבערגיין די פונקטליכע דעטאלן מיט דעם נדבן ועומד בראש פונעם פראיעקט הרה"ח ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' קרית יואל
בילדער · 3
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית אלוקינו דעם בית גדול וקדוש "בית מדרשינו הגדול בקרית יואל"
ביים גענצליך רענאווירן חדר עקשטיין

"וירא את האור כי טוב" ביים ארויפלייגן די הערליכע שטארקע לעקטערס.
/די פלאהר אויסגעפלאסטערט גרייט צו קענען לייגן די נייע טיילס.
באריכט
א גאר הערליכע מסיבת ברוכים הבאים איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט פרשת שמות, צוגעשטעלט פאר די קרוב צו 50 נייע פרישע איינוואוינער וואס האבן זיך ארויסגעצויגן אין די לעצטע שטיק צייט צום עיר הצדק קרית מלך רב "קרית יואל".
די מסיבה איז פארגעקומען אינעם אינטערשטן שטאק פונעם בנין מבצר הכוללים דקהלתינו הק', ווי עס האט זיי אפגעווארט די איבערגעבענע גבאים פון קביעת עתים דקהלתינו הק' פון יעדע געגענט באזונדער ובראשם הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א דער מנהל המפעל. עס איז געווען צוגעשטעלט טעימה קלה פארן גאנצן ציבור המשתתפים,
נאך א שטיק צייט פארברענגען אינאיינעם מיט די גבאים, האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל שליט"א, ווי ער האט ארויסגעברענגט פארשידענע טיפס ווי אזוי זיך צו קענען גרינג איינגלידערן דא אין שטאט, ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט די סערוויסעס וואס די קהילה דא אין קרית יואל שטעלט צו, בפרט איבער די נושא פון צושטעלן חברותות פאר יעדן אין סיי וועלכע מקום אדער לימוד מען באגערט. דער ציבור איז זיך צוגאנגען, פול מיט חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די שיעורי תורה און די טעגליכע ארבעט.
ופרצתה ימה וקדמה

מאנטאגכ"ז טבת תשפ"א1/11/2021

בילד
מזכרת וואס איז פארטיילט געווארן פארן גאנצן ציבור.
בילדער · 2
ביים פאנעל פון ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו און ר' משה דייטש הי"ו.
בילד
ביים אויפטריט פונעם משמח אלקים ואנשים הר"ר הערשל פריעדמאן.
בילד
ביים דרשה פון הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו הק' בלומינגראוו וראש המדריכים במפעל בית נאמן.
בילדער · 2
דער פול קעפיגע ציבור שלינגט מיט דארשט די רייכע דרשות
בילדער · 4
די הערליך צוגעגרייטע טישן פארן מלוה מלכה
באריכט
א גאר הערליכע מלוה מלכה וכינוס חברים איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מוצש''ק דורך מפעל בית נאמן דקהלתינו הק' קרית יואל פאר די הונדערטער אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט אין די פארגאנגענע 2 יאר ווי מ'האט פארברענגט צוזאמען בשבת אחים גם יחד,
גע'עפענט די מעמד האט די יושב ראש הרה''ח ר' הערשל פריעדמאן ני"ו וואס האט מיט זיין געשמאקן שפראך אנגעפירט די מעמד.

צום ערשט האט די יו''ר אויסגערופן הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו הק' בלומינגראוו וראש המדריכים וואס האט ארום גערעדט דברי הדרכה פאר די יונגעלייט, און האט ארויסגעברענגט אז בית נאמן איז אייביג גרייט צו העלפן, סיי וועלכע זאך מען וויל זיך אויסשמועסן, קען מען אייביג מאכן אן אפוינטמענט, וואס דאס איז די עיקר מטרה פון בית נאמן.

ביים מעמד האבן זיך אויך באטייליגט די חשובע הנהלה פונעם מפעל בית נאמן וואס געבן זיך אוועק במשכן יאר יומם ולילה בלב ובנפש למען הצלחת המפעל, במשך דעם גאנצען מסיבה האט געהערשט א געשמאקע אטמאספערע ווי די יונגערלייט האבען פארברענגט מיט די חברים און געשלונגען מיט דארשט די אינהאלסטרייכע דרשות, ביים הויכפונקט פונעם מעמד איז פארגעקומען א גאר רייכע אינפארמאטיווער פאנעל פיל מיט וויכטיגע ידעות פארן טאג טעגליכן לעבן דורך מוה''ר יצחק אליקים הכהן שווארץ נ''י מחברי הנהלת בית נאמן דקהלתינו הק' צוזאמען מיטן באקאנטען עסקן מוה''ר משה דייטש נ''י מנהל קרן עזר ווי זיי האבן אויסגעשמוסט מיט א געוואלדיגע קלארקייט ווי אזוי צו פירן א בודשעט און וואס ס'איז וויכטיג אדער נישט און נאך וויכטיגע נושאים ווי אינוועסטמענטס / קויפן א דירה / קרעדיד קארד / בארגן אדער פארבארגן און נאך, דערנאך איז געגעבן געווארן א געלעגענהייט פאר די יונגעלייט אריינצושיקן שאלות, ווי אלעס איז פארענטפערט געווארן בטוב טעם ודעת.
מיט בהמ"ז איז מכובד געווארן הר"ר הערשל קאהן הי"ו מהנהלת המפעל. ווי אויך איז פארטיילט געווארן א מזכרת פאר די יונגעלייט רעקארדירטע דרשות דורך ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו איבער ווי אזוי צו פירן ריכטיג א בודשעט.
דער עולם איז אהיים מיט פולע באגאזשן אנגעפילט מיט וויכטיגע ידיעות, לדעת את המעשה אשר יעשון פארן טאג טעגליכן לעבן.
נייעס
היינט קומט פאר די שיעור לחתנים פאר אלע חתנים אנ"ש פון איבער גרעיטער ניו יארק וועלעכע האבן חתונה ביז פסח הבעל"ט וועלעכע ווערט איבערגעבן דורך מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
צוגעשטעלט דורך "מפעל בית נאמן".
באריכט
הרצים יצאו דחופים:
לעגאלע עקספערטן איבעראשט פון אפיציעלע אנטווארט דורכ'ן בארד אוו רידזשענטס געציילטע טעג נאך אפעקטיווע קאנפערענס מיט אר-פעק
אומגעראכטענע פאזיטיווע אנטווארט ווארפט האפענונגספולע ערווארטונגען
אויפצומישן א נייעם בלאט אין די מערכה להצלת החינוך
רידזשענטס: מיר האבן געהערט און געזען פאקטן וואס מיר האבן קיינמאל ביז היינט נישט געהערט אדער געזען – אר-פעק: אלע אפציעס זענען גרייט, אריינגערעכנט א שטארקע לעגאלע קאמף, מיט די האפענונג נישט צו דארפן צוקומען דערצו

שטייענדיג בלויז איין וואך נאך וואס עס איז פארגעקומען דער היסטארישער קאנפערענס אין וועלכע די עסקנים פונעם אר-פעק ארגאניזאציע האבן געהאט אן ערשטמאליגע געלעגנהייט פארצושטעלן די פעסטע אומצוויידייטיגע שטעלונגען פון די פילע טויזענטער הורי המוסדות איבערן גרעיטער ניו יארק, איז שוין דא פרישע און גינסטיגע נייעס צו באריכטן פארן ציבור וועלכע קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף אנטוויקלונגען אין דעם נושא.

אר-פעק באריכטעט פריידיג די ערשטע באריכטן איבער די אינסטינטיווע רעזולטאטן וואס דער קאנפערענס האט געברענגט בס"ד, נאך וואס עס אנגעקומען צו די באורד פונעם אר-פעק ארגאניזאציע א דירעקטער מעסעדזש פון די באורד אוו רידזשענטס, וועלכע האט זיך באצויגן צום ווירטואלן קאנפערענס פון דער פארגאנגענע וואך.

דער ערשטער רעאקציע פון די אר-פעק עסקנים זעענדיג צו וואס דער מעסעדזש באציהט זיך און וויאזוי דאס איז געווארן אפגעלערנט, איז ווי פארשטענדליך געווען גאר א פאזיטיווע. ס'האט ארומגענומען פריידיגע געפילן פון התרגשות זעענדיג ווי שטארק עס איז געווען דער אימפאקט פונעם סוקסעספולן קאנפערענס, ברענגענדיג דעם באורד אוו רידזשענטס צו פילן פאר וויכטיג צוריקצוקומען מיט א קלארער תשובה אזוי פלינק.

זייער מעסעדזש איז געווען גאר א קלארער, באציענדיג זיך דירעקט צו דעם געלונגענעם קאנפערענס וואס מען האט אפגעהאלטן דעם פארגאנגענעם וואך, און דער באורד אוו רידזשענטס שרייבט מיט זייער קלארע ווערטער אז דער קאנפערענס האט געעפנט קוק ווינקלען פון גענצליך נייע פרעספעקטיוון וועלכע מען האט ביז היינט נישט געוואוסט, און אז אין זייערע קארידארן האט זיך געעפנט א פרישער בלאט מיט א גענצליך נייעם אויסבליק אויף די היימישע חינוך, געבנדיג א פאזיטיווע שטימונג אויף דעם גאנצן נושא.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז דא איז נישט דער פלאץ אריינצוגיין אין די פולע אינהאלטן פונעם מעסעדזש, נאך וואס דאס נעמט אריין אין זיך אסאך סענסיטיווע אינפארמאציע וועלכע זענען נאכנישט ראוי לפרסום נעמענדיג אין באראכט די הייקלקייט פון די נושא און די כוחות הטומאה מיט וועמען מען פארמעסט זיך ליידער, אבער דער אויספיר פונעם מעסעדזש און דער תמצית איז געווען דאס, אז דער קאנפערענס איז זיי געווען ווי אן "אויגן-עפענער", עס האט זיי געגעבן חומר וואס זיי האבן ביז היינט נישט געהאט דאס מינדעסטע השגה דערין, און האט זיי געגעבן צו הערן און זעהן פילע חידושים וועלכע האבן בס"ד באוויזן שטארק צו טוישן די בליק וואס דער באורד אוו רידזשענטס האט אויף אונזער חינוך, ווי קיינמאל פריער.
די עסקנים און באורד מעמבערס פונעם אר-פעק ארגאניזאציע האבן אויפגענומען דעם מעסעדזש מיט א דאפעלטער באדייט, ערשטנס נעמענדיג דאס ווי א באשטעטיגונג פונעם 'בעל כרחו יענה אמן' אז די ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט אינעם אינהאלט פון די צוגעגרייטע רעדעס ביים קאנפערענס האט זיך שוין אויסגעצאלט שטייענדיג בלויז עטליכע טעג דערנאך, ברענגענדיג שוין אזא גאר איבערראשענדער שנעלער ענטפער וואס צייגט ארויס ווי מאכטפול דער אויסקום פון דער אסיפה איז געווען.
גלייכצייטיג, און מער וויכטיג, איז אבער דער מעסעדזש א שטארקער דערגרייכונג פארן עתיד פונעם מערכה. נעמענדיג אין באטראכט דאס אז דער ערשטער גרויסער טריט מטעם דעם רעלאטיוו-נייעם ארגאניזאציע האט אזוי שטארק אויסגענומען ביי די באאמטע און אזוי סוקסעספול געצילט שארף אין פונקט בסייעתא דשמיא, גיבט דאס א גרויסער דאזע פון חיזוק און באשטעטיגונג אז מען האט ב"ה צוגעטראפן צום ריכטיגן מהלך וויאזוי צו שטעלן א ווידערשטאנד קעגן די וועלכע ווילן צושטערן אונזער הייליגע חינוך, נישט דורך זוכן וואס מ'דארף 'פארבעסערן' דעם 'בעסטן חינוך סיסטעם', נאר דורך איבערווייזן פאר די רעגירונגס באאמטע אז די אלע השמצות פון די ביליגע מוסרים זענען דורכאויס פאלש און פארפירעריש, זיי טראגן נישט קיין דעקונג אויף זייערע ווערטער, און עס זאל דעריבער נישט עולה זיין על הדעת אז מיר גייען טוישן סיי וועלכע פונקט פון אונזער חינוך אדאנק די עלעמענטן.

באזונדער האבן די עסקני אר-פעק פריידיג אויפגענומען די פאקט, אז צווישן די ווערטער פון די רידזשענטס הערט זיך קלאר די וויליגקייט צו פארזעצן מיט די תכלית'דיגע אינפארמאציע-אויסטוישן און קלארשטעלונגען, און דאס זאגאר
נעמען צו ווייטערדיגע שטאפלען מיט'ן צולייגן פארשידענע חומר און פרישע פונקטן צו איבערצייגן און אראפשטעלן די קראנטע מציאות אז דער היימישער חינוך איז דער בעסטער וואס איז פארהאן. לויט ווי די רידזשענטס דרוקן זיך אויס אינעם מעסעדזש האט זיי דאס אזוי שטארק געכאפט אין התפעלות אז עס איז זיי פשוט א כבוד צו קענען זיך ווידעראמאל צוזאמזעצן און הערן מער איבער דעם, וואס ווי פארשטענדליך אז איינמאל דער נושא איז אויפגענומען געווארן פאזיטיוו, האט מען איבער-גענוג חומר צוצולייגן וועלכע קענען זיכער באווייזן צו נאכמער פארשטארקערן דעם אויפגעבויעטן בנין, און נעמען בעז"ה דעם מערכה צו ווייטערדיגע שטאפלען ביז'ן אינגאנצן מבטל זיין די שווערע גזירות בס"ד.

די עסקנים פון אר-פעק זיצן ווייטער מיט די גרויסע אדוואקאטן און ארבעטן אויס דעם ריכטיגן מהלך צו נעמען אין די ווייטערדיגע שריט, ארויפבצורענגען די הייליגע מערכה ווייטער אויפן לייטער פון סוקסעס, צו די האפענונגספולע פרייד פון די צענדליגער טויזענטער הורי המוסדות אין ניו יארק, וועלכע נעמען אויף די נייע שטאפלען פונעם מערכה מיט גרויס פארלייכטערונג זעענדיג צום ערשטן מאל אזעלכע ערנסטע קראנטע פראגרעס אינעם מערכה, און דאס גיסט אריין האפענונג אויף ווייטער אויך האפנדיג אז מען זעהט שוין אט אט די ליכטיגקייט ביים ענדע פונעם פארצויגענעם ביטערן מערכה. מי יתן והי'.
אין די זעלבע צייט איז זעלבסטפארשטענדליך אז א פאזיטיווע מעסעדזש מיינט נישט אז דער מלחמה איז א פארטיגער, דער אר-פעק קאמיטע איז ווייטער פול אקטיוו שטייענדיג גרייט מיט אלע פלענער וועלכע לויפן אין 'יעדן' דירעקציע וואו מען קען זיך אויסמאלן אז די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען וועלן ברענגען, און דינענדיג אלס די אקטיווע פארטרעטערס פון אלע עלטערן פון קינדער אין מוסדות התורה איבערן גרעיטער ניו יארק, טראגט מען די פולע אחריות ארויסצוברענגען – און זיכערמאכן אז עס זאל אפקלינגען דארט וואו עס דארף – דער מיינונג פון אלע עלטערן, און נישט לאזן פארוואסערט ווערן אונזער קול צווישן די בערג פון השמצות און פאלשע הסתה וועלכע שטראמען אומאויפהערליך פון אלע פיינטליכע דירעקציעס.

דער מעסעדזש וואס אר-פעק האט געלאזט הערן און לאזט כסדר הערן איז זייער קלאר, אז מען שטייט גרייט מיט אלע תכסיסי מלחמה, נישט אויסשליסענדיג ערנסטע לעגאלע קאמפן דורך די אמת'ע עקספערטן און לעגאלע ריזן אויב וועט זיך דאס ח"ו אויספעלן, ביז ווילאנג מען וועט זעהן ווי די שווערע גזירה ווערט בטל און די בייזע אויגן טוען זיך אפ פון אונזער הייליגער חינוך. אין די צייט וואס מען צייגט שעצונג און אנערקענונג פאר די פאליטישע באאמטע וועלכע ברענגען אונז פאזיטיווע פארשריט, טוט מען אויף א געניטער וועג אראפשטעלן א פרעצעדענט אז מיר רוקן זיך נישט פון אונזער אומבויגזאמער מיינונג קיין זיז כל שהוא.

עס איז צום האפן און צום ערווארטן פרישע פאזיטיווע פארשריט אין דעם הינזיכט אין די קומענדיגע טעג בס"ד.

על משמר חינוך בנינו.
ווידיאו
וקוי ה' יחליפו כח

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים טעגליכן שפאציר במקום הנופש פאלם ספרינגס ווי די רבי וויילט אויף מנוחת הנפש.

זונטאגכ"ו טבת תשפ"א1/10/2021

בילדער · 4
געענדיגט לייגן די טיילס ביים צענטראלן לאבי ביים דרום פליגל, לפאר ולרומם בית ה'.
בילדער · 4
ביי די בוי ארבעט לפאר ולרומם בית ה' ביים חדר עקשטיין אינעם אינטערשטן שטאק בביהמ"ד הגדול.
בילדער · 4
די ווייטערדיגע פארשריט ביים מולטי מיליאן דאלארדיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית אלוקינו דעם בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל

ביים אינסטאלירן די עלעקטעריק אינעם דאך פונעם צענטראלן קארידאר אינעם אינטערשטן שטאק בביהמ"ד הגדול.
נייעס
סאטמאר'ע נייעס 🌴

אלע נייעס און בילדער בצל הקודש, און ארום קהלתינו הקדושה קהל יטב לב דסאטמאר די בכל אתר ואתר, תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

טעלעגראם:
https://t.me/satmara_niyes
טוויטער:
https://mobile.twitter.com/@Satmara_niyes

אויב האט איר סיי וועלעכע באריכטן, בילדער וכו', זייט מהנה דעם ציבור און שיקט אריין צום אדמין:
Satmaraniyes@gmail.com

האט איר הנאה פון סאטמאר'ע נייעס 🌴? שיקט ארום די לינק פאר אייערע חברים און זייט זיי מזכה מיט סאטמאר'ע נייעס!!
Telegramסאטמארע נייעס 🌴▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️ מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' נייעס / באריכטן, בילדער / ווידיאוס, בצל הקודש - בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. פאר הערות /קאמענטארן, שיקן נייעס/בילדער. @Satmara_NiyesAdmin Email: SatmaraNiyes@gmail.com
ווייז פריערדיגע טעג