בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגי"ח כסלו תשפ"ו12/8/2025

בילדער · 8
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- ריקודין.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 8
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- כ''ק אדמורי''ם מוויזניץ מאנסי און וויזניץ לאנדאן שליט''א ביים חתונה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 18
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- סעודת החתונה והופעת החתן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 10
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- הופעת רבינו שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 9
הויכראנגיגע באאמטע פון די תפיסות איבער אמעריקע און פון די לאקאלע אויטאסוויל טורמע אויף א וויכטיגע זיצונג בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאך א לענגערע באזוך אין שטאט קרית יואל, אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון רבינו שליט''א ביים באזוך אין אויטאסוויל טורמע פארגאנגענעם פרשת לך.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 8
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומסב"ג, און דערנאך אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- סעודת החתונה בביהמ"ד הגדול בראשות הגאוה"צ די זיידעס און מחותנים שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 13
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומסב"ג, און דערנאך אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- מעמד החופה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 20
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומסב"ג, און דערנאך אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- מעמד קבלת פנים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 5
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומסב"ג, און דערנאך אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- תפילת מנחה וברכות הקודש ביום החופה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
דברי בדחנות ביים שמחת שבע ברכות רבתי אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו, לרגל נישואי נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א הכלה בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
נאך פון די געהויבענע מינוטען ביים שמחת שבע ברכות רבתי אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו, לרגל נישואי נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א הכלה בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק ביים ערשיינען צום שמחת השבע ברכות רבתי אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו, לרגל נישואי נכדתו דור רביעי הבכירה, הכלה בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
ערשטע בילדער שמחת שבע ברכות רבתי אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו, לרגל נישואי נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א הכלה בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

זונטאגי"ז כסלו תשפ"ו12/7/2025

באריכט
מאנטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' איתמר טובי' רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
- ב"ר חיים הערש ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל משה ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יצחק נפתלי מאנן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים מרדכי פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' שאול חיים גאלדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר צבי גאלדבערג הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק פישער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן פאר די 'תאומים' לבן הנולד אצל ר' יואל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר חיים משה לעוו שליט"א.
- ב"ר אברהם מאיר עקשטיין הי"ו.
- ב"ר אלי' שפיטצער הי"ו.
- ב"ר דוד קליין הי"ו.
- ב"ר יחזקאל שרגא הירש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 4:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד משה ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי נכדו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה''צ ר' שמעון שנעבאלג שליט"א רב שכונת הר שמואל בארה"ק בן האדמו"ר מזידיטשוב ב"ב שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר פישל ברי"צ סופר שליט"א און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א.
- הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בריח ביקעל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 3:30 האט דער רבי אנגעטוהן דאס שטריימל פארן אור אייניקל החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א בן הרה"ג ר' יעקב שלמה שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה קרית יואל המיול"ח הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג חתן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
דער רבי האט אנגעטוהן די שטריימל און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 6:40. און עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל תפארת בחורים וומסב''ג, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית אלעזר שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- כל מקדש הרה"ח ר' בנימין שעכטער הי"ו (חיפה).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אסף אלקים את חרפתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו.

- קה אכסוף: נכד רבינו הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

דערנאך האט דער ארומגערעדט לענגערע דב''ק איבער די מצוה פון הפרשת תרומות ומעשרות וואס מען האט געהאט די זכיה צו מקיים זיין די וואך אין ארה"ק צום ערשטן מאל, דער רבי האט אויסגעשמועסט און מסביר געווען פאר די בחורים דעם סדר אין אלע הלכות פון די הפרשה בטוב טעם ודעת.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יצחק יוסף מארק הי"ו (ירושלים).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
עליות.
- כהן: החתן טובי' ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
- לוי: ר' משה אליעזר רובינפעלד הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: החתן יואל משה ב"ר דוד שטוהל הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן יעקב גדלי' ב"ר יוסף הערש מיללער הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן יושע ב"ר דוד משה ניישטאדט הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון דערהויבענע מסע הקודש אין ארה"ק, דערנאך האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' משה יעקב מאסרי הי"ו.
- ר' וואלף בער ליכטענשטיין הי"ו.
- ר' אברהם יצחק גרינפעלד הי"ו.
- ר' יוסף אשר גאטליעב הי"ו.

- שביעי: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו.
- הוספות: החתן משה יואל ב"ר אליעזר טעללער הי"ו.
- החתן ב"ר יצחק אהרן האלענדער הי"ו.
- אחרון: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.

ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדי רבינו בת הנולדה אצל הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ארה"ק, און די שמחת הקידושא רבא לבת הנולדה אצל הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ב"פ.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו.
- כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית דוב.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו (מאנסי).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט אויפן פסוק 'אכן יש ה' במקום הזה' און געטייטשט אז ווען עס איז דא עובדי ע"ז אין ארץ ישראל ובפרט אויפן מקום המקדש איז דא א רצועה יוצאות מארץ העמים און עס איז נישט דא דארט קיין קדושת ארץ ישראל, און נאר אזוי פארשטייט מען וויאזוי עס קען זיין אזא מקום טומאה אויף אזא מקום קדוש ביים מקום המקדש, און ארומגערעדט בדברי רגש וגעגועין בקול בוכים אז מען פארט קיין ארץ ישראל און מען זעט עס צו מיט די אייגענע אויגן שועלים הלכו בה, אוי לעינים שכך רואות אויפן מקום המקדש שמשם יראה יוצאות לעולם, דארט איז געווען די עקידת יצחק, דארט האבן יצחק און יעקב מתפלל געווען, דארט האט די שכינה גערוט בזמן שביהמ"ק קיים, און ליידער זעט מען אזא מקום טומאה אויפן פלאץ, מען האפט און מען איז מתפלל עס זאל בקרוב זיין ותבנהו מהרה ותגדל כבודו בביאת גואל צדק בב"א.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו (וומסב''ג)
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:25.

ארום 9:30 האט זיך דער רבי אריינגעפארן קיין ב"פ צום דינער השנתי 'אהבה רבה' לטובת מוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי'.
ביים אנקומען אין ב"פ האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אנטשיל ב"ר יצחק גאלדבערגער ע"ה.

דער רבי איז אנגעקומען צום דינער ארום 11:00 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט דער יושב ראש הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו אויפגערופן דעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו צו משמיע זיין די דבר המוסדות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו' און ארומגערעדט איבער די נסיעה קיין ארה"ק פון ווי מען האט זיך נארוואס צוריקגעקערט, און ארויסגעברענגט די שטארקע קורת רוח פון זיך באגעגענען מיט די חשובע בני עליה ותלמידי חכמים מפורסמים וואס זענען אין די בחינה פון 'עולים', אבער מען האט אויך געזען די 'יורדים' די בחורים פון חוץ לארץ וועלכע לערנען אין ארץ ישראל און דרייען זיך אין די דארטיגע גאסן בייטאג און ביינאכט, מען דרייט זיך אויף הפקר אין אלע פלעצער און אויף אלע שמאלע גאסן אנשים נשים וטף, און דאס דארף יעדער איד וואס שיקט זיינע בחורים לערנען אין ארץ ישראל וויסן די סכנה וואס דאס איז בגשמיות וברוחניות.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און געזאגט אז אינו דומה שמיעה לריאה, ביז יעצט האט מען געהערט פון די גזירה און יעצט האט מען צוגעזען די פחד אין וואס מען לעבט דארט יעדע בחור און אינגערמאן און אזוי אויך די עלטערן אויף די קינדער מען זאל ח"ו נישט ארעסטירט ווערן רח"ל.
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' אין ב"פ, די ת"ת די בית רחל די ישיבות קטנות בעיר ובחוץ לעיר און די ישיבה גדולה, און אויפגעפאדערט אנ"ש צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאכן דינער איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם הערליכן לאקאל פון ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' בראשות הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א און בנו הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן רב שליט"א און פאר די מתפללי ונדבני הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 12:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הלל וויינגארטן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א, מו"ץ.
- ב"ר יוסף גאנץ הי"ו.
- ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר שלמה דוב לאנדא הי"ו.
- ב"ר יושע מנחם זאב שווארטץ הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק.
- בעל תפילה: ר' משה ארי' שטרוהל הי"ו.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א, מו"ץ.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' אליעזר פאלאטשעק הי"ו.
- גלילה: ר' שלום אליעזר פוקס הי"ו.

נאך שחרית זענען אריין בקו''פ בבית האכסניא א קבוצה לומדי כוללינו כולל עצי חיים וועלכע האבן מסיים געווען שו"ע יו"ד, דער רבי האט משמיע געווען ברכת הקודש פאר די לומדי הכולל און דערביי ממנה געווען צוויי פרישע מורי צדק אין קהלתינו הק' אין בני ברק, ה"ה הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א און הרה"ג ר' דוד כהן שליט"א, דער רבי האט זיי ווארעם אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיהם ולהורות דבר ה' זו הלכה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי משםחת הרה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה ממייסדי השיכון קרית יואל ומנהל מוסדותינו הק' רבות בשנים, היושבים ע"פ אמם הישישה ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן קורצן וועג צום שטאט לוד ווי עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון 'שמים פתוחים' דער מעמד נרגש מסיבת פרידה פאר רבינו שליט''א אינאיינעם מיט'ן סיום חצי ש''ס דורך חבורות יסודי התורה, פאר אלפי אנ''ש תושבי ארה''ק.
ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען כ''ק אדמורי''ם מיערוסלוב וטעמעשוואר שליט''א.

דער רבי איז אנגעקומען צו די מסיבה ארום 10:45, מען האט געזינגען מערערע ניגונים, אלץ יושב ראש האט געדינט הר"ר משה מנחם הערשקאוויטש שליט"א פון ירושלים און עס האט אויפגעטרעטן מיט רגשי געגועין הרה''ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א מנה"ר ישיבה גדולה מהרי"ט בני ברק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב''ק בדברי דרוש ואגדה על פרשת השבוע ובמשנתו פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און דערנאך ממשיך געווען מיט לענגערע הדרכה אין אלע ענינים, לימוד התורה בקביעות, זיך פירן ווי א חסידישע איד גיין אין מקוה יעדן טאג, דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים בהשקפה אחת מרישא ועד גמירא, מחנך זיין די קינדער לתורה וליראת שמים ומידות טובות, פירן די סעודת שב"ק כראוי מיט זמירות ודברי תורה, אכטונג געבן אויף די צניעות אין שטוב, און שטארק מעורר געווען זיך נישט צו לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די שכינים סיי אין ירושלים און בפרט אין בני ברק סיי בנוגע די הארבע ענין פון ביי-האר און אזוי אויך ביי אלע שייטלען צו גיין נאר בצניעות, רעדן אויף אידיש, נזהר זיין אין נישט ערליכע ליין מאטריאל און אין טעכנאלאגיע און אלע טמא'נע כלים, און שטארק ארומגערעדט איבער די טומאת הציוניות און אלע זייערע נאכשלעפער און פארטייען, און ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ארה''ק ירושלים בני ברק און בית שמש און געזאגט אז עס איז געווען אן עונג רוחני זיך צו טרעפן מיט אנ''ש יראים ושלימים, און עס שטייגט בכמות ובאיכות בתורה עבודה וגמילות חסדים וקשה עלי פרידתכם.
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די ביטערע מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות, מען האט געזען די פראבלעמען און צער פון יעדעם איינעם און מען וויינט מיט און מען פילט מיט מיט יעדעמס ווייטאג, און דערמאנט דעם סיום מסכת קידושין וחצי הש"ס און אויפגעפאדערט יעדעם איינעם זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה מיט מסירות נפש און נאר אזוי וועט מען בייקומען די רשעים און די גזירה פון גיוס בני ישיבות וועט בטל ווערן, און חלילה צו מאכן פשרות און פארהאנדלען אין דעם ענין, און מען דארף זיך האלטן שטארק, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט הר"ר דוד ווייסהויז שליט''א פון בית שמש געמאכט דעם סיום אויף מסכת קידושין וחצי הש"ס, און הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו פון וומסב''ג - מגדולי העסקנים וחבר הנהלת החבורה האט געזאגט קדיש.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכען טאנץ פאר א לענגערע צייט.
דער רבי האט פארלאזט דעם מעמד ארום 12:30 אויפן וועג צום לופטפעלד ווי אנ''ש האבן באגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה נישט זיך קענענדיג געזעגענען פון די הייליגע געהויבענע טעג.
אין לופטפעלד האבן זיך געזעגענט פון רבינו שליט"א ראשי קהלתינו ומוסדותינו הק' פון ארה"ק וועלכע האבן זיך באדאנקט מעומק לבבם בשם כל הקהל הקודש אויף די געהויבענע טעג וואס דער רבי האט געפראוועט בקרב קהלותינו הק' אין ארץ הקודש, און עקסטער אויף די הערליכע תמוכות וואס דער רבי האט געברענגט פון אמעריקא וואס איז פארטיילט געווארן פאר עניי ארץ ישראל, אריינגערעכנט אלע כלי קודש לערערנס און אברכי הכולל און נאך אנדערע, דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן און איבערגעלאזט ברכת קדשו.

ארום 2:00 האט זיך געהויבן דער פליגער אויפן וועג קיין אטענס גריכנלאנד א וועג פון ארום אנדערט-האלבן שעה, און ארום 5:30 האט זיך געהויבן די פליגער פון רבינו שליט"א פון אטענס גריכנלאנד אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.
א קורצע צייט נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מנחה אויפן פליגער, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו

ברוך הבא בשם ה'

ארום 8:50 אויפדערנאכט האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך פילע אנ''ש וועלכע זענען אריבער שלום נעמען אויך האבן אפגעווארט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אין שפיץ פון די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב אינעם לופטפעלד, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה אויפן גאס.

דער רבי איז אנגעקומען לביתו נאוה קודש אין קרית יואל ארום 11:00 און איז אפגעווארט געווארן דורך הונדערטער אנ''ש בשירה וזמרה און די גאנצע ציבור איז אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

מיטוואך דאנערשטאג ויצא - בני ברק - מעמד נרגש מסיבת פרידה פאר רבינו שליט''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א


רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה קטנה און ישיבה גדולה מהרי"ט בבית מדרשינו הגדול.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30 האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים און ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יצחק יודא שישא הי"ו (בית שמש).
- ב"ר משה דוד טעלער הי"ו (בני ברק)
בעל תפילה: הב' ליפא ב"ר יוסף היילברוין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, ביים לחיים האט זיך משתתף געווען הגאון הגדול ר' אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א אב"ד שבט הלוי בראכפעלד.
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני תורה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט''א אב"ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו הק'.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק צום ערשט איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין מסכת בבא קמא און געבעטן די בחורים זיי זאלן עוסק זיין מיטן טרעפן תירוצים, און דערנאך ממשיך געווען בדברי התחזקות בלימוד התורה, תפילה, מידות טובות, מידת האמת, און ארומגערעדט איבערן גזירות הגיוס, ווי דער רבי האט געזאגט אז מיט די גזירה פארשטייט מען שוין די דאפעלטע לשון וואס מען זאגט מאנטאג און דאנערשטאג נאכן ליינען, אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה, בצרה מיינט מען דעם גזירות הגיוס, און בשביה מיינט מען דאס אז די מדינה לאזט נישט ארויספארן די בחורים, וואס ביז היינט האט מען געקענט ארויספארן אבער היינט לאזן זיי נישט, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די תלמידי הישיבה, דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן מיט די קאר ארום דעם גאנצן שיכון ווי עס זענען געווען אויסגע'שורה'ט די הונדערטער תלמידות פון מוסדותינו הק' בנות ארץ ישראל בית פיגא לראות פני הקודש.

בבית האכסניא איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט אנ"ש תושבי ב"ב נדיבי ופטרוני המוסדות וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' אין בני ברק, עס האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' יואל משה גליק הי"ו און הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט''א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק די חשיבות פון אידן אין בני ברק וועלכע שטרענגן זיך אן יותר מכפי יכלתם לטובת המוסדות דאס איז א שטארקע חיזוק פאר די תומכי המוסדות פון חוץ לארץ און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך זענען די תומכים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

דערנאך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים פון די ישיבה גדולה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט די סדר אשמורת הבוקר און דער רבי האט פארטיילט ספרו הק' לב אהרן סוגיות הש"ס מסכת ר"ה - סוכה, און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה אינגעלייט פון קהילת גור וועלכע האבן זיך געשטעלט אויף א פארהער אויף דריי סדרים אין ש"ס, דער רבי האט שארף פארהערט א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 3:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

ארום 4:30 איז דער רבי אריבער אין כולל חלקת יעקב - ברייש, ווי דער רבי האט משמיע געווען א לענגערע טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבא בעבירה פאר די רבני ולומדי הכולל.
דער רבי האט אנגעהויבן בכבוד אכסניא הרה"ג ר' מאיר לוריא שליט"א ואתו עמו הרה"ג ר' משה ברייש שליט"א, א זוהן פונעם חלקת יעקב, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם כולל וואס איז פקיע שמיה און נודה לרבים אלס א מקום תורה חשוב מאוד ווי עס זיצן אידן תלמידי חכמים מופלגים גדולים בתורה שליט"א, דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ווערטער אין מדרש 'אין כבוד אלא תורה' אז מכבד זיין מיינט בדברי תורה, בעהט מען דעם באשעפער אז יהיו לרצון אמרי פי. דאן האט דער רבי האט אנגעהויבן דעם לענגערע שיעור אויף די משנה אין מסכת סוכה דף כט: לולב הגזול והיבש פסול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה, און אריין לארכו ולרחבו פון די סוגיא און מצדד געווען אלע שיטות הראשונים, וועלכע האט מיטגעשלעפט אלע לומדים אין א פייער פון שמחת התורה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה א לענגערע צייט, און מסיים געווען בדברי ברכה פאר די ראש הכולל ואתו עמו אלע רבנים און לומדי הכולל און אנגעוואונטשן אז מען זאל קענען לערנען בבריאת השלמות ללמוד וללמד לשמור ולעשות מתוך הרחבת הדעת עד זקנה ושיבה, און די רשעים זאלן נישט קענען שטערן אידישע קינדער לומדי תורה און שומרי מצות ה'.

דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די שװערע גזירה וועלכע שוועבט אויף אידישע קינדער אין ארץ ישראל און געזאגט אז אין חוץ לארץ האט מען געוויסט אז עס איז דא א שווערע גזירה, אבער מען האט דא געהערט אידן פארציילן די עגמת נפש פון די בחורים און עלטערן, וואס מען מאכט אלס מיט פון די פחד, אז מען ווייסט נישט מה יולד יום ה"י, און געענדיגט מיט ברכות לרוב אז דער אויבערשטער זאל מפיר זיין עצת רשעים, און מ'זאל קענען לערנען מיט הרחבת הדת, און בזכות לימוד התורה וועט מען זוכה זיין בביאת גוא"צ בב"א.
ביים ענדיגן האט זיך דער רבי מפלפל געווען אין די סוגיא מיט די ראשי ולומדי הכולל בריתחא דאורייתא פאר א לענגערע צייט, דער רבי האט פארלאזט די כולל ארום 5:45.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מדעעש שליט"א בהיכל בית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

דערנאך ארום 7:00 איז דער רבי אריבער אויף א מסיבת לחיים אינעם נייעם לאקאל פון 'אילאוויטש שטריימלעך' אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' שמואל מאיר אילאוויטש הי"ו מגדולי תומכי המוסדות וועלכע האט דערביי מנדב געווען א ריזן סכום לטובת בית מדרשינו הגדול אין בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די היסטאריע פון שטריימלעך דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.

ארום 8:00 האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי בני ברק.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א ביקור גומלין באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב בבית האכסניא ארום 11:15, בעל תפילה: הב' שלום ב"ר שלמה פריינד הי"ו. און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען די זמני כניסה פאר ביז ארום 1:30.

נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען א באשיידענע מסיבת לחיים לרגל די שמחה בבית הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א ראש המצילים במרכז עזרה ויעוץ בבית האכסניא, ביים לחיים האט דער רבי ארויסגעברענגט די שוועריגקייט פונעם מצב, ווי ווייט בחורים און עלטערן זענען פארלוירן, און ארום גערעדט איבער די געברויך צו פארברייטערן די אפיסעס און צולייגן ארבייטער צו קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנג און העלפן יעדן וואס וויל זיך ראטעווען בפרט אין בני ברק וואס עס איז כמעט נישטא קיין עסקנים, דער רבי האט דערביי אויסגעשמועסט די וואונדער וואס עס איז דא אויף די וואס ווילן ליידער איינגיין אויף א פשרה, זאגנדיג "איך קען זיי נישט פארשטיין!", און דער רבי האט ערווענט אז מען איז אים שוין געקומען מסביר זיין אז ס'איז נישט געפערליך, ס'וועט שלעפן צייט, אבער דער רבי האט געענטפערט אז דער מהלך גייט נישט גוט ארבעטן און עס גייט נאר ערגער מאכן, בפרט מיט מאכן צרות פאר יחידים, און ווער קען מפקיר זיין אזויפיל נפשות מישראל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, און ספעציעל פאר'ן מחותן ר' שמעון שליט"א אז די פעולות גדולות זאלן מצליח זיין און ס'זאל אנקומען גרינג, מיט די הילף פון אנ"ש פון איבער די גארער וועלט וועלכע העלפן ארויס מיט די הוצאות לאלפים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע עסקני המרכז און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מצוה טאנץ פונעם זיידן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
נאך פון די פייערדיגע מצוה טאנץ ברשפי אש קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדתו דור רביעי הבכירה, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
התרגשות'דיגע התעוררות'דיגע מינוטען ביים אויסרופן כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א צום הייליגן מצוה טאנץ פון הכלה נכדתו דור רביעי הבכירה בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווייז פריערדיגע טעג