נאך פון די געהויבענע הייליגע מינוטען ביים מעמד המרומם פדיון פטר חמור דורך כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
…
מיטוואך ב' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון לעבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:15. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
- פתיחה: הרה"ח הישיש ר' נפתלי לעבאוויטש הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל קויפמאן הי"ו - משמש.
- הגבה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א - מו"ץ.
- גלילה: הר"ר אברהם מנחם שווארטץ שליט"א (ב"פ).
מוסף: הר"ר אברהם שמשון הורוויץ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא נתנאל מאשער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב צו די שמחת החאלאקע פון בנו הילד שלום אליעזר ני"ו, דער רבי האט אפגעשוירן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:00 איז געווען אויף א ביקור חג בקו''פ הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס פון קרוב צו א שעה צייט ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט דעם יו"ט פסח און א שיינע שמועס בעניני שחיטה. דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו החדש לב אהרן מועדים - פסח און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דערנאך איז אריין בקו"פ הרבני הנגיד איש החסד מוה"ר יואל לאנדא הי"ו פטרון ונשיא ביהמ"ד המפואר 'אור החיים' ריבניץ אין וומסב"ג, ס'איז פארמירט געווארן א שיינע לענגערע שמועס בעניני החג ובזכרונות מימי קדם בצל רביה"ק זיע"א, און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
אום 7:45 איז אריין בקו"פ הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 'בנין געלבשטיין' דקהלתינו בוומסב"ג, און האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו החדש 'בשבילי הלכה' חלק ז' און חלק ח' אויף הלכות יו"ט, ס'האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בהלכות יו"ט ובעניני חג הפסח. דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די ספרים און אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. און מעריב ארום 9:00.
ארום 10:15 איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי מח"ס אוצר הזמנים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע הלכה'דיגע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג א' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00. בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
- פתיחה: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו (וומסב''ג), און הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
- כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי.
- הגבה: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
- גלילה: ר' שמעון פעקעטע הי"ו.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' מרדכי ארי' שפיטצער הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו.
מוסף: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד יראי השם בשכונת העלף האלאו קר"י. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' הלל דוב שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' שמעון פעקעטע הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א ביקור חג בקו''פ הגה"צ רבי יושע שלום נתן רובין שליט"א אבד"ק גלאגוב עם בנו נכד רבינו הבה"ח ני"ו המיול"ח הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א , עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן - סוגיות.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און ארום 9:00 מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ליל התקדש החג - צווייטע סדר נאכט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן סדר איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.
ארום 10:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטלית שאולה און קיטל און זילבערנעם קאפל, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש.
דער רבי האט מסדר געווען די קערה און געזאגט תורה.
במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 14 מאל דברי תורה אויף, קדש, כרפס, הא לחמא עניא, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, והגדת לבנך, מתחילה עובדי עבודה זרה, והיא שעמדה, אנוס על פי הדבור, רבי אליעזר אומר, הוצאני מעבדות לחרות, יגיעני למועדים ולרגלים אחרים, שפוך חמתך, לא לנו.
במשך דעם סדר האבן די אייניקלעך בני הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א געזאגט די סימנים אויף אידיש.
הגבהת הכוס לקידוש: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
ביי מה נשתנה האבן אלע אייניקלעך געפרעגט צוזאמען.
מען האט געגעסן די כזיתים הארט פאר חצות, ביי שלחן עורך האט מען שוין געהעריג מאריך געווען בסעודה, מ'האט אריינגעברענגט אייער כנהוג, און די סעודה אזוי ווי יעדן יו''ט, און דער רבי האט מעיין געװען אין עטליכע ספרים.
ארום 1:45 האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן דעם אפיקומן מיט א דביקות. דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורכן געטרייען הויז בחור הב' שניאור זלמן עקשטיין הי''ו.
ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט דעם טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל מיט א געוואלדיגע התעוררות און דערנאך די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:25.
נאכן סדר איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין צד צפון אין ביהמ''ד הגדול, דער רבי האט פארגעזינגען בנעימה אחד מי יודע און חד גדיא, געזאגט תורה אויפן פיוט 'פודה כהלכה' און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. מען האט געענדיגט 4:00.
יום ב' דפסח
דעם צווייטן טאג יו''ט איז דער רבי אריינגעקומען ארום 11:05. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א. שחרית, יוצר והלל: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו (וומסב''ג). פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו (וומסב''ג).
עליות:
- כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
- לוי: הבה"ח מרדכי לייב ב"ר יחזקאל שרגא ווערצבערגער הי"ו (מאנסי).
- שלישי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' יודל בר"מ הירש הי"ו (וומסב''ג).
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' שמעון הירש הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' שמשון בוים הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:20.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- ברח דודי: הבה"ח הרב אברהם שלמה בן הר"ר יושע העשיל זילבער שליט"א, המיול"ח הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי.
- אשר הניא: נכד רבינו הב' חנני' יו"ט ליפא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- שושנת יעקב: הבה"ח יהודא ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
מען האט אריינגעברענגט אן עקסטערן קוגל לכבוד סעודת אסתר כנהוג.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שעוסקות בביעור חמץ' און געטייטשט אז בזכות וואס אסתר האט מקיים געווען ביעור חמץ וואס איז מרומז אויף גאוה, איז הקב"ה מחיוב געווארן צו ראטעווען כלל ישראל פון גזירת המן אלץ חיובי בעל לאשה.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני פורים, און מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 4:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20. בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה בהיכל הביהמ"ד, און געוואונטשן א גוטן מועד און אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן האט מען געדאווענט מעריב. מערבית ואמירת הלל: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 9:30. דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן אז גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
יום א' דפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפלת שחרית ארום 10:55. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו תפילת שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט נכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און דערנאך צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעורורות.
הוצאה והכנסה: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג) און הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א מו"ץ. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ.
עליות:
- כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- רביעי: בעל ברית ר' שלמה אהרן סופר הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
- גלילה: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- מפטיר: הבה"ח אלי' יואל ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- גלילה: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
נאך עטליכע מינוט הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנעם קאפל און צוגעגאנגען צו מוסף און טל בענטשן בהתעוררות.
פתיחת הארון צו טל: הרה"ח ר' יואל ב"ר מרדכי מיטטעלמאן הי"ו. צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יעקב גאנץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן סופר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, און דער רבי האט מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די פיוט 'ברך דודי'.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'מקרא קודש זכר ליציאת מצרים' און געטייטשט אז בזכות פון מצה איז הקב''ה קונה כלל ישראל מיט קנין משיכה און מען דארף נישט צוקומען צו הכישה במקל.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 4:30.
נאכמיטאג ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:25. מנחה: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א. נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י לטובת דעם יערליכן אפיעל פון כולל שומרי החומות.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן ר"ת אום 8:47 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מערבית מלובש מיט א טלית שאולה. בעל תפילה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתלהבות אש, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:45.
בביתו נאוה קודש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.
פארן סדר האט רבינו שליט''א מסדר געווען די מצות, און פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.
ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש צום הייליגן סדר נאכט, מעוטף בטליתו אויפן קיטל, און מיט א זילבערנעם קאפל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים בליל התקדש חג הפסח, כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה מיט אסאך כוחות און זעלטענעם געניטשאפט, אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א דביקות ושמחה של מצוה.
דער רבי האט מסדר געווען די קערה, און פארגעזאגט 'קדש' און אזוי אלע סימנים בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבותינו הק' זיע''א.
במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 14 מאל דברי תורה, פאר קדש, נאכן כוס ראשון, כרפס, הא לחמא עניא, השתא הכא, כל המרבה לספר ביציאת מצרים, כל ימי חייך להביא לימות המשיח, כנגד ארבעה בנים דברה תורה, ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, ושאינו יודע לשאול, והגדת לבנך, והיא שעמדה, ויענונו, רבי עקיבא אומר.
במשך דעם סדר האבן די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, געזאגט די סימנים אויף אידיש.
דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות אש קודש, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
נאך קידוש האט דער רבי געווינקן אז יעדער זאל מאכן קידוש.
תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם הנני מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים באש קודש, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט דעם סדר ההגדה ברגש ובנעימה.
פאר מה נשתנה האט דער רבי צוזאמגעקלאפט די הענט כף על כף כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ע"פ מנהג בעלזא.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א אויף אידיש, און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען, ביי די מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף געהייסן ארויס טראגן.
נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה ברגש קודש און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות.
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און תיכף געהייסן אריינברענגן דעם אפיקומן און דאס געגעסן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן כנהוג, דורך נכד רבינו הב' ישכר בעריש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען דעם גאנצן סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דער רבי האט דערווייל מעיין געווען אין פארשידענע הגדות.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס כנהוג.
מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו, געעפענט דעם טיר, נאך די תפילה פון שפוך חמתך וואס האט זיך פארצויגן פאר עטליכע מינוט בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען האט אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין כנהוג, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות ונגוני יו''ט. מען האט געענדיגט ארום 3:25, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת צו - שבת הגדול - ערב פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די בני המשפחה און די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די סדרים בצל הקודש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
במשך אלע דריי סעודות האט דער רבי געגעסן די חלה אויף א עקסטערע טישטוך וואס מען האט אראפגענומען פארן עסן די פיש און איבערגעלאזט בלויז א כזית פאר ברכת המזון. אזוי אויך, ע"פ הוראת רבינו, האבן אלע חתנים און אנוועזנדע געגעסן די חלה ביי א זייטיגן טיש און נאכדעם אריבער צו די געהעריגע פלעצער ביים שלחן הטהור פאר די איבריגע חלק סעודה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י. מנוחה ושמחה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת תורת העולה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון כהנים שלוחא דידן או שליחא דרחמנא.
קה אכסוף: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי אשר'ל מראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק י"ד ניסן. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:35.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער אריינגעקומען צו שחרית ארום 6:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו (וומסב''ג). שחרית: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדעל הי"ו.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נח קליין הי"ו. פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
עליות:
- כהן: הרה"ח ר' אשר שמואל כ"ץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' משה הלל ברע"מ קאהן הי"ו.
- ר' שלמה מאיר ברד"ה מערץ הי"ו.
- שביעי: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו.
- גלילה: ר' שבתי בר"ד ווערטהיימער הי"ו (מאנטרעאל).
מוסף: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ברוך משה בראדער הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודות שב"ק בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די בני המשפחה און די חתנים.
נאך די אייער און צוויבל האט מען געזינגען חי ה' כנהוג, און מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 9:30.
דער רבי איז ארויס אויף די גאס פאר עטליכע מינוט אויף א הפסקה צווישן די סעודות און נאך עטליכע מינוט אריינגעקומען און זיך נאכאמאל געוואשן צו א דריטע סעודה און געהייסן אויסטיילן די י"ב חלות פאר די חתנים אויפצועסן.
מען האט אויפגעגעבן פצעי, פסח'דיגע טשאלענט, און קוגל, און פארן בענטשן האט דער רבי טועם געווען פיש. מען האט אריינגערופן דעם גוי וואס האט צוזאמגענומען אלע איבריגע חלות און עס אהיימגענומען צו זיך.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. ברוך קל עליון: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א. און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 10:25, און דער רבי האט געזאגט א לשם יחוד און גענומען די כזית חלה פון טיש און עס מבער געווען אין ביה"כ, און אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געזאגט כל חמירא און די יהי רצון.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 7:30.
- מנחה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' אשר אנשיל לעווי הי"ו.
- שלישי: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד מהרש"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו.
נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד צו של''ס, ווי דער רבי האט קודם געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח.
דער רבי האט טועם געווען פירות. פיש, געטרינקן לחיים, און טועם געווען פון א קוגל.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והגדת לבנך ביום ההוא לאמור' און געטייטשט אז דורך דעם וואס כלל ישראל האט געזאגט הלל ביי הקרבת קרבן פסח און געדאנקט הקב"ה נאך פאר יציאת מצרים האט הקב"ה אויך גערעכנט דעם טוב העתיד פון אלע שפעטערדיגע דורות, און אין דעם זכות איז געווען יציאת מצרים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו. דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאג צו - ערב פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אשר זעליג סאמעט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 8:30. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יצחק פארקאש הי"ו.
- ב"ר אברהם לייב וועכטער הי"ו.
- ב"ר שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
תיכף נאכן דאווענען איז דער רבי ארויס פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן דעם חמץ און דעם לולב, און צוגעווארט אז דער חמץ זאל פארברענט ווערן, און געזאגט דעם יהי רצון.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, דער רבי האט געמאכט דעם קנין און איבערגעגעבן דעם שטר.
נאכמיטאג נאך די מקוה ארום 2:00 איז דער רבי אריבער צו מצות באקן ברוב עם, בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
דער רבי האט אריינגעגאסן דאס וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר די באשטימטע מיירעס. בשעתן טיילן האט דער רבי פארגעזאגט צוויי מאל הלל ברגש קודש והשתפכות הנפש, און ביים ענדיגן איז דער רבי געגאנגן צום אויווען, און דערנאך מפריש געווען חלה, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט שבת און א גוט יו"ט'.
דערנאך ארום 3:30 איז דער רבי אריבער צום מצה בעקעריי בבנין הישיבה אויף געציל בערגער, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' ביי די חבורות א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען, און דערנאך ארום 4:00 אריבער צו די צענטראלע מצה בעקעריי דקרית יואל, ביים אנקומען האט זיך פארמירט א שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, דער רבי איז אריין און זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' און אין אלע אפטיילונגען א לענגערע צייט, געגאסן וואסער אין די מעל, צוגעגאנגן באטראכטן דעם אויווען און מפריש געווען חלה, און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן מלכות'דיגע סדר טיש ווי עס האבן מיטגעהאלטן בצל הקודש די אריבער 220 חתנים פער נאכט, מתלמידי הישיבה, הסמוכים על שולחן הטהור אין די הייליגע סדר נעכט בליל התקדש חג הפסח.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג פרשת צו - בדיקת חמץ - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' יואל ב"ר מרדכי דוד גרויס הי"ו.
- בן הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
- ב"ר יצחק יעקב ראזענבערג הי"ו.
- ב"ר דוד יצחק ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר אהרן פערל הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר בערל שטיין הי"ו.
- ב''ר יעקב פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 7:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה. בעל תפילה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש, מען האט געזינגען מערערע ניגוני שמחה והתעורורות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש מיט לענגערע דברי הדרכה והכנה צום יו"ט פסח, און נאכגעזאגט אז מים 'שלנו' איז בגי' 'דוד בן ישי' דורך דעם וואס מען פרייט זיך יעצט מיט די מצוה פון מים שלנו איז מען מעורר די גאולה השלימה און ממשיך געווען מיט שטארקע דברי אמונה, און מסיים געווען מיט שטארקע דברי ברכה.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות וניגוני הכנה, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ברגש קודש און געזאגט די לשם יחוד לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן וואס פליסט פונעם קוואל אויפן בימת הכבוד און אריינגעגאסן און עטליכע קריגלעך דערביי ציילענדיג במספר האותיות א' ב' ג' וכו', און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קר''י צו שעפן, און זיך בשמחה של מצוה וקדושה ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין באש שלהבת קודש א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:40.
תיכף נאכן מעמד האט מען געדאווענט מעריב בעל תפילה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש. דער רבי האט אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ בהתלהבות און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.
שפעט ביינאכט האט דער רבי מסדר געווען די לעצטע רשימות פון זיינע צדקות און קמחא דפסחא פארוועם דער רבי האט ארויסגעשיקט באדייטנדע סכומים לכבוד יו"ט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' ישראל בודק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' הערשל ברי"ד שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אהרן נפתלי שטוהל הי"ו.
- ב"ר חיים אייכלער הי"ו.
- ב"ר יודל פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודשַ
ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו החדש בשכונת קדושת לוי אין קרית יואל המורחבת צום מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים לרגל פתיחת שערי בית מדרשינו החדש דעם יו"ט פסח.
דער רבי איז ארום און זיך אומגעקערט אינעם גאנצן ביהמ"ד און אראפ צום אינטערשטן שטאק זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט ביי די מקוה און דערביי געהערט א באריכט פון הר"ר בערל מרגליות שליט"א יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר איבער די ווייטערדיגע פלענער צו פראכטפול פארענדיגן די גאנצע ביהמ"ד און די מקוה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א און הרה"ח ר' יעקב ראטענבערג הי"ו בשם די תושבי השכונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים פון די דערנעבענדיגע שכונת דזשעפערסאן הר"ר יואל ברש"נ ווייס שליט"א און הר"ר יואל פארקאש שליט"א און די ראשי הקהילה פון קרית יואל, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה אז דאס ביהמ"ד איז שוין די 26'סטע ביהמ"ד פון ק''ק קרית יואל כן ירבו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק די שמחה פון באנייען א ביהמ"ד וואס וועט אי"ה בקרוב ארויפגיין קיין ירושלים, און מעורר געווען די תושבי השכונה זיך צו פירן אלעס ווי תושבי קר"י ווי מען פארברייטערט קר"י צו מאל א געגענט, און דערביי קורא שם געווען פארן שכונה מיטן נאמען 'שכונת קדושת לוי' און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די נדבנים און עסקנים ובפרט פאר הר"ר בערל מרגליות שליט"א וואס שטייט בראש פון די וועד הרחבת גבולי העיר צו פארזיכערן אז מען שטעלט אוועק אלע רוחניותדיגע געברויכן אין אלע שכונת אין קר"י המורחבת.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד המאורע, און דערביי האט דער רבי אויסגעשריבן א טשעק פון אכצן טויזענט דאלער לטובת הביהמ"ד און עס איבערגעגעבן פאר הר"ר בערל מרגליות שליט"א, דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים אלעזר הורוויץ הי"ו מראשי הנהלת הביהמ"ד פארן זיך אוועקגעבן יומם ולילה צו פארענדיגן דאס ביהמ"ד אויף יו"ט פסח. מען האט געענדיגט ארום 8:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי עס וועט פארקומען די אפיית מצה מצוה ערב פסח דורך רבינו שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויפן סדר האפיה בשעת א חבורה האט דארט געבאקן מצות און אנגעוויזן פארשידענע הוראות וואס מ'זאל איינשטעלן אויף ערב פסח.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א 'מסיבה הכנה ליו"ט פסח' פאר די בחורים יתומים פון קהלתינו הק', מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי חיזוק והדרכה לקראת יו"ט פסח און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים, דערנאך זענען אלע בחורים אריבער און דער רבי האט פארטיילט פאר יעדעם געבענטשטע מצות מיט א הגדה לב אהרן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן פאר די עסקנים וועלכע האבן ארגענאזירט די מסיבה. מען האט געענדיגט ארום 10:20.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️