בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגט' מרחשון תשפ"ו10/31/2025

בילדער · 6
מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לרגל פתיחת בית מדרשינו החדש אין לינדען וועלכע עפענט זיך אויף דעם שב"ק, מיט די באטיילוגונג פון הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און ראשי והנהלת הקהילה אינאיינעם מיט פילע אנ''ש תושבי לינדען.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
דאנערשטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א


אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נתנאל ברוין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל דעם נייעם זמן. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד מאיר ני"ו בן הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חאלאקע אינגל, פאר די זיידעס הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און פאר די גאנצע משפחה.

אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מראדוויל שליט"א פון מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו ברכת קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר יוסף חיים ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אהרן ברמ"ב שווארטץ הי"ו.

ארום 12:00 איז פארגעקומען בקו''פ א מסיבת לחיים לרגל פתיחת בית מדרשינו החדש אין לינדען וועלכע עפענט זיך אויף דעם שב"ק ברוב פאר והדר, מיט די באטיילוגונג פון הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און ראשי הנהלת הקהילה אינאיינעם מיט פילע אנ''ש תושבי לינדען, דער רבי האט געהערט א באריכט פונעם רב שליט"א, און דערנאך משמיע געווען דב"ק לרגל פתיחת הביהמ"ד און אויסגעשמועסט אלעס וואס פארלאנגט זיך פאר א חסידישע ביהמ"ד בעניני תורה, תפילה, גמילות חסדים און צניעות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען ברכת קדשו פאר הרה"ג רב דקהלתינו שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען לכבוד המאורע און דערנאך זענען אלע תושבים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חיים דוד שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי אהרן זגיל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א לרגל שמחת הנחת תפילין פונעם אור אייניקל הב' הבר מצוה אלימלך ני"ו בן נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה ני"ו, און פאר הב' ב"ר אפרים ווייס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס פאר נכדו ני"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר נכדו הרה"ג רב דביהמ"ד רב טוב שליט"א און פאר אלע מרביצי תורה און קינדער, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'למען תהיה תורת ה' בפיך' און געטייטשט אז אויף הידור מצוה איז יא דא שכר מצוה בהאי עלמא, און מעורר געווען די בחורים נישט רעדן מיט די תפילין וואס דאס איז הידור מצוות תפילין, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער בבנין המתיבתא סניף קדושת יואל ווי עס איז פארגעקומען א אויפנאמע פאר די חרדי'שע בארד מעמבערס מטעם די רעגירונג קאלעדזש פראגראם.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ ר' ברוך אברהם הורוויץ שליט"א ראש ישיבת באבוב חתן הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, וועלכע איז געשיקט געווארן מטעם די רעגירונג פאר די רוטינע אויפזיכט אויף די לימודים, דערביי זענען אויך אנוועזנד געווען די מנהלים פון אלע סניפי המתיבתא און די ראשי הכולל פון אלע כוללים דקהלתינו הק' אין ניו יארק מיט די חברי הנהלת המתיבתא.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די פארשטייער, און אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די גאנצע השתלשלות פון די ישיבה מיום הוסדה און די וואוקס און בליה פון די קרוב צו 1,500 תלמידים, און ארויסגעברענגט לשבח פון די אלע מרביצי תורה און די געוואלדיגע גוטע חינוך וועלכע די בחורים ווערן מחונך און העלפט זיי שטארק ארויס אויף די יארן שפעטער, ווי מען זעט טאקע אז קרית יואל איז א שטאט מיט קרוב צו 45 טויזענט נפשות! און עס איז נישט דא קיין איין קרימינאל אדער שיסעריי, און דאס איז אלעס צו פארדאנקן די ישיבה יארן ווי מען איז מחנך די בחורים נאר צו תורה ומצוות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו בשם די הנהלה, און דערנאך האבן די מנהלים און די אנוועזנדע ראש הכוללים יעדער פאר זיך ארויסגעברענגט די פילע פעולות און מסגרת'ן וואס איז דא צוגעשטעלט פאר די בחורים פון אריינקומען אין ישיבה ביז נאך די חתונה. מען האט געענדיגט ארום 1:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בערך אום 2.15 נאכמיטאג האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום די 'אוטיסוויל טורמע' אין אפסטעיט ווי דער רבי האט אפגעשטאט א ביקור חיזוק פאר אחב"י יושבי חושך וצלמות און דערביי גענוצט די געלעגנהייט צו שתדל'ן ביי די אינסטאנצן צו פראבירן פארגרינגערן זייער לאגע וויפיל עס איז שייך.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די ארטיגע הויכראנגיגע באאמטע וואס זיי פארמאגן די פאקטישע מאכט צו שטרענגער און לויזער מאכן די רעגולאציעס און באגרעניצונגען פון די ארעסטאנטן, ווי אויך מיטן טשאפלעין וועלכע גיבט זיך אפ מיט די אידישקייט אנגעלעגנהייטן אינעם טורמע.
עס איז פארגעקומען א זיצונג מיט די באאמטע, ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט זיי פארשידענע אופנים וויאזוי מען קען פארגרינגערן פאר די ארעסטאנטן, און געבעטן די באאמטע מיטצוארבעטן מיט די עסקנים, און פארשפראכן צו ארבעטן אויף אלע אנדערע פראנטן צו פארזיכערן אז זיי שטויסן זיך נישט אן אין קיין ביוראקראטישע, פאליטישע, אדער געזעצליכע שטערונגען.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבה אינעם ארטיגע ביהמ"ד ווי קרוב צו דריי מנינים אידן וואס זענען ליידער יושבי חושך וצלמות האבן ענטפאנגען דעם רבין מיט גרויס שמחה, עס האט אויפגעטרעטן דער טשאפלעין פונעם טורמע הרב רבי חיים שוחט שליט"א מרא דאתרא קהל אנשי ספרד מאנסי.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש מיט שטארקע דברי חיזוק פאר די יושבי חשך, און נאך די דב"ק האט זיך פארמירט א משא ומתן בהלכה מיט די אידן, וואו צווישן אנדערן האבן עטליכע פראבירט צו פארענטפערן די לומדי'שע קשיא וואס רבינו שליט"א האט איבערגעלאזט ביים סיום פון חבורת "יסודי התורה" דקהלתינו הק' פארגאנגענעם זונטאג, און דער רבי האט זיך מפלפל געווען בתורה מיט די אידן.
דערנאך האבן די ארעסטירטע געמוזט פארלאזן די פלאץ צו גיין צו די טעגליכן ציילונג, און דער רבי האט אויסגעווארט אינעם ביהמ"ד ביז עס איז פארענדיגט געווארן, דערביי האט זיך פארמירט א שמועס מיט דער טשאפלעין, ווי דער רבי האט זיך פאראינטערעסירט אין די מצב פון די אידן וועלכע זענען ליידער אין טורמע, און וואס נאך מען קען טון זיי ארויס צו העלפן.

נאך די ציילונג זענען די ארטיגע אידן צוריק געקומען, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
צום ערשט האט דער גאנצער אנוועזנדער ציבור אינאיינעם געזינגען אני מאמין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור, דערנאך האבן אלע ארעסטאנטן געהאט די געלעגנהייט צו אריינגיין צו רבינו שליט"א אויף א פריוואטע פארנעם ווי דערביי האט דער רבי יעדעם פערזענליך שטארק מחזק געווען צו קענען ווייטער אנגיין אין אזא שווערע מצב.
נאך עטליכע שעות האט דער רבי פארלאזט די תפיסה נאכן איבערלאזן ברכת קדשו אינאיינעם מיט הויפענעס מיט חיזוק פאר אחב"י היושבים בחושך וצלמות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט די באזוך, און אהיימגעפארן קיין קר"י.

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יושע צבי פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שמעון לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 9:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:20.

נאך מעריב איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א שיף הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו.

ארום 9:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד רב טוב בשכונת עצי חיים צום שמחת הבר מצוה פונעם אור אייניקל הב' הבר מצוה אלימלך ני"ו בן הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודת בר מצוה, במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן דער זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הרה"ג רב דביהמ"ד רב טוב שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, און נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני תפילין און לשבח פונעם בר מצוה בחור וועלכע האט מסיים געווען עטליכע מסכתות און אנגעוואונטשן ער זאל קענען מסיים זיין כל הש"ס, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור, מען האט געענדיגט ארום 11:10.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' בערל פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' בעריש ווייזער הי"ו (מאנטרעאל), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמחה פראנצויז הי"ו.
- ב"ר יצחק רובין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל דעם נייעם זמן. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 7:30 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען א באזוך בקו''פ האדמו"ר מסקווירא מב"פ שליט"א אינאיינעם מיט אחיו ומחותנו הרה"צ ר' פנחס טווערסקי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי צאצאיהם למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאבל, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרב אברהם ברוך פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת לך לך שנת תשפ"ו לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
מאן פני האדון ה' דא רבי שמעון בר יוחאי .
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
📄 לך לך תשפ''ו חו''ל12.0 MB

דאנערשטאגח' מרחשון תשפ"ו10/30/2025

באריכט
מאנטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל די נייע זמן.

אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן בויען און צענעמען די סוכה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אין די מיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש דורך א הוקאפ ביי די אסיפת הרבנים וועלכע איז פארגעקומען אין מאנטרעאל לקראת דעם מחאה אדירה וועלכע איז פארגעקומען דינסטאג פארנט פונעם ציוני'סטישער קאנסולאט אין קוויבעק אנטקעגן די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, און ארויסגעברענגט די חיוב וואס ליגט אויף יעדער יחיד פון אנ"ש זיך צו באטייליגן ביים מחאה אדירה און אויסשרייען דעם וויי געשריי קעגן דעם שלטון הרשע וגזירותיהם.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' מאיר מרדכי בודק הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל אלי' שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יושע קאהן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הר"ר דוד פערל שליט"א היושב ע"פ אחותו ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"צ רבי נחמי' אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הגה"ק השפת אמת זצ"ל, אזוי אויך האט ער אפגענומען ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און געבעטן צו שיקן א ברכת מזל טוב און פריסת שלום פאר אביו האדמו"ר מגור שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אביגדור כהנא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נפתלי צבי הורוויץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 2:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום קאלהארי סענטער אין פענסעלוועניע ווי עס איז פארגעקומען דער "מעמד כינוס הלומדים וסיום חצי הש"ס" דורך 'חבורת יסודי התורה' שע"י קהלתינו הק' מיט די השתתפות פון אלפי אנ''ש לומדי החבורה מסיימים און מתחילים.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:30 און אריין אינעם ביהמ"ד ווי טויזענטער אנ"ש חברי החבורה זענען געזעצן און געלערנט די לעצטע צען בלאט פון מסכת קידושין, און זיך ארומגעדרייט מיט א רגש צווישן די לומדים און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט. דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן בימת הכבוד ווי דער רבי האט עוסק געווען בתורה.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די בחינה בכתב דורך די טויזענטער לומדים אויף די לעצטע צען בלאט אין מסכת קידושין.

נאך די בחינה האט דער רבי משמיע געווען א שיעור פתיחה אויף מסכת בבא קמא, און אנגעהויבן מיט א זעלטענע התרגשות 'ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!' זעהענדיג אזא גרויסן ציבור לומדים ומסיימים, און דערנאך אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט די ארבעה אבות נזיקין מיט היינטיגע דגמאות כדי מזאל דאס גוט פארשטיין, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא פאר די טויזענטער לומדים און מסיים געווען בדברי התחזקות וברכה פאר די לומדים. דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי.

ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודה הגדולה לכבודה של תורה לרגל סיום מסכת קידושין וחצי הש"ס, ביים אריינקומען האט דער רבי זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן, און זיך געוואשן צו די סעודה.
דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג, האט ממשיך געווען און ארויפגערופן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו - פטרון החבורה בקר"י, הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - פטרוני החבורה אין וומסב''ג, און דערנאך הרה"ח ר' יואל העללער הי"ו, הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי"ו - מגדולי עסקני החבורה אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א.

דערנאך האט אויפגעטרעטן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו מיט טרעפליכע דיבורים און קורצע היסטאריע איבערבליק פון ווען רבינו שליט"א האט געגרינדעט זיין חבורה יסודי התורה בערך 20 יאר צוריק, און האט ארויסגעברענגט אז דער הייליגער ייטב לב זיע''א האט באפוילן זיינע קינדער אז זיי זאלן בענטשן און משפיע זיין השפעות טובות דורך משמיע זיין דב"ק דורכ'ן זאגן תורה, און האט אויסגעפירט אז רבינו שליט"א האט געזאגט במשך חודש תשרי אריבער זעכציג מאל תורה! און געבעטן פון רבינו שליט"א אז דער רבי זאל משפיע זיין ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור בכל ענינים.

ארום 7:10 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'לך לך מארצך וכו' ויהא ברכה' און ארויסגעברענגט אז מען שטייט היינט ביי א סיום חצי הש"ס פון א חבורה וואס מען האט מייסד געווען קרוב צו צוואנציג יאר צוריק 'וגם אני חבר החבורה מיום הוסדה' און ברוך השם עס איז היינט צוטאגס דא אזעלכע חבורות אין די גאנצע וועלט און עס איז פארשפרייט געווארן אסאך תורה דורך די חבורה, די תורה הק' איז משפיע כל הברכות און וועט אוודאי חל זיין אויף אלע לומדי החבורה, און ארומרעדענדיג בשבח פון די לומדי החבורה צו לערנען א עמוד א טאג באיכות, און ארויסגעברענגט ווי מען זעט דא אינעם זאל אסאך עלטערן מיט די קינדער און אפילו אייניקלעך וואס האבן אלע מסיים געווען די מסכת, אשרי לו ואשרי חלקם!, און אויסגעפירט מיט א קריאה צו אנשי שלומינו אשר ישנו פה ואשר איננו פה 'ווער עס האט נאכנישט א שיעור בקביעות זאל זיך אנשליסן אין איינע פון די חבורות פון קהלתינו הק' אדער חבורת יסודי התורה אדער חבורת תורתך שעשועי, די עיקר עס זאל זיין בקביעות גמור, לערנען, חזר'ן, און זיך שטעלן אויף א פארהער.

דער רבי האט מסיים געווען און זיך באדאנקט פאר די חשוב'ע נדבנים וועלכע זענען מסייע די חבורה בראש וראשון ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און אזוי אויך ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע חוץ זייערע גרויסע פעולות לרומם קרן קהלתינו ומוסדותינו הק' שטייען זיי צו הילף ביי די חבורה, און אלע אנדערע עסקנים כל אחד בשמו יבורך, 'הקב"ה ישלם פעלם ושכרם הרבה מאוד' און גענדיגט בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב"ק האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה אלץ הכנה צום סיום מסכת, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י.
דער רבי האט מסיים געווען מסכת קידושין און אנגעהויבן מסכת בבא קמא, און געזאגט דעם הדרן און קדיש, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיטן ציבור לאלפים מיט גרויס התרגשות און שמחת התורה.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות פאר עטליכע חתנים מאנ"ש, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקני המעמד, מען האט געענדיגט ארום 8:45 און דער רבי האט געדאווענט מעריב בחדרו הפרטי, בעל תפילה: הרה"ג ר' אברהם חיים מאטצען שליט"א מרבני התאחדות אברכים וומסב''ג.
ארום 9:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן דוד צבי ב"ר יקותיאל יוסף ניימאן הי"ו.
- החתן מרדכי שמואל ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
- החתן אברהם הערש ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו.
- החתן משה ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
- החתן חיים שרגא ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.

ארום 6:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 8:10.
עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת תפארת יעקב בארה"ק עטה"ק. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו (ירושלים).

פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און ארויסגעברענגט אז דורך שירות ותשבחות ביי די סעודת שב"ק באקומט די גוף א קדושה און מען האט כח זיך צו שלאגן מיטן יצר הרע א גאנצע וואך, און דערביי מעורר געווען די בחורים אפצורעכטן די סעודת שב"ק כראוי מיט שירות ותשבחות, און געזאגט אז 'מען האט נישט געדינגען קיין חברה מזמרים' נאר די גאנצע ישיבה דארף זינגען די זמירות שבת לכבוד שבת.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה שפיגעל הי"ו (וומסב''ג)

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'איש צדיק תמים היה בדורותיו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין עשה לפני הדיבור דוחה לא תעשה לאחר הדיבור.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו (ב"ב).
- ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק מרוזשין זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק ג' חשון.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:45.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אהרן פרענקל הי"ו (וומסב''ג)
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אשר אנטשיל גאנדל הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יעקב ב"ר שמואל פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך שליט"א אב"ד וועגשייד וומסב''ג.
- שלישי: החתן דוד צבי ב"ר יקותיאל יוסף ניימאן הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן מרדכי שמואל ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן חיים שרגא ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו.
- ר' מאיר דוד ברק"י ווייס הי"ו.
- ר' הערש אלימלך ב"ר יואל בר"א קויפמאן הי"ו.
- ר' ליפא ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
- ר' יושע בר"מ פריעדמאן הי"ו.

- שביעי: החתן אברהם הערש ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- אחרון: החתן משה ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
מען האט געמאכט די מי שברך להמתענים בה"ב.
- מוסף: הרה"ח ר' שמואל פריעדמאן הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא טייטלבוים הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:35.
- בעל תפילה: ר' בערל אקער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' שמואל משה פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח וכו' את האלקי'ם התהל'ך נ'ח ווי דער בעל הטורים זאגט איז ס"ת 'חכם' און געטייטשט אז די עונש וואס מען באקומט ווען מען טוט אן עבירה איז נישט אויף די עבירה אליינס נאר אויף דעם אז מען האט נישט תשובה געטוהן, דורך לימוד התורה האט מען די זכי' צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב ואומרת שובו בנים שובבים און מען איז זוכה לתשובה, און געזאגט דברי התחזקות צום נייעם זמן, בעלי בתים, אברכים, בחורים, און תשב"ר, צו זיכער מאכן צו האבן שיעורי תורה בקביעות גמור.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה וומסב''ג.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 9:00.

מוצש''ק ארום 10:40 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד צאנז צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורכן ביהמ"ד לכבודו פון הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד, לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי ומנהגי צאנז, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:50, הב' שמעון ב"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו איינער פון די תלמידים האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, פאר הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, פאר די אנוועזענדע רבנים, עלטערן, און אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק והתחזקות צו שטייגן יעדן טאג אין עבודת השם און תשובה טוהן אויף די נעכטיגע טאג, און ארומגערעדט בשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין און זענען געשטיגן מעלה מעלה בעבודת השם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 12:30 אויפן וועג ארויס פון זאל האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און זיך פערזענדליך באדאנקט פאר זיין דירה בקרית יואל המורחבת וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אוואך צייט ביז שבת למנוחת הנפש, און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר יצחק יעקב גאלדשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.

און די פארמיטאג שעות האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל נאכן וויילן די פארגאנגענע וואך אויף אפרוה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג נח - ב' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר חיים שלמה אדלער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:45 און מעריב ביים זמן ר'"ת בבית האכסניא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג