בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגל' מרחשון תשפ"ה12/1/2024

ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א, אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבת שיחי'
אצל נכדו הר"ר אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א
בן הגה''צ אבד''ק קארוב שליט''א, וחתן הגה"צ אב''ד סיגוט שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד התמנות פאר הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א בן הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א אלס דומ''ץ בית מדרשינו 'בית חיים דוד' אין קרית יואל.
דערביי האט רבינו שליט''א קורא שם געווען פארן געגענט (קוועיקער הילל) אלס 'שכונת פרי מגדים'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשכ"ט מרחשון תשפ"ה11/30/2024

מודעה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מעמד חתימת שטרות דעם דאנערשטאג נאכט בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, ווי הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פונעם 'עירוב טראק' וואס איז געקויפט געווארן דורך די וועד העירובין שע"י בית הוראה דקרית יואל יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ח מרחשון תשפ"ה11/29/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' ב"פ, בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א.
ב"ר דוד כ"ץ הי"ו.
ב"ר אליעזר רובינשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל זאב האלפערט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה.
ב"ר מאיר בר"ל טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יצחק יודא לעבאוויטש הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל האפפער הי"ו - הרה"ח ר' שלמה ניימאן הי"ו.
הרה"ח ר' שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו - הר"ר אברהם מאיר עקשטיין שליט"א.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות בקו''פ ווי הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראש הקהל וראש העיר, האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם עירוב טראק וואס איז געקויפט געווארן דורך די 'וועד העירובין' שע"י בית הוראה דקרית יואל, און ווערט שוין באנוצט וועכענטליך צו בודק זיין די פילע עירובין אין אלע שכונות און געגענטער איבער קרית יואל, עס זענען אנוועזנד געווען די רבני הוועד, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א, און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט די רבנים שליט''א פילע פרטים און שאלות וואס האבן זיך געמאכט לעצטענס ביי די עירובין אין די פילע שכונות אין קר"י און בפרט די פראבלעמען וואס האבן זיך געמאכט מיט די יעצטיגע עירוב בענדלעך פארגאנגענעם פרייטאג ביי די שניי וואס האט פסול געמאכט עטליכע עירובין און מען האט אויסגעשמועסט די פלענער פאר א לעזונג וואס מען האפט ארויסצוברענגען מכח אל הפועל בקרוב אי"ה.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' אברהם הי"ו, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן, רבני הוועד, און פאר די וועד בעלי בתים וועלכע שאפן די ריזיגע געלטער וואס די פראיעקטן נעמען אריין און אנגעוואונטשן הצלחה אויף ווייטער שלא יצא מכשול מידינו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם אבא לאנדא הי"ו.
ב"ר מנחם הירש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:30 איז דער רבי אריבער צו די מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה אין ביהמ"ד החדש ישראל שלום אין שכונת ויואל משה וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס, דער רבי האט געגאסן די מקוה און מכבד געווען צו גיסן די אנוועזנדע רבנים שליט"א כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און די אנדערע חשוב'ע רבני ודייני קהלתינו, און הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו נדבן הביהמ"ד ובונה השכונה און נאך חשובע פני הקהילה.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד וואס האלט אינמיטן די בוי פאזעס און געהערט א באריכט פונעם נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו איבער די פלענער פונעם ביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד בית אלעזר צום מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע רבנים שליט"א, צווישן אנדערע זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט אין די לעצטערע טעג, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים שליט"א און עקסטער פאר הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א מגדולי המומחים בעניני מקוואות, פארן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און דער רבי האט איבערגעקוקט די סקיצעס און פלענער פונעם ביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, מען האט געענדיגט ארום 1:10.

ארום 3:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגאון רבי משה בראנדסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה און דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו שו"ת היכל הוראה ו' כרכים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 6:00 איז דער רבי אריבער בהיכל הכולל ווי דער רבי האט משמיע געווען דבר ה' זו הלכה הוראת קדשו בענין החדר"ג העומד על הפרק ובדברים חמורים למען קדושת העיר און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די רבני ולומדי הכולל בנוגע די ענינים און מסיים געווען בברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר סטרולאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו.
הרה"ח ר' יואל בר"ה טייטלבוים הי"ו - הרה"ח ר' ישראל דאווידאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
ב"ר אברהם פאוועל הי"ו.
ב"ר יואל ברי"י פריינד הי"ו.
ב"ר יואל ברילל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה', און משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים ווי דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בענין פרשת החדר"ג העומד על הפרק.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין הת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הרה''ג ר' יואל שפיטצער שליט"א לרגל שמחת הנחת תפילין פון נכדו הב' הבר מצוה יקותיאל יודא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה ני"ו און פאר הב' ב"ר משה גדלי' אדלער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס פאר נכדו ני"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און די בר מצוה בחור האט געזאגט די פשעטל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן, און פאר אלע קינדער, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה לך לאות על ידך' און געטייטשט אז די תפילין איז א רמז אויף די אבות ואמהות, דעמאלטס איז די צייט אריינצוטראכטן מתי יגיע מעשי למעשי אבותי, און מעורר געווען די בחורים אויסניצן די צייט אויף לימוד התורה און נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און מסיים געווען בברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 1:00 איז דער רבי אנגעקומען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין קר"י, דער רבי איז ארום אינעם גאנצן בית השחיטה אין אלע אפטיילונגען א לענגערע צייט און דערביי אנגעוויזן די פילע חומרות וואס זענען איינגעשטעלט אינעם בית השחיטה, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט שטארק מפליא געווען די בית השחיטה און עס האט זיך פארצויגן לענגערע שמועסן בעניני שחיטה, נאך אריבער א שעה צייט האט זיך דער רבי ווארעם געזעגענט און אהיים לביתו נאוה קודש.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 7:20 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית מרדכי צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:30 איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון אביו הגה"צ אבד"ק סאמבאטהעלי זצ"ל מיט רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' שרגא יצחק פעדער הי"ו.

בעת די זמני כניסה האט זיך הב' אלטר יצחק בן הר"ר יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו קר"י, געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ז מרחשון תשפ"ה11/28/2024

בילדער · 12
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים נאכן יציקת הבורות, פארגעקומען אין ביהמ"ד בית אלעזר בשכונת ויואל משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 15
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד יציקת הבורות אין ביהמ"ד החדש ישראל שלום אין שכונת ויואל משה.
בהשתתפות כ''ק אדמו''ר מסערדאהאלי שליט''א הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א ורבני קהלתינו שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת תולדות תשפ"ה לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 תולדות תשפ''ה חו''ל4.8 MB

מיטוואךכ"ו מרחשון תשפ"ה11/27/2024

ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים משמיע זיין הוראת קדשו בענין החדר"ג העומד על הפרק, בבנין מבצר הכוללים בקרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
הוראת קדשו של כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
בענין החדר"ג העומד על הפרק
יום ד' פ' תולדות תשפ"ה לפ"ק
בבנין מבצר הכוללים בקרית יואל יצ"ו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 12:25⬇ אראפנעמען 11.4 MB
מודעה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביקור גומלין אצל כ''ק אדמו''ר מסערדאהאלי שליט''א, בבית האכסניא אין קר''י אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ה מרחשון תשפ"ה11/26/2024

אוידיאו
דבר הלכה מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
בענין פרשת החדר"ג הידוע
בהיכל הכולל בקרית יואל יצ"ו
יום ג' פ' תולדות תשפ"ה לפ"ק

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 4:49⬇ אראפנעמען 4.4 MB
ווייז פריערדיגע טעג