מעמדי כבוד והתרוממות בקרב קהלותינו הקדושות בארה"ק ת"ו:
- הנחת אבן הפינה לבנין קהלתינו הק' בעיה"ק ירושלים ת"ו. - סיום הש"ס במסגרת תורתך שעשועי בקרב קהלתינו הק' בני ברק יצ"ו. - סיום הש"ס במסגרת תורתך שעשועי בקרב קהלתינו הק' בית שמש יצ"ו.
מאנטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו. - ב"ר ישראל יודא גוטמאן הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' משה שמואל פרענקל הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום איבערצובויען די מקוה אין ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק', די חברי וועד קרן הבנין פונעם ביהמ"ד האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער דעם פראיעקט איבערצובויען פראכטפול די מקוה און נאך חלקי הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די פילע נדבות פונעם חשוב'ן נדבן פארן ביהמ"ד און פאר מוסדותינו הק', דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן, פאר הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, און פאר די חברי הנהלת הביהמ"ד.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א, אבד"ק שאץ מאנסי ונשיא מוסד נועם אלימלך עטה''ק בבני ברק, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער מוסדות החינוך עטה"ק בארה"ק, און בפרט איבער ת"ת נועם אלימלך עטה"ק בבני ברק ווי דער רב שליט"א איז דער נושא בעול, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה תלמידי מחנה אור שרגא פון לעיקוואד, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר שמואל אהרן טרויבע שליט"א, מראשי וועד משמרת הסת"ם בב"פ, אינאיינעם מיט חברי וועד הסת"ם שע"י בית הוראה דקהלתינו הק', עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בעניני סופרות און בפרט איבער די לעצטיגע שערוריא פון געדרוקטע מזוזות, מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע מהלכים צו פארבעסערן די פראבלעמען פון די ארץ ישראל'דיגע מזוזות און איבער די תיקונים וואס זענען שוין געמאכט געווארן איבער דעם, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:45 איז רבינו שליט"א אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו און הרה"ח ר' ליפא שעהנברוין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
הר"ר שמואל אהרן טרויבע שליט"א מראשי וועד משמרת סת"ם ב"פ בקודש פנימה, אינאיינעם מיט חברי וועד הסת"ם שע"י בית הוראה דקהלתינו הק', בעת די זמני כניסה.
חתימת שטרות, מאנטאג פ' עקב אין די פארמיטאג שעות, בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א, וואו הרה"ח ר' משה שמואל פרענקל הי"ו האט מנדב געווען א סכום עצום לפאר ולהדר די מקוה בביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק'.
זונטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר אברהם נתן נטע סופר הי"ו. - ב"ר אליקים געציל פסח לאנדינסקי הי"ו. - ב"ר דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה נכד רבינו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל זיין אפרייזן אויף א נסיעה (מיוחד לכהנים) צו די מקומות הקדושים אין אייראפע לקראת שמחת נשואי בתו למז"ט, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים פון די נסיעה אויסגעשטעלט פאר כהנים און אנגעוויזן הוראת קדשו אויף פארשידענע פרטים און ווארעם אפגעזעגנט בברכת קדשו.
ארום 7:15 איז דער רבי אריבערגעגאנגן אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, נאך די ריקודי קודש האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אהל פיגא צו די שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה און דערנאך הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבה תו"ח לאנדאן, נאך די ריקודי קודש האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ברכת קדשו.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' גבריאל נויפעלד שליט"א - מו"ץ בהעדה החרדית ומראשי וועד הכשרות שע"י העדה החרדית, ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פולע חומרות פון די קרית יואל'ע בית השחיטה און די חילוקים פון דאהי און ארץ ישראל בעניני שחיטה. ער האט געגעבן פארן רבי'ן ספרו שו''ת מרבה חיים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הנהלת מוסד הק' רב טוב איינצולאדענען צו די מסיבה השנתי וועלכע קומט פאר דעם דאנערשטאג אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, וואו מ'האט אויסגעשמועסט איבער די לעצטיגע פעולות פונעם מוסד לטובת אחב"י אין אוקריינע און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת מפעל 'אבותינו' להצלת בתי חיים אין אייראפע ווי זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות לטובה און דערביי אנגעפרעגט הוראת קדשו אויף פארשידענע ענינים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:45 איז רבינו שליט"א אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים: - הרה"ח ר' יוסף פעלבערבוים הי"ו און הרה"ח ר' מאיר שאול יחזקאל העכט הי"ו. - הר"ר אלעזר בהגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א און הר"ר יושע יודא פריעדמאן שליט"א (וומסב"ג).
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
הרה"ג ר' גבריאל נויפעלד שליט"א מו"ץ ומראשי וועד הכשרות שע"י העדה החרדית בארה"ק, בקודש פנימה בביתו כ"ק רבינו שליט"א, בעת די זמני כניסה.
שב"ק פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צו נאכטס ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און איז צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יושע יודא פריעדמאן שליט"א (וומסב"ג). נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פארן מוסד הק' קרן הצלה. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:05. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אהנגהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יוסף דוד כוואן שליט"א (ראה"כ בארגענטינע).
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: - כל מקדש: האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף דוד כוואן שליט"א. - מנוחה ושמחה: הר"ר אלכסנדר אשר באב"ד שליט"א (ב"פ).
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויף די הפטורה הביטו אל אברהם אביכם און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון נראה ונדחה.
- קה אכסוף: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב"ג). - ברהמ"ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט"א דערציילט פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ו אב.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם נייפעלד הי"ו (ב"פ). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. - אז ביום השביעי: הרה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א - אב"ד תולדות אהרן מאנסי, בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:30.
וביום השבת קודש
שב"ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו. צו שחרית איז דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד כרגיל.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב"ג). - פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב"ג. - כהן: הרה"ג ר' אהרן ברוך לעבל שליט"א מנאסויד. - לוי: החתן מאיר דוב ב"ר אהרן אלעזר רובינפעלד הי"ו. - שלישי: החתן אהרן בהר"ר דוד לייב קרויס שליט"א. - רביעי: החתן משה ב"ר יקותיאל ישראל פריעד הי"ו. - חמישי: החתן מרדכי ב"ר שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו.
נאכן עולה זיין שישי האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו. - ר' ישראל יעקב אייזנבאך הי"ו (לעיקוואד). - ר' שלמה ברח"י ווערצבערגער הי"ו (וומסב"ג). - ר' זלמן ברא"א זאלדאן הי"ו. - ר' יואל ברי"ה שעהר הי"ו. - שביעי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו. - אחרון: החתן נחום מרדכי ב"ר יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו. - מפטיר: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א. - הגבה: הרה"ח ר' דוד פריעד הי"ו (וויען). - גלילה: הרה"ח ר' ישראל פישער הי"ו.
צו מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב קעלנער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:35.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ס איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:30. מנחה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א. - כהן: הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו. - שלישי: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א. - הגבה: רבינו שליט"א - גלילה: הרה"ח ר' יואל ברש"י ליבערמאן הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען: - אודה הרה"ג ר' ישראל שלום טויב שליט"א - אב"ד באלטימאר וומסב"ג. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו. ביי די תורה האט זיך דער רבי געשטעלט אויף די הפטורה 'הביטו אל אברהם אביכם' און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוהט ח"ו אן עבירה כאפן די חיצונים אוועק זיינע מצוות און זכותים אבער מיטן כח פון מצות קרי"ש באקומט מען צוריק די מצוות פון די חיצונים, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען זאגענדיג אז מען שטייט שוין נאך חמשה עשר באב און מען גרייט זיך שוין צו די הייליגע טעג דארף מען זען נזהר צו זיין צו ליינען קרי"ש של שחרית וערבית כהלכתה און מיט דעם זכות וועט מען ארויסגיין זכאי בדין.
- ידיד נפש: הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א (וומסב"ג). - קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס. הגבהת הכוס: החתן אהרן בהר"ר דוד לייב קרויס שליט"א. און דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות פאר מערערע חתנים.
פאר מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, וועלכע וויילט אין קר"י אין די יעצטיגע טעג. צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א וואס געפאלט די וואך מיטוואך. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:55.
מוצאי שב"ק
ארום 12:30 איז דער רבי אריבערגעגאנגן אין שטוב פון הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן מארגן זונטאג ראה אין ביהמ"ד אהל פיגא, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני סת"ם, דערביי האט דער רבי געוויזן א מזוזה וואס ער האט היינט באקומען פון איינעם וואס האט געהאנגן אויף א איד'ס טיר און איז געווען א גענצליך ליידיגע שטיקל פארמעט!
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' נחמן הי"ו ובני משפחתו, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א און פארן גאנצן ציבור, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן א תעודה פאר הרה"ח ר' נחמן הי"ו בשם הנהלת ביהמ"ד אהל פיגא אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע נדבות און עסקנות פארן ביהמ"ד, אויך איז דארט פארגעקומען די חאלאקע פאר נכדו בן לבנו ר' שלמה פיש הי"ו חתן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן דאס קאפל און די ציצית און האט מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן מוצש"ק ביי כתיבת האותיות אין שטוב פון הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו אין קרית יואל, אין די ס"ת וואס ער געט אריין אי"ה היינט זונטאג פ' ראה אין ביהמ"ד אהל פיגא.
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי כתיבת האותיות, דאנארשטאג פ' עקב, אין שטוב פון הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי"ו אין קרית יואל, אין די ס"ת וואס ער געט אריין אי"ה דעם קומענדיגן זונטאג פ' ראה אין ביהמ"ד הגדול.
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת שחרית, און ביי די שמחת הברית מילה פון בן הנולד לנכדו הר"ר ישראל דושינסקיא שליט"א, דאנארשטאג פ' עקב, אין ביהמ"ד אוהל פיגא אין קרית יואל יצ"ו.
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די מסיבת לחיים פרייטאג נאך שחרית מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומסב"ג, אין ביהמ"ד אמרי נועם אין שכונת דברי יואל, קרית יואל יצ"ו.
פרייטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומסב"ג בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר מרדכי יצחק ראזענבערג הי"ו. - ב"ר אהרן אלעזר אלימלך קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק והיה עקב תשמעון און ארויסגעברענגט אז איינע פון די מצות שאדם דש בעקביו איז אויפשטיין פארטאגס לערנען, און האט שטארק ארומגערעדט אז אויפשטיין פארטאגס איז א בחינה פון מסירות נפש, אזוי האבן זיך חסידישע אידן געפירט אין אלע דורות, און ממשיך געווען בדברי הדרכה פאר די תלמידים אויסצוניצן די לעצטערע וואכן פונעם זמן, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה. דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן - בראשית פאר אלע בחורים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנארשטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען די בריתן: - לבן הנולד אצל ר' משה יוסף ברי"א פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אהל פיגא לרגל שמחת הברית מילה פון נכדו הנולד אצל הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א וחתן הרה"צ רבי אברהם יהושע איגר שליט"א מלובלין. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - בהר"ר יואל בהרא"ד קארנבלי שליט"א. - ב"ר בנציון הכהן לאנדא הי"ו. - ב"ר הלל ניימאן הי"ו. - ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו.
ביים לייענען זענען מכובד געווארן: - פתיחה: הרה"ח ר' נפתלי הערש צאהלער הי"ו. - כהן: הב' הבר מצוה ב"ר בנציון לאנדא הי"ו. - לוי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א. - שלישי: בעל ברית הרב ישראל דושינסקיא שליט"א. - הגבה: רבינו שליט"א. - גלילה: הר"ר יואל קארנבלי שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד, רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. - סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. - ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'מרדכי מנחם' נאכן זיידן הגה"צ אבד"ק לובלין זצ"ל. נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב ישראל שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און הרה"צ רבי אברהם יהושע איגר שליט"א, מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' נפתלי הערש צאהלער הי"ו, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים דערנעבענדיגן בנין האדיר והחדש וואס גאלאפירט גאר שטארק פאראויס לטובת די תלמידות בית רחל דמוסדותינו הק'. דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.
ארום 4:00 אזייגער נאכמיטאג איז פארגעקומען אן אסיפה 'כינוס סופרים' אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פאר די אריבער זעכציג סופרים תושבי קר"י אין שפיץ פון רבינו שליט"א און הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - יו"ר בית הוראה האט געעפענ דעם כינוס און אויסגערופן הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - יו"ר ועד הסת"ם שע"י בית הוראה צו זאגן דברי פתיחה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק ודברי הדרכה פאר די סופרים און ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן אחריות פון א סופר, ובפרט ביי מזוזות וואס איז א מצוה וואס א מענטש איז מקיים יעדע רגע וואס עס ליגט אויף זיין טיר און איז משפיע די ברכה פון למען ירבו ימיכם, און דער רבי האט שטארק אויפגעפאדערט די סופרים כסדר אדורכצולערנען די הלכות אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי א שוחט, דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט בנוגע אריינברענגען מזוזות פון די פרעמד און בפרט פון ארץ ישראל, דער רבי האט אראפגעלייגט דעם יסוד: א סופר איז נישט קיין סוחר! - און אויב איינער קען נישט נאכיאגן זיינע באשטעלונגען זאל ער עס נעמען פון א צווייטן לאקאלן סופר אדער בדיעבד פון א סופר פון ארץ ישראל וואס איז מוחזק בכשרות דורכן ועד הסת"ם.
דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע סופרים, דערנאך האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און האדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א - מחשובי הסופרים, בעניני סופרות און דערביי האבן עטליכע סופרים פארגעלייגט פארשידענע שאלות אויף וואס דער רבי האט משיב געווען בטוב טעם ודעת, מען האט געענדיגט ארום 4:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ער געט אריין דעם קומענדיגן זונטאג ראה אין ביהמ"ד הגדול, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אליעזר דוד הי"ו ובני ביתו און פארן גאנצן ציבור. פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים: - הרה"ח ר' דניאל מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ע מאסרי הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הר"ר שמואל יודא פאשקעס שליט"א און הר"ר פנחס הערש רייך שליט"א אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר משינאווא שליט"א וועלכע וויילט אויף שבת אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין קר"י, עס האט זיך פארמירט שיינער שמועס איבער הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זצ"ל און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד"ק לאנדאן שליט"א וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע וואכן אין ניו יארק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין לאנדאן און דערביי האט דער רבי געבענטשט גרעסערע סכומים געלטער וועלכע וועלן פארטיילט ווערן פאר חברי כוללינו אין לאנדאן נדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר רב שליט"א שליט"א און פארן נדבן הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף הי"ו.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים: - הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומסב"ג, און הר"ר שמואל דוד הורוויץ שליט"א (וומסב"ג) - הרה"ח ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארטץ הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.