בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגכ"ח אלול תשפ"ה9/21/2025

באריכט
שב''ק פרשת נצבים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:05. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון אלע סניפי ישיבות קטנות פון קר"י, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' בנימין חיים מייזליש ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א (ב"ב).

פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'ישראל שאין מכלין שדותיהן לא אעשה כלה' און געטייטשט אז דורך צדקה וחסד ווערט מען פארשריבן צום נייעם יאר לטובה, אזוי ווי מען גייט אי''ה פארן קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן ווינטער וויל איך מכבד זיין די בחורים צו אויסניצן די צייט פון בין הזמנים און גיין נאך געלט פאר עניי ארץ ישראל און אין דעם זכות וועט מען ארויסגיין זכאי בדין, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה וועגן טעלעפאנען ביי בחורים מען זאל וויסן דעם חורבן דערפון, נישט אזוי ווערט מען א גרויסע בחור, און מסיים געווען בברכת קדשו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים קר"י.
- מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף ייטב פנים.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אתם נצבים היום און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אויף צוויי אופנים אין די סוגיא פון מצוות לאו ליהנות ניתנו.

- קה אכסוף: הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף אבני צדק.
- ברכת המזון: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א (וומסב''ג) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק כ"ז אלול.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:30.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א.

עליות.
- כהן: ר' יצחק ישעי' כ"ץ הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
- שלישי: ר' אברהם אלי' זאלדאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- רביעי: ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- חמישי: ר' משה בר"מ פאלקאוויטש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: ר' משולם איסר וויינגארטן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: ר' נפתלי הירצקא ברי"א שווארטץ הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- מפטיר: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש הי"ו.
- גלילה: ר' שמעון דוב פילאפף הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.

מוסף: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף קדיש פילאפף הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:25.

נאכמיטאג ארום 6:45 איז דער רבי אראפגעקומען אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי די קאפעליע האט פארגעזינגען די נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, דער רבי האט מיטגעהאלט מיט די משוררים און אויסגעהערט די ניגונים און דערנאך מאציל געווען מברכת קדשו שיתקבל לרחמים ולרצון.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:35.
- מנחה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר אנשיל זאלדאן הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
- לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
- שלישי: הר"ר ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו - וומסב''ג.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען:
- אודה: הרה"ג ר' מענדל גאלד שליט"א מלובלין.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט אז יעצט פאר ראש השנה ווען מען איז עוסק בתשובה ותיקון המעשים דארף מען ווערן מלא בושה וכלומה פארוואס מען ווערט נאר נתעורר לתשובה דורך אימות הדין וצרות בבתי ישראל, מען וואלט געדארפט נתעורר ווערן לתשובה אפילו אן דעם, אבער כאטש דאס אליינס איז אויך עפעס נאר מיטן כח פון בושה איז אזיל סומקא ואתא חיוורא גייט אוועק די אלע דינים און עס ווערט נשפע רחמים וחסדים צום נייעם יאר.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ו אלול תשפ"ה9/19/2025

באריכט
דאנערשטאג נצבים - ה' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול.
- בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען האט זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א העסקן הגדול הרב שמעון שישא שליט"א יו"ר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל מגזירת הגיוס, ר' שמעון הי"ו שטייענדיג אין ציוני'סטישער בית משפט מזכיר געווען דריי שווערע קעיסעס פון ארעסטירטע אויף וועמען די מדינה פארלייגט זיך מיט שטארקע כוחות זיי צו האלטן אין טורמע, וואס איז פארגעקומען א געריכט סעסיע איבער זייער שיקזאל, און דערביי אויך דערציילט די ביטערע מצב הגזירה ווי עס זענען שוין ארעסטירט געווארן די וואך אליינס אריבער 100 בחורים וועלכע האבן זיך נישט געשטעלט צום טריפה'נעם מיליטער, דער רבי איז איבערגעגאנגען א לענגערע צייט אלע פרטים פון די פארצווייגטע מערכה, און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו מען זאל מצליח זיין מיט די פארשידענע אופנים צו באפרייען די אסירי ישראל, און שטארק מחזק געווען מען זאל ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש ביז די גזירה וועט בעז"ה אינגאנצן בטל ווערן.

דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק.

זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען אן אסיפה בקו''פ מיט די רבני ועד לטהרינו דקהילתינו הק' אינאיינעם מיט די איינגעשטעלטע פון "גדר" ווי מען איז איבערגעגאנגען די לעצטערע אנטוויקלונגען אין די פעלד פון טעכנאלאגישע כלים, און רבינו שליט"א האט געגעבן הוראת קדשו, און אנגעוואונטשן די עסקנים מען זאל ווייטער קענען אויפטון למען טהרתן של ישראל.

ארום 10:10 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. הרה"ח ר' אברהם שמעון רייך הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 12:00 אזייגער.

פרייטאג ערש''ק נצבים ו' סליחות

באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול.
- בעל תפלה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יושע בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אויך זענען אריין בקודש פנימה עטליכע תלמידי הישיבה חברי וועד מעתיקי שמיעה פון הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און האבן איבערגעגבן ספרו החדש אמירה נעימה ב"כ דרשות, איידער ס'גייט אריין אין דרוק לקראת די חתונה פון נכדתו הכלה, נכדת דור רביעי הבכירה פון רבינו שליט"א, וואס וועט פארקומען בשעטומ"צ דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט, דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו און זייער עבודת הקודש.

נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו די שמחת החאלאקע פון נכדו הילד כמר יצחק ני"ו בן בנו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נאכמיטאג ארום 5:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל הר"ר יחיאל נפתלי באב''ד שליט''א (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאכן ברית האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו און עקסטער טעלעפאניש פאר אביו הרב הגאון ר' מרדכי שליט''א ראב''ד מכון להוראה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ה אלול תשפ"ה9/18/2025

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת נצבים - ראש השנה שנת תשפ"ו לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
עשר תעשר את כל תבואת זרעך (ה).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
📄 נצבים ר''ה תשפ''ו9.8 MB
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים אהיימשפאצירן נאך תפלית שחרית פון ביהמ''ד הגדול לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
מיטוואך פרשת נצבים - ד' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקא אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' אהרן ווערצבערגער ה"יו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל זאב גאנדל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א, בן האדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ב"ר עזריאל יאקאבאוויטש הי"ו.
- ב"ר חיים דוד ניישטאדט הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יעקב ברח"מ שטויבער הי"ו און הרה"ח ר' דוד יצחק קליין הי"ו.
- הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א און הר"ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ד אלול תשפ"ה9/17/2025

באריכט
דינסטאג פרשת נצבים - ג' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ראש ישיבת שיעור ד'. מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
- ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו.
- ב"ר יואל ברש"ה שעהר הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. תיכף ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה יעקב הי"ו און איז געווארן אריינגעגעבן היינט אויפדערנאכט בבית מדרשינו הגדול אין וומסב"ג,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלמה יעקב הי"ו פאר בנו הרה"ח ר' מנחם הי"ו און אלע בני המשפחה.

זמני כניסה איז געווען פון 5:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 10:40, און האט ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ג אלול תשפ"ה9/16/2025

בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי כתיבת האותיות היינט אין די נאכמיטאג שעות אין שטוב פון הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי"ו אין וומסב''ג פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך ר' שלמה יעקב הי''ו און איז אריינגעגעבן געווארן היינט אויפדערנאכט בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
מאנטאג פרשת נצבים - ב' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם משה גאטעסמאן הי"ו.

- בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
- לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי"ו.
- שלישי: הב' הבר מצוה ני"ו.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- גלילה: הב' שלמה מנשה ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש די תלמידי הת"ת פון כתה ח' שע"י מוסדותינו הק' אין וומ"ס סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די קינדער וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני תפילה במשך די ימי הקיץ העעל"ט.

זמני כניסה איז געווען פון 6:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים: הרה"ח ר' יואל יצחק לעפקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"ז גאלדשטיין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 10:10 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים: הרה"ח ר' יואל ברז"ל אינדיג הי"ו - לאנדאן, און הרה"ח ר' יוסף חיים פאלאטשעק הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי כתיבת האותיות מוצש''ק, און ביים הכנסת ספר תורה נעכטן זונטאג אין ביהמ''ד דברי יואל, אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' גדלי' מתתי' לענעראוויטש הי"ו אינאיינעם מיט די מתפללי הביהמ"ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי אמירת א' סליחות בהתעורות רב במקהלות אלופי אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
זונטאג נצבים - א' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר אום 5:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל.
דאס ביהמ"ד הגדול מיט אלע אירע היכלים און קארידארן ביז צום פארטש, זענען געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו מיט שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי. רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב, מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, מאוצרו פון הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו, און פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א מיט גרויס התעוררות, מען האט געענדיגט ארום 6:25.
תיכף נאך סליחות איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי וואו דער רבי האט תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
- בן הרב אברהם ישכר בעריש וועלץ הי"ו (ב"פ).
- ב"ר מענדל בר"מ הירש הי"ו (וומסב"ג).

דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:30. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה ווייסמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים שמעון ברש"ל וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען די ברית'ן לתאומים הנולדים אצל נכדו ר' אברהם הערש געלבשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 10:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' גדלי' וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה ברוך ענגלענדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד דברי יואל צום שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' גדלי' מתתי' לענעראוויטש הי"ו אינאיינעם מיט די מתפללי הביהמ"ד, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און מכבד געווען הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד און די נדבן הספר תורה צו טאנצן, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד. נאך מנחה ארום 7:55 איז דער רבי צוריק לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו האט מנדב געווען א גרויסע סכום פאר די מקוה טהרה החדש אין קר"י, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו. מ'האט געענדיגט ארום 9:20. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא תושבי קר"י, און אנגעהויבן כדרכו הקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א רב בביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' ב"פ.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הר"ר נפתלי צבי ברודא שליט"א (בני ברק).
- מנוחה ושמחה: נכד רבינו הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' אהרן יואל כאירה הי"ו (ארגענטינע).
- ברכת המזון: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי מרדכי דוב מהאראנסטייפל זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ב אלול.
- קה רבון עלם: האדמו"ר מזידיטשוב פתח תקוה שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 12:35.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' הערשל בר"ב פריעד הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.

עליות.
- כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
- לוי: החתן ב"ר משה ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
- רביעי: החתן ב"ר שלום העניך פריעדמאן הי"ו.
- חמישי: החתן שמואל יודא בן הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו.
- ר' הלל בר"י לעווי הי"ו.
- ר' יושע ברא"י הערשקאוויטש הי"ו.
- ר' הערשל בר"ב פריעד הי"ו.
- ר' שלמה ברא"י ווערצבערגער הי"ו.
- ר' אהרן ברע"י וויינשטאק הי"ו.
- ר' יעקב יואל אינדיג הי"ו.

- שביעי: החתן ישכר דוב ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו.
- הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- אחרון: החתן משה ב"ר יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
- הגבה: הר"ר אהרן קויפמאן שליט"א (מאנטרעאל).
- גלילה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו.

מוסף: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ס איז דער רבי אריינגעקומען ארום 7:45.
- מנחה: הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו.
- כהן: ר' ישראל ברא"ש כ"ץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו - וומסב''ג.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז בימי אלול ווען מען דארף תשובה טוהן אויף די מעשים פון א גאנץ יאר דארף מען זיך מתבונן זיין פון ווי מען שטאמט, ווייל לפי ערך די אבות הקדושים איז דער פגם למעלה אסאך גרעסער און ווען עס קומט צו טוהן ריכטיגע תשובה איז זכות אבות מגין משפיע זיין כל טוב, און מיט בכיות מעורר געווען דעם ציבור מען גייט זאגן ביי די סליחות 'זוחלים ורועדים מיום בואך' דארף מען זיך מתבונן זיין צו מען זאגט עס מיט די גאנצע הארץ און אויסנוצן די לעצטע טעג פון יאר זיך צוצוגרייטן צו ראש השנה.

- ידיד נפש: הרב הגאון ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו - וומסב''ג.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יעקב בר"ל קאהן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:10.

ארום 11:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' גדלי' מתתי' לענעראוויטש הי"ו אינאיינעם מיט מתפללי ביהמ"ד דברי יואל און איז אריינגעגעבן געווארן א' סליחות אין ביהמ"ד דברי יואל, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' גדלי' מתתי' הי"ו, פאר הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ט אלול תשפ"ה9/12/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל ברמ"א שטיינבערג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יוסף ישראל זעגלבוים הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יצחק מאיר בר"ח פארקאש הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור און די בעלי ברית'ן בחדרו הפרטי.

אויך איז פארגעקומען אן אסיפה בחדרו הפרטי מיט די מנהלי המתיבתא ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים בנוגע די קומענדיגע שנת הלימודים הבעל"ט, און דערביי האט דער רבי קובע געווען אז מען וועט אי"ה לערנען מסכת בבא בתרא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בנציון עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יושע איצקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און אנגעהויבן די צווייטע מאל ספר תהילים און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אויך זענען אריין בקו''פ די תלמידי מציוני הישיבה וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת שבת, און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר אלע בחורים און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך א קורצע צייט ארום 12:45 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד פארגעלערנט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, און נאכן סוגיא שיעור ממשיך געווען מיט דברי מוסר והדרכה לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און ארויסגעברענגט די שמחה פון די בחורים יעצט ווען מען שטייט סוף יאר און מען גייט אהיים מיט גאנץ מסכת שבת, 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' בזאת שטייט אין די גמרא מיינט מען שבת, מיט מסכת שבת גייט מען צו צום יום הדין, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד סיום הזמן, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת. ביים ארויסקומען פון בית השחיטה האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די מצה בעקערי דקהלתינו הק' וועלכע ווערט פארברייטערט צו קענען נאכקומען די פארלאנג פאר די מהודר'דיגע מצות.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ א קבוצה עסקנים פון יוסטאן טעקסאס וועלכע פירן אן מיט די הכנסת אורחים לטובת חולי ישראל אין די ארטיגע שפיטעלער, אין באגלייטונג פונעם דינאמישער עסקן למען חולי ישראל ר' מאיר וואלף מענדלאוויטש הי"ו. עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות לטובת די חולי ישראל און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:30 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' נפתלי הירצקא בר"ה ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' משה העניך פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
נאך די חופות האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג