בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגכ' מנחם אב תשפ"ה8/14/2025

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת עקב שנת תשפ"ה לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים.

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
מצות קלות שאדם דש בעקביו.
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
📄 גליון עקב תשפ''ה19.4 MB
באריכט
מיטוואך פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די בריתן:
- לבן הנולד אצל ר' יודא אשר ברמ"ל ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ירחמיאל ברמ"ל ראטה הי"ו - ב"פ, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ליפא בר"פ בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך ארום 9:50 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום יערליכן באזוך אין מחנה רב טוב - בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, צו דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' פון וומ"ס און ב"פ.
דער רבי איז אנגעקומען אין קעמפ ארום 10:50, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די הנהלת המחנות מוה"ר מרדכי ווייס ובנו ר' אהרן הי"ו וועלכע באגלייטן דעם קעמפ מבואו ועד צאתו.

דער רבי האט געלייגט תפילין אין ביהמ"ד, און דאן האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ברמ"ל לאנדא הי"ו.
- ב"ר פנחס צבי מארקאוויטש הי"ו.
בעל תפילה: הב' בהר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל - מאנסי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שכינות צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו אויף פת שחרית.

ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צוריק אינעם קעמפ ווי דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, אהנגעהויבן אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי מוסדותינו הק' פון וומסב"כ בהנהלת הר"ר יודא בער טעללער שליט"א, ווי דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן און האט פארהערט און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט.

דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם ביהמ"ד פון תלמידי מוסדותינו הק' אין ב"פ בהנהלת הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, ווי דער רבי האט פארהערט און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט.

דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף אין די ביהמ"ד פון די וומסב"גער תלמידים ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט אלע בחורים אינאיינעם בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים און מרביצי תורה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש פאר די בחורים, ובפרט איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען וואס איז א בחינה פון מסירת נפש, און אזוי אויך שטארק מעורר געווען די בחורים שטארק נזהר צו זיין נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין,
דערביי האט דער רבי מעורר געווען די בחורים אדורכצולערנען די פירוש המילות פון די לשם יחוד להנחת תפילין און פון אהבה רבה און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
מען האט געענדיגט ארום 3:15.

ארום 3:30 איז דער רבי אנגעקומען צום מחנה רב טוב - אינגל קעמפ פון די תלמידי מוסדותינו הק' כתות ו' ז' ח' פון וומסב"ג און ב"פ, אין מאנטיסעלא ניו יארק.

דער רבי איז ארומגעגאנגען אין אלע פיר בתי מדרשים, אהנגעהויבן ביי די בתי מדרשים פון די וומסב"גער תלמידים, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א,
און דערנאך ביי די בארא פארקער תלמידים, בהנהלת הר"ר זרח שפירא שליט"א.

אריבער א שעה צייט האט דער רבי ארומשפאצירט צווישן די קינדער זיך אומקוקנדיג ווי אזוי זיי לערנען, און זיך מפלפל געווען מיט די קינדער אין די לימודים. בעת'ן וויילן אין קעמפ האט דער רבי עקסטער באגריסט די אייניקלעך און נכדי אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע"א תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו זיע"א.

אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין צו די גאנץ קליינע קינדער מתושבי המחנה,
די קינדער האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט געגעבן ממתקים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט אלע קינדער אינאיינעם בחדר האוכל, ווי די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עטליכע קינדער האבן פארגעזינגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון לימוד התורה ובפרט פון תשב"ר, און פארענדיגט בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער. מען האט געענדיגט ארום 5:30 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ.

ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט באשיינט דעם מעמד החופה ביים שמחת החתונה פון נכדת גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הכלה בת לנכדו הר"ר צבי אלימלך טווערסקי שליט"א חתן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א. דער רבי האט אויסגעווארט ביז נאך די חופה און ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, פארן חתן און מחותנים, און פאר די חשוב'ע אדמורי"ם ורבנים שליט"א, צווישן אנדערע פאר די זיידע האדמו"ר מלויעוו טשערנאבל שליט"א, האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א, און האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.
פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ווי דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יחיאל קאללער הי"ו און הרה"ח ר' שלום יוסף שאפפער הי"ו,
- הרה"ח ר' יחזקאל דוב באנדא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווייסמאן הי"ו,

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים ברש"א ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יצחק יואל שטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אהרן משה שווארטץ הי"ו.
- ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יואל בר"י ביטמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' הלל ברא"מ ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש אבערלענדער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' לוי יצחק געשטעטנער הי"ו און הרה"ח ר' שרגא אלחנן ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אין די נייע סופרים שטובער פון 'איגוד הסופרים' שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע איינריכטונגען און געהערט א באריכט פון הר"ר מאיר ברש"ל זאלדאן שליט"א און הר"ר יואל ברי"ע מארקאוויטש שליט"א איבער די פילע פעולות פון איגוד הסופרים ווי עס זיצן אריבער דרייסיג סופרים און בודקים און שרייבן מזוזות,
דער רבי איז ארום אין אלע שטיבער פון די סופרים און דערביי קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די נייע שטיבער, דער רבי האט אויסגעדריקט א שטארקע הנאה פון די פעולות לטובה פון איגוד הסופרים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע סופרים און די ראשי המפעל.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה מחנה אפרים פון לעיקוואד, דער רבי האט פארהערט די לימודים און משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים, דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי
דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הר"ר ישראל ארי' בערקאוויטש ז"ל און הר"ר חיים משה אלימלך כ"ץ שליט"א.
- הרה"ח ר' אברהם מנחם גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' הערשל טריכטער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין מחנה רב טוב אינגל קעמפ, מיטוואך פ' עקב, ביים פארהערן תלמידי מוסדותינו הק' פון וומסב"ג און ב"פ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין מחנה רב טוב אינגל קעמפ, מיטוואך פ' עקב, ביים מסיבת לחיים מיט די תלמידי מוסדותינו הק' פון וומסב"ג און ב"פ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין מחנה רב טוב בחורים קעמפ, מיטוואך פ' עקב, ביים מסיבת לחיים מיט די תלמידי מוסדותינו הק' פון וומסב"ג און ב"פ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין מחנה רב טוב בחורים קעמפ, מיטוואך פ' עקב, ביים פארהערן תלמידי מוסדותינו הק' פון וומסב"ג און ב"פ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגי"ח מנחם אב תשפ"ה8/12/2025

באריכט
מאנטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' זרח שטיינבערג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר ישכר דוב קארנבלי הי"ו.
- ב"ר יושע ראטה הי"ו.
- ב"ר חנני' יו''ט ליפא זינגער הי"ו.
- ב"ר אברהם שמחה ברמ"א הירש הי"ו.
- ב"ר נפתלי הירצקא גראס הי"ו.
- ב"ר נחמן לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר מנחם יוסף פישער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג', ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הכנה צו חודש אלול וימים הנוראים הבעל"ט.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען און ס'איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן אלעזר רובינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים הערש לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' יעקב בינער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין מבצר הכוללים ווי עס איז פארגעקומען די צווייטע בחינה במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי איז ארויף אויף אלע שטאקן און זיך אומגעקוקט אויף די הונדערטער נבחנים מיט א שטארקע קורת רוח.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים:

- הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
- הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר צבי אלימלך טווערסקי שליט"א חתן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א ונכד כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אין שיכון סקווירא, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה מוה"ר גדלי' סעגעדין הי"ו ווי ער האט איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א פונעם באזוך דורך די הויכגעשעצטע גאווערנאר האוקל אין מחנה בית רחל ווי זי איז ענטפאנגען געווארן מיט כבוד און עהרע דעם היינטיגן מאנטאג דורך די תלמידות און מען האט איר באדאנקט פאר איר הילף לטובת החינוך, און באזונדער אויסגעשמועסט די דעטאלן פונעם נאכפאלגנדער זיצונג מיט די עסקנים אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע פלענער אויף ווייטער סיי בנוגע די גזירת החינוך און איבער נאך פארשידענע ענינים לטובת אחב"י תושבי ניו יארק.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 1:00 אזייגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אליהו פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער). בעל תפילה: ר' שבתי בר"ד ווערטהיימער הי"ו (מאנטריאל). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, און ס'האט זיך פארמירט א שמועס בהלכות תפילין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.

דער גאנצער ציבור איז אריבער זיך געזעגענען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער דער קשר פון הרה"צ רבי רפאל גרויס מבערבעשט זצ"ל מיטן הייליגן קדושת יו"ט זיע"א.

ארום 5:20 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטען פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:00 אויפן וועג אהיים נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש,

ארום 7:05 האט דעם רבינ'ס פליגער געלאנדעט אינעם סטוארט לופטפעלד, און דער רבי איז אריינגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה קיין קר"י און תיכף צוגעפארן מסדר קידושין זיין ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין. און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א און הרה"ח ר' ישראל פישער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

פון דארט איז דער רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ביים אנקומען האבן אפגעווארט פילע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דער גאנצער ציבור איז אריבער שלום נעמען.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30 און מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 10:40 איז דער רבי אריבער צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב פאלקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ברוך יודא קאללער הי"ו, און פון די מחותנים הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יעקב וויזעל הי"ו.

דערנאך ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה סיגוט בשכונת ויואל משה צו די שמחת התנאים פון נכדת גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, הכלה בת לבנו הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א - רב הביהמ"ד, חתן האדמו"ר מסוליצא שליט"א,
עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' לייבוש הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מסטריזוב שליט"א וחתן הרה"צ רבי ירמי' טייטלבוים שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס איבער די כתובה פונעם זיידן האדמו"ר מסטריזוב זצ"ל, און איבער זיין חתונה ווי רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א אינאיינעם מיט הגה"ק המנחת אלעזר זצ"ל האבן אינטערגעפירט די חתן כלה,
דער רבי איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, פאר גיסו הגה"צ מאנטריאלער רב שליט"א, פאר די מחותנים און זיידעס שליט"א, און פארן גאנצן ציבור מתפללי הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 11:30.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד בית מנחם זאב דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים נייעם פליגל און דערביי געהערט א באריכט פון נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב הביהמ"ד, איבער די פלענער צו פארדאפלען דאס ביהמ"ד, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חברי הנהלת הביהמ"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ז מנחם אב תשפ"ה8/11/2025

באריכט
שב"ק פרשת ואתחנן - נחמו 'בצל הקודש' פון מרן רבינו שליט"א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר

ערש"ק אין די נאכמיטאג שעות האט זיך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א פארבינדן טעלעפאניש מיט רבינו שליט"א און האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט איבערגעגעבן א גריס פונעם 'מעמד שחיטת הכבש' וועלכע איז פארגעקומען דאנערשטאג אין מחנה סערדאהעלי ווי מען האט געשחט'ן די שעפעלע וואס האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט באקומען פון רבינו שליט"א ביים מעמד 'פדיון פטר חמור' דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח העעל"ט.
האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט מבשר געווען פארן רבין שליט"א אז די שחיטה איז אדורכגעפירט געווארן בהידור רב און די שעפעלע איז ב"ה ארויסגעקומען כשר, נאך א לענגערע שמועס בגודל חשובת המצוה האט דער רבי אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.

נאך די מקוה האבן די פאלגענדע בחורים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה:

- הב' יואל ב"ר יחזקאל זאב ניסן הי"ו.
- הב' עמרם ב"ר אהרן הערש טויב הי"ו.
- הב' יואל ב"ר מרדכי אפרים פישל סופר הי"ו.
- הב' משולם זושא ב"ר אלי' פארקאש הי"ו.
- הב' משה לייב ב"ר אברהם יצחק שמואל מערץ הי"ו.

ערב שב"ק ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אים ביהמ"ד און צוגעגאנגן צום עמוד צו מנחה כנהוג.
קבלת שבת: הגאון רבי מאיר צוויבל שליט"א - ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:05.

נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל ביהמ"ד צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילע געסט מאנשי שלומינו.

אשת חיל: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
- כל מקדש: הר"ר ישראל אייזיקאוויטש שליט"א (מאנסי).
- מנוחה ושמחה: הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א, בן האדמו"ר מסקאליע שליט"א - ר"מ בישיבה.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

- קה אכסוף: הר"ר יו"ט יאזשעף שליט"א (קר"י).
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
עובדות וסיפורים האט רבינו שליט"א דערציילט פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זיע"א וואס די יארצייט איז געפאלן עש"ק י"ד אב.
- קה רבון עלם: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא - ר"מ בישיבה.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ישראל דושינסקיא שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב"ג).

מען האט געענדיגט ארום 1:30.

וביום השבת

שב"ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50.
ברכות: הרה"ח ר' יוסף שלמה מארקאוויטש הי"ו (קר"י). פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית. צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

פארן ליינען איז פארגעקומען דער אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.

- הוצאה והכנסה: הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א.
- בעל קורא: הב' מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו (קר"י).
- כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - מנהל הישיבה.
- לוי: הר"ר יו"ט יאזשעף שליט"א.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו (קר"י).
- חמישי: הרה"ח ר' בערל הערשקאוויטש הי"ו (קר"י).
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

- שביעי: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו (קר"י).
- הוספות: הרה"ח ר' יואל ברי"נ באסול הי"ו (קר"י) און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
- הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א.
- הר"ר יעקב הלל ליכטענשטיין שליט"א - ר"מ בישיבה.
- הרה"ח ר' מנחם מאיר מייזנער הי"ו (ב"פ).
- הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א.

- הבה"ח יואל יושע ב"ר אהרן ווייס הי"ו (וומסב"ג).
- הב' חנני' יו"ט ליפא ב"ר שלמה מארק הי"ו (ירושלים).
- הר"ר ישראל אייזיקאוויטש שליט"א.
- אחרון: הרה"ח ר' חיים יחזקאל בר"א ראזענבערג הי"ו (קר"י).
- מפטיר: הב' הבר מצוה ב"ר בנציון הכהן לאנדא הי"ו (וומסב"ג).
- הגבה: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו (קר"י).
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף חיים מאלח הי"ו (קר"י).

צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.
- פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.

מען האט געענדיגט ארום 12:55.

ביי די סעודת עתיקא קדישא איז דער רבי אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:50, מען האט געזינגען ניגוני נחמה, דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
- ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
- ברוך קל עליון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די הפטורה 'נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם' און ארויסגעברענגט אז די גאולה העתידה וועט קומען אין זכות פון יצחק אבינו און מאריך געווען מיט לענגערע דברי נחמה.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען אחכה לו און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התלהבות.
- ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:50.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו מנחה וס"ג ארום 8:35.
בעל תפילה: הרב נחמן ברי"א כהנא שליט"א (וומסב"ג).

- הוצאה והכנסה: ר' שבתי בר"ד ווערטהיימער הי"ו (מאנטריאל).
- בעל קורא הב' נטע ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו (וומסב"ג).
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו.
- לוי: הב' ירמי' מאיר ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו (קר"י).
- שלישי: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- גלילה: ר' שמעון בר"צ היילברוין הי"ו (קר"י).

ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש.
- אודה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' ליפא אפענהיים הי"ו (קר"י).

ביי די תורה האט דער רבי זיך געשטעלט אויף די הפטורה 'נחמו נחמו עמי' און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אידן ווילן הערן די נחמה פון הקב"ה אליינס און נישט דורך א שליח, וויאזוי קען מען זוכה זיין דערצו, האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם אמרי נועם זיע"א וואס זאגט ביי ראש השנה אז תקיעת שופר איז מעורר לתשובה וויבאלד הקב"ה בלאזט ארויס פונעם שופר 'עלה אלקים בתרועה ה' בקול שופר' און דאס קומט בזכות פון מצות מצה וואס מצה איז מקדש דעם גוף פון א מענטש אז ער זאל קענען מקבל זיין תקיעת שופר פון הקב"ה אליינס און דאס איז מעורר לתשובה,
האט דער רבי געזאגט אז די זעלבע זאך איז אויך דא ביי די נחמה, 'נחמו נחמו' אינאיינעם מיט די אכט אותיות איז בגי' 'לחם עני' און בזכות פון מצות מצה וועט כלל ישראל זוכה זיין צו הערן די נחמה פון הקב"ה אליינס און אונז האף מיר און מאיז מתפלל אז אונז זאל מיר טאקע ווערן געטרייסט נאך די אלע צרות וואס כלל ישראל איז אלץ אריבער און מען זאל בקרוב זוכה זיין צו ביאת המשיח בב"א.

- ידיד נפש: הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א - ר"מ בישיבה.
- קל מסתתר: נכד רבינו הרב מרדכי זאב רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

צו מעריב איז צוגעגאנגען הר"ר ישראל אייזיקאוויטש שליט"א. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. און מ'האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה 'כי מלאכיו' לרגל דאס אהיים פארן צומארגנס זונטאג קיין קר"י נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש אין בעטלהעם, ניו העמפשיר. מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג