בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מיטוואךי"א טבת תשפ"ו12/31/2025

באריכט
דינסטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל רובין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, מנהל הישיבה.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאך שחרית ארום 12:40 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א וואס קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י.
ביים אריינקומען אין אהל האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל בעל ברך משה זיע"א און ביים ציון פון אמו הרבנית ע"ה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה המיוחס צום הייליגן ישמח משה זיע"א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט ווען בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות. און דער רבי האט זיך משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
בעל תפילה: הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א.
פתיחה: הר"ר אנטשיל ווייס שליט"א.
בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י.
גלילה: הב' משה ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו.

ביים זמן ר"ת ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מעריב.

אום 7:00 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען קיין וומסב"ג איז דער רבי ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שלמה זלמן פעדער הי"ו לרגל זיינע פילע לייסטונגן און גיגאנטישע נדבות למוסדות רבינו די בכל אתר ואתר, ובפרט זיין גרויסע נדבה לטובת דעם גמר המקח פאר א שטח רחבה צו בויען א נייע ביהמ"ד מפואר דקהלתינו הק' בשכונת זרע קודש אין קרית יואל המורחבת.
עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' שלמה הי"ו ומשפחתו און פאר זיין חשובן שווער הרה"ג ר' חיים לייב לעבאוויטש שליט"א און פאר די אנדערע נדבנים ואישי הציבור הרבני הנגיד ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו און הרבני הנגיד ר' יחזקאל בר"א בראך הי"ו און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה פאר ר' שלמה הי"ו א לעדערנע ספר לב אהרן, מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:15 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך מתפללי ביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב הביהמ"ד, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר אלע מתפללי ביהמ"ד.

אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד יצחק טובי' רובין ני"ו בן הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א. דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן דאס קאפל און די ציצית, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א אינאיינעם מיט אביו הגה"צ רבי שמואל צבי שליט"א מאלכסנדר און חמיו הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאיהעל מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת קישור החיתון פון בתו הכלה, עב"ג החתן נכד רבינו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פונעם שידוך און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די חשוב'ע זיידעס, פארן מחותן, און פאר די כלה און די גאנצע משפחה.

נאך די זמני כניסה ארום 1:10 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת הווארט ומסיבת לחיים בבית המחותן לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב חיים הערש רוקח שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א, עב''ג הכלה בת הרה''ג רבי יוסף יעקב שרגא פייוול זינגער שליט"א, רב דביהמ"ד תפארת שמואל אלכסנדר וומסב"ג, בן הגה"צ אבד"ק ור"מ אלכסנדר שליט"א, חתן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאיהעל, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה.
מען האט מקבל קנין געווען און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן און מחותנים, פאר די חשוב'ע זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
ארום 1:30 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל אירוסי נכדו למז"ט
הרב חיים צבי רוקח שליט"א
בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
בן הגה"צ אבד"ק קאזלוב מאנסי שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א.

עב''ג הכלה ב"ק תחי'
בת הרה''ג רבי יוסף יעקב שרגא פייוול זינגער שליט"א
רב דביהמ"ד תפארת שמואל אלכסנדר בוומסב"ג.
בן הגה"צ אבד"ק ור"מ אלכסנדר שליט"א, חתן הגה"צ האדמו"ר מסטריזוב שליט"א. וחתן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאיהעל.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי' טבת תשפ"ו12/30/2025

באריכט
מאנטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין וומסב''ג.
- ב"ר משה יודא ברמ"ז הירש הי"ו.
- ב"ר דוד ארי' גאלדבערגער הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ד'.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום מסיבת לחיים רבתי לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ור"מ בישיבה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה, דער מנהל הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א און די מחותנים הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז ווען עס איז מצא אשה מצא 'טוב' דארף זיין 'טוב' להודות לה', און בשבח פונעם חשוב'ן שידוך ממשפחתי ומבית אבי אן אייניקל פונעם זיידן הגה"ק דער ייטב לב זיע"א און הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א און קרובים כמה פעמים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער חתן געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 1:00.

ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה לייב גרובער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"מ ראזענבערג הי"ו.
- הרה"ח ר' יעקב קליין הי"ו און הרה"ח ר' חיים מאיר ווייס הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ המשפיע הרה"ג ר' אשר זעליג מרגליות שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זיין זיידן הגה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגט' טבת תשפ"ו12/29/2025

באריכט
זונטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יחזקאל וועלץ הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר ישראל העניך שעהר שליט''א.
- ב"ר ישראל מאיר פעלדמאן הי"ו.
- ב"ר יחזקאל שרגא פרענקל הי"ו.
- ב"ר חנני' שווארטץ הי"ו.
- ב"ר יהוסף מערץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אין בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה לייב וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
- הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו און הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

צווישן די חופות איז דער רבי אריבער אין בנין הבית רחל 'בנין הירש ג"ב לאנדא' ווי עס קומט פאר די לימודים דורך מתמידים רץ למשנה יעדע נאכט, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און ארום צווישן די טישן מיט א קורת רוח און הנאה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מרביצי תורה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:10 איז די רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף זאב בר"א מויזקאפף הי"ו און הרה"ח ר' יוקל ברי"ב הירש הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן פון נכד הגה"צ אב"ד טאשנאד מאנסי שליט"א, החתן בן בנו הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי, עב"ג הכלה בת הר"ר בנציון הורוויץ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה וחסידות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן זיידן הגה"צ אב"ד טאשנאד מאנסי שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגח' טבת תשפ"ו12/28/2025

באריכט
שב''ק פרשת ויגש - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו, החתן הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים.
- החתן יודא אלימלך ב"ר חיים קארנבלי הי"ו.
- החתן אליקים ב"ר אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.

א האלבע שעה נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר נכדו החתן הרב יצחק אייזיק ט"ב שליט"א און דערנאך אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותן, און פארן זיידן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א, דערנאך איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם חתן און מחותנים בשירה וזמרה.

ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר דוד אייכנשטיין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 6:50. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר די רפואה העלפ ליין ארגעניזאציע. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הגה"צ ר' ישכר בעריש רובין שליט"א מדאמבראווע.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הגה"צ ר' ישכר בעריש רובין שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א ראה"כ באבוב 45 ב"פ.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובני דן חושים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו פאר מתן תורה האט מען געהאט א דין בן נח אדער א דין ישראל.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א צו זאגן דברי תורה.

- קה אכסוף: הר"ר זלמן לייב רובין שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק שינאווער רב זיע''א וואס די יארצייט איז געווען עש"ק ו' טבת.

- קה רבון עלם: הר"ר מנחם שלמה טויב שליטא (ב"פ).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אלימלך הלברשטאם שליט"א (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 11:35.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר לייבוש טויב שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קניזשא.
עליות:
- כהן: החתן משה ב"ר יואל כ"ץ הי"ו - באווארפען.
- לוי: החתן יודא לייב ב"ר מנחם ישעי' לעווי הי"ו.
- שלישי: נכד רבינו החתן הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א, - באווארפן און מען געזינגען כנהוג.
- רביעי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- חמישי: הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' וואלף כהן הי"ו.
- ר' אהרן ברי"י וויינשטאק הי"ו.
- ר' בנציון ב"ר יואל זאלדאן הי"ו.
- ר' יואל ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.

- שביעי: הגה"צ ר' ישכר בעריש רובין שליט"א מדאמבראווע.
- הוספות: החתן יודא אלימלך ב"ר חיים קארנבלי הי"ו - באווארפען.
- החתן זלמן לייב ב"ר אלי' שפיטצער הי"ו - באווארפען.
- החתן אליקים ב"ר אליעזר הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- החתן יוסף דוב ב"ר יעקב קאפל סימאן הי"ו - באווארפען.
- אחרון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' הלל שפיטצער הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.

- מוסף: הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר יודא אייזנבאך הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישעי' שלום פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא לרגל די באווארפען בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א האט אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ואנכי אעלך גם עלה' און געטייטשט בעניני נשואין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו.
- שלישי: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הגה"צ ר' הערשל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב וומסב''ג בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אל תירה מרדה מצרימה כי לגוי גדול אשימך שם' און געטייטשט אז דורך האבן אמונה אין הקב"ה און עוסק זיין בתורה איז דבוק אין הקב"ה הייסט מען א בעל חי און מען קען נישט נדחה ווערן פון די קדושה און עס ניצט תשובה.

- ידיד נפש: הר"ר מענדל אייכנשטיין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
- קל מסתתר: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.

דערנאך איז דער רבי אראפ אין היכל התורה און זיך אומגעקוקט ביי די לימודים במסגרת ושננתם לבניך, דער רבי איז ארום צווישן די טישן א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, מען האט געענדיגט ארום 7:45.

במוצאי יום גילה

ארום 9:40 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים לרגל די גמר המקח פאר א שטח אדיר צו בויען א נייע ביהמ"ד גדול ומפואר דקהלתינו הק' בשכונת זרע קודש אין קרית יואל המורחבת מיט די באטייליגונג פון די רבני ותושבי השכונה, הנהלת קהלתינו הק', און די חברי וועד הרחבת גבולי העיר.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו מחשובי תושבי השכונה ויו"ר הנהלת קרן הבנין.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען ברכת הקודש און ארויסגעברענגט די שמחה פון די תושבי השכונה און אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב אנהייבן און ענדיגן צו בויען די ביהמ"ד להגדיל תורה ולהאדירה און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רבני ותושבי השכונה.

דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזענדע חברי הנהלת הקהילה איבער די פעולות לטובה פון הרה"ח ר' ברוך ליפא הי"ו לרומם קרן קהלתינו הק' און אלע מסיבות און טישן בצל הקודש, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:40 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית בבית מדרשינו החדש והמפואר 'ביהמ"ד ישראל שלום' אין שכונת ויואל משה נדבת הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם נייעם פראכטפולע מקוה אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ רב הביהמ''ד שליט''א און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די 4 חדרי התפילה און די עזרת נשים און דערביי מכבד געווען בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א צו קובע זיין מזוזות, און דערנאך מכבד געווען דעם נדבן הביהמ"ד.
דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד צום מסיבת לחיים, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט. ס'האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, פאר הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א מו''ץ הביהמ"ד, פארן נדבן הרה"ח ר' עקיבא הערש הי"ו, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה מיטן באנייען א ביהמ"ד וועלכע וועט זיך אויסצייכענען בתורה עבודה וגמילות חסדים, און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי השכונה, און מסייםמגעווען בברכה פאר בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פאר הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ הביהמ"ד צו קענען מרים זיין כבוד התורה והביהמ"ד, און מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו וועלכע האט אויפגעבויעט די גאנצע שכונה און די ארטיגע בתי מדרשים , ועוד ידו הנטויה צו בויען נאך בתי מדרשים, און דאס איז חוץ זיינע פילע נדבות פאר קהלתינו ומוסדותינו הק', און אזוי אויך זיינע חשובע פעולות ארויסצוהעלפן האלטן די דירות פרייזן ביליג. דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת לרוב בכל ענינים, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט הרה"ח ר' משה יודא ברמ"ז הירש הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי זכרון פון זקינו הרה"ח ר' ישראל שלום גאלדבערגער ע"ה וואס דאס ביהמ"ד איז נקראת על שמו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

ביים אנקומען אהיים האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגו' טבת תשפ"ו12/26/2025

באריכט
פרייטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל הר"ר משה אייזיק גראהמאן שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ ברודא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אהרן אליעזר בערנאטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אלימלך בר"ש קליין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל בר"א סימאן הי"ו.
- ב"ר אלכסנדר נפתלי ברוינער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זיע''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים יוסף זאב גליק הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך בבית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ביים זמן ר"ת בביתו נאוה קודש. און פאר מעריב געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זיע''א.

נאך מעריב ארום 6:15 איז דער רבי אנגעקומען אינעם בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה פון ב"פ, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, און דער רבי האט מכבד געווען דער ראש ישיבה הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א אבד''ק ציעשנוב צו פארציילן סיפורים פונעם בעל הילולא זיע''א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' דוד שלמה טייטלבוים שליט"א מנהל הישיבה.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און דערציילט עטליכע סיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק ציעשנוב שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:40.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 1:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו און הר"ר יוסף הערש בנעט שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ברב"מ לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר חנני' גאלדבערגער שליט"א.
- ב"ר מיכל מארקאוויטש הי"ו (לאנדאן).

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו און הרה"ח ר' חיים נחום פישער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:15 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"מ ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה ראטה הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד מויזקאפף הי"ו.
- ב"ר חנני יו''ט ליפא פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר יצחק יקותיאל יהודה פריינד הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ארום 12:00 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד יציקות הבורות אינעם מקוה טהרה החדש דקהלתינו הק' בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד הרה''ג ר' יואל פארקאש שליט"א און די נדבני המקוה תושבי השכונה צו גיסן די בורות, און דערביי האט דער רבי געהערט א באריכט פון די ועד המקואות דקהלתינו הק' איבער אלע איינריכטונגען און הידורים פונעם מקוה.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום מסיבת לחיים אינעם דערנעבענדיגע ביהמ"ד עבודת אהרן, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' בערל מרגליות שליט"א יו"ר ועד הרחבת גבולי העיר, און הרה"ג ר' יואל פארקאש שליט"א רב הביהמ"ד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע נדבנים און תושבי השכונה, דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די בלי און וואקוס פונעם געגענט.
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו מחשובי תושבי השכונה האט מנדב געווען א גרויסע סכום פאר מוסדות יטב לב בארה"ק, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון מנדב זיין געלט פאר א מקוה און פארציילט א מעשה פון הרה"ק המאור עינים זיע''א וועלכע האט פארקויפט זיין עולם הבא צו קענען בויען א מקוה און אויסגעפירט אז ווען מען גיבט געלט פאר א מקוה קויפט מען זיך דערמיט עולם הבא, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די תושבי השכונה וועלכע האבן זיך צוזאמגענומען צו בויען א מקוה וואס האט אפגעקאסט שווערע געלטער, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים און אנגעוואונטשן אז זיי זאלן אלע זוכה זיין צו עולם הבא און עולם הזה און כל מילי דמיטב.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 12:30.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין מאנסי אויף א ביקור חולים באזוך ביי ידידו און לאנגיעריגע חברותא הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מפאר געווען מלובש בבגדי שבת ביי די חופה פון נכדת הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א באולם אימפעריעל ביי די חופה פון נכדת הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א, דער רבי האט אויסגעווארט ביז נאך די חופה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און זיך דערביי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגג' טבת תשפ"ו12/23/2025

באריכט
מאנטאג ויגש - זאת חנוכה

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נתנאל לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה און משמיע געווען ברכת הקודש פאר אלע בחורים נאכזאגענדיג אז חנוכה איז מסוגל פאר שידוכים און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער און דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר אלע בחורים.

דערנאך איז דער רבי ארויס אין חצר פון ישיבה צום שריפת הפתילות, דער רבי האט אנגעצינדן די מדורה און אריינגעווארפן די קנויטן און די שיירי שמן פון די נרות חנוכה, מען האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון אלע תלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, מען האט געענדיגט 12:50.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 4:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

נאך מנחה ארום 4:55 איז דער רבי אריבער אינעם בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' צום שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די ניין סניפי ישיבות קטנות פון מוסדות קרית יואל.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט מאריך געווען מיט ניגוני חנוכה וימים נוראים.
מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק, א לענגערע דרוש ופלפול בעניני חנוכה, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה און ארויסגעברענגט אז עס איז שוין אריבער א פערטל פון די יאר און מען דארף זיך מאכן א חשבון הנפש מיט וואס מען איז געווארן בעסער, מיט לימוד התורה, מיט מידות טובות, מיט יראת שמים, און שטארק מעורר געווען די בחורים צו עוסק זיין בלימוד התורה מיט א יגיעת התורה, פארשטיין וואס מען לערנט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה סניף רב טוב. מען האט געענדיגט ארום 6:30. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אינאיינעם מיט די בחורים.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' בנציון אברהם כהן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שמואל פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יודא אייזנבאך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00, פאר מעריב האט הב' ליפא בהר"ר יואל גאלדבערגער שליט"א אנגעצינדן די מנורה, און נאך מעריב איז דער גאנצער ציבור אריבער מקבל זיין ברכת הקודש לכבוד זאת חנוכה.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה במעמד אלופי אלפי אנ''ש, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה באש קודש.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג, און ביים סוף האט הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע.

רבינו שליט''א איז ארויף צום שלחן הטהור און מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעורורות א לענגערע צייט, און רבינו שליט''א האט משמיע געווען דעם ערשטע דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה.

דערנאך האט מען ממשיך געווען דעם מעמד המרומם בשירה ובזמרה מערערע ניגוני התעוררות בשעת רבינו שליט''א האט משמיע געווען נאך פיר מאל דב''ק מיט לענגערע דברי אגדה וחסידות.
צווייטע דב''ק אויפן פסוק 'וטבוח טבח והכן' און געטייטשט אז די אכט טעג חנוכה איז אנטקעגן די שמונת ימי מילה, ווען עס איז דא שמירת הברית איז עס משפיע פרנסה בהרחבה און אמונה אין הקב"ה, זאת חנוכה ליינט מען די נשיא פון שבט מנשה וואס מנשה איז בגי' פרנסה, און דאס איז דער רמז לסעודות שעושין בחנוכה, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ואמונה.

דריטע דב"ק א טעם פארוואס עס הייסט זאת חנוכה, ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה איז זיין תפקיד געווען 'אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנירות', אנטקעגן די מנורה איז געשטאנען דער שלחן און אהרן הכהן האט משפיע געווען פרנסה פאר כלל ישראל בשעתן אנצינדן די מנורה, פון די מנורה איז א ראי' אז הקב''ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות און איז מחויב צו משפיע זיין פרנסה און געזינט פאר כלל ישראל, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.

פערטע דב"ק א טעם פארוואס עס הייסט זאת חנוכה, די נשיאים ווען מען האט מחנך געווען דעם משכן האבן מתפלל געווען נישט נאר אויף יעצט נאר די השפעות זאל אויך זיין אחרי המשח אותו, חנוכה איז די צייט וואס מען דארף מתפלל זיין אז מען זאל זיין ערליך און מען דארף בעטן פאר זיך און פאר די קינדער און פאר די אייניקלעך, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו לא ימישו מפיך וכו' מעתה ועד עולם, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ויהי זרעי והאר עינינו און נאך, בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות.

פינפטע דב"ק א טעם פארוואס עס הייסט זאת חנוכה, חנוכה איז מלשון חינוך וויבאלד חנוכה איז א חינוך און א הכנה צו ביאת המשיח, רבינו גרשום הייסט 'מאור הגולה' צוליב זיינע צוויי תקנות אז מען טאר נישט גט'ן בע"כ און מען טאר נישט חתונה האבן מיט צוויי ווייבער, פון די נס חנוכה זעט מען אז הקב"ה האלט איין אלע תקנת חז"ל וויבאלד די טומאה פון די שמן איז נאר געווען א דרבנן במילא קען הקב"ה נישט אוועקשיקן כלל ישראל און קען אויך נישט נעמען קיין אנדערע אומה, און וועט בקרוב אויסלייזן כלל ישראל פון גלות, און געוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט ממשיך געווען זאת חנוכה זא''ת באטרעפט צום קול ממון, וואס אין די הייליגע טעג טוהט מען אויף מיט די דריי ענינים, טוהט מען חנוכה אויף מיט 'קבעו שיר ורננים' און געבעטן די מנגנים צו אנהייבן ניגוני שמחה להודות ולהלל.

מען האט אנגעהויבן ניגוני שמחה והודאה און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ א לענגערע צייט, און דערנאך ממשיך געווען און מעודד געווען די פייערדיגע ריקודין פונעם ציבור האלפים א לאנגע צייט.

מען האט געענדיגט ארום 12:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ די משוררים און עוסקים במלאכת הקודש בחצרות קדשינו, און אזוי אויך די בחורים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביי די עריכת שלחן הטהור מידי שבוע בשבוע, דער רבי האט פארטיילט מטבעות און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג ויגש - יום ז' דחנוכה - ב' דר"ח טבת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יושע גאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' פישל פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר מענדל מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' משה הערש קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט''א - מו"ץ.
- ב"ר ישכר בעריש ווייזער הי''ו.
- ב"ר יואל ברש"י ליבערמאן הי''ו.
- ב"ר יוסף אלי' לעבאוויטש הי''ו.
- ב"ר אהרן אלעזר שמעון קאהן הי''ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתלהבות אש.
- פתיחה הרה"ח ר' יוסף אלי' לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישכר בעריש ווייזער הי"ו.
- כהן: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן אלעזר שמעון קאהן הי"ו.
- לוי: הר"ר יואל גרובער שליט"א.
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל ליבערמאן הי"ו.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א.
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר ישכר בעריש ווייזער הי"ו.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים הי"ו.
- גלילה: הב' הבר מצוה בן הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אהרן הערש קעסטענבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' מאיר מיכאל סאאל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די בר מצוה בחורים און די בעלי ברית בהיכל ביהמ"ד הגדול צד דרום, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני חנוכה ור"ח, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת מקץ - שבת חנוכה - א' דר"ח טבת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' וומסב''ג

עטליכע מינוט פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי געצינדן די מנורה בביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול, אין די מנורה פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און נאכן צינדן געזאגט דעם נוסח פון הנרות כנהוג. און דערנאך געצינדן די נרות שבת בביתו נאוה קודש.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה איז פארגעקומען אן אפיעל פארן בית הוראה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי דקהלתינו הק'.
קבלת שבת: הרה"ג ר' משה יצחק בערנשטיין שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:45. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יקותיאל יודא בן הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א. הגבהת הכוס: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען:
- כל מקדש: הרה"צ ר' אברהם עקשטיין שליט''א אב"ד בוענאס איירעס.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אהל תורה.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וטבוח טבח והכן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מלאכה שאינה צריכה לגופה, בשולב מיט עניני חנוכה.

- קה אכסוף: הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן שליט"א אב"ד סטראפקוב.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק שינאווער רב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט עש"ק ו' טבת.
- קה רבון עלם: הרה"ג ר' יחיאל מיכל סעקולא שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה אהבת התורה שע"י מוסדותינו הק'.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי:
- ר' שלמה חיים שטיין הי"ו.
- ר' גרשון בר"י פעלבערבוים הי"ו.
- ר' חיים נחום געשטעטנער הי"ו.
- ר' משה שעהנפעלד הי"ו.

- אז ביום השביעי: הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה נזר התורה שע"י מוסדותינו הק'.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.

וביום השבת


שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית והלל.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יודא טייטלבוים הי"ו, הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו, הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א, מו"ץ.
עליות:
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו.
- לוי: החתן מאיר יעקב ב"ר אברהם יצחק לאנדא הי"ו - באווארפען.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל פישל פריעד הי"ו (קר"י).
- ר' יואל ברי"א זילבערשטיין הי"ו.
- ר' יואל ברחז"ל פעלדמאן הי"ו.
- ר' שמואל הערש סופר הי"ו.
- ר' שמעון סאנדער הי"ו.

- שביעי: הבה"ח יונתן בנימין ב"ר הלל קליין הי"ו.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' בנציון אברהם כהן הי"ו (קר"י).
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"פ גאטליעב הי"ו.
- אחרון - קריאה פון ר"ח: ר' מענדל בר"י גאלדבערגער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ח פרנס הי"ו.
- מפטיר - קריאה פון חנוכה: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו.
- הגבה אויפן דריטן ספר: הרה"ח ר' וואלף דייטש הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו.

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת ר"ח. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: ר' יואל ארי' מאלח הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' מרדכי אלעזר ברייער הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וטבוח טבח והכן' און געטייטשט אז נר חנוכה איז משפיע א אור תורה מען זאל קענען פילן א עריבות ומתיקות התורה וואס דאס איז משפיע אלע השפעות בעולם הזה, און מסיים געווען און אנגעוואונטשן אז די נרות חנוכה זאל משפיע פרנסה בהרחבה גדולה פאר יעדעם איינעם.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

פאר מעריב האט דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם. מען האט געענדיגט ארום 7:15.

ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת דער ציבור האט געזונגען נגוני התעוררות, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג, און דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די קינדער וואס האבן געזינגן אין די קאפעליע.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז דורך הדלקת נר חנוכה ווערט נתחזק די תורה שבעל פה, און די תורה שבע"פ איז משפיע אז אפילו ווען הקב"ה וויל געבן א עונש פאר כלל ישראל זאל עס זיין דורך געבן רחמים וחסדים פאר כלל ישראל און אזוי זיי מעורר זיין לתשובה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ ר' הערשל אויש שליט"א אבד"ק וואלקאן און די אנדערע אנוועזנדע רבנים שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:40 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול, ארום 12:15 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ט כסלו תשפ"ו12/19/2025

באריכט
פרייטאג מקץ - ה' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב''ג אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ז' ח' ט' פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר הערשל פעקעטע הי"ו.
- ב"ר חיים שמואל משה רייך הי"ו.
- ב"ר יוסף מרדכי וויינבערגער הי"ו.

בעל תפילה: הב' יושע ב"ר יעקב יצחק ווינקלער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל.

- פתיחה: הר"ר משה אלי' גרין שליט"א.
- בעל קורא הב' מענדל ב"ר ישראל ברוך סאמעט הי"ו.
- כהן: ר' יושע ברז"ל גליק הי"ו.
- לוי: הב' הבר מצוה ב"ר יוסף מרדכי וויינבערגער הי"ו.
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר הערשל פעקעטע הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- לילה: הב' הבר מצוה ב"ר חיים שמואל משה רייך הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג מקץ - ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' מענדל ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' זושא גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל שלום שאפפער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' ישראל אלעזר טאבאק הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום ב"ר שמשון שרגא פויגעל הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 8:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג ווי דער רבי וועט וויילן אויף שבת בקרב קהלתינו הק'.

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת דער ציבור האט געזונגען נגוני התעוררות, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז אין זכות פון דעם אז די חשמונאים זענען געגאנגען מיט די ציצית אינדרויסן איז אהרן הכהן אראפגעקומען און געהאלפן טרעפן די פך שמן טהור, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך מקץ - ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל ברש"ל וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און דערביי מחזק געווען די תקנת הישיבה נישט צו גיין צו קיין חתונות.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום ב"ר פנחס פרענקל הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

נאך מעריב זענען אריין בקו''פ עסקנים פון התאחדות אברכים וועלכע האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די קאמפיין ווי פילע אנ''ש האבן זיך אונטערגענומען צו זאגן די פרשת הקטורת פארן דאווענען נאך די קריאת הקודש פון רבינו שליט"א ביים היסטארישן שבת, בעת עריכת שלחה"ט ליל שב"ק פרשת תולדות באתרא קדישא מירון, דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די קבלת טובות און די קוויטלעך פון אלע אידן וועלכע וועט אפגעשיקט ווערן קיין מירון און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים.

פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. די יערליכע סעודת חנוכה פאר די יתומים ויתומות פון קהלתינו הק'.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם זאל שע"י ביתו נאוה קודש צו הדלקת נירות חנוכה פריוואט מיט די יתומים, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט אינאיינעם געזונגען די ניגונים, נגוני התעוררות בהלל והודאה.

נאך די הדלקת הנירות איז פארגעקומען די מסיבה מיט גאר א רייכע פראגראם פאר די אלע באטייליגטע, מיט די השתתפות פון רבינו שליט"א, דער רבי האט פערזעדליך פארברענגט מיט די קינדער א לענגערע צייט און געשפילט דריידל מיט די קינדער און דערנאך האט הר"ר מנחם ישעי' לעווי שליט"א פארגעלייגט פארשידענע שאלות וואס די יתומים האבן אריינגעגעבן איבער פארשידענע ענינים, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען רירענדע דברות קודש א לענגערע צייט פול מיט חיזוק הדרכה און געפיל, און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו און מהנה געווען בפרקי חזנות, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום.

נאך די מסיבה ארום 11:30 איז דער רבי ארויף בביתו נאוה קודש, ווי אלע קינדער און בחורים זענען אריין בקו''פ און דער רבי פערזעדליך געטיילט מתנות און חנוכה געלט פאר יעדן איינעם לויט די יארגאנג.
רבינו שליט''א האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וועלכע טוען יאר יערליך אהערשטעלן און צושטאנד ברענגען די רייכע נאכט צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג מקץ - ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף מאיר רייכמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יושע מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר משה יודא בר"ש הירש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען בהיכל הישיבה א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בעל ברית און די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויף די נייע צוגעבויעטע דארמיטארי פאר די ישיבה און זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ.

ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' ברוך מרדכי ב"ר נפתלי משה ווייס הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת דער ציבור האט געזונגען נגוני התעוררות, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז דורך תשובה מאהבה אדער טוהן א עבירה לשמה איז מען משפיע א מפלה פאר רשעים, די חשמונאים האבן אין זכות פון מצות ציצית וואס איז א עבירה לשמה וויבאלד מען איז עובר אויף לא תלבש שעטנז משפיע געווען א מפלה פאר די רשעים און זוכה געווען צו נצחון המלחמה.
דער רבי האט ממשיך געווען אז היינט צוטאגס דארף מען אויך צוקומען צו די בחינה פון א מפלה פאר די רשעים בפרט בנוגע די גזירת החינוך אין ניו יארק ווי הרשעים כים נגרש און זיי גייען אן ווייטער און זענען אריין אין קארט אנטקעגן אונזער חינוך הטהור, הדלקת נר חנוכה וועט משפיע זיין א מפלה פאר זיי און מען וועט מצליח זיין ווייטער אנצוגיין מיט די חינוך המסורה לנו מדור דור, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים צו די יערליכע כינוס התחזקות דורך 'חבורת ליל שישי', מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א מראשי החבורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק והתחזקות איבער די חשיבות פון פארציילן סיפורי צדיקים פון די צדיקים הקודמים, און פארגעלערנט פון אינעווייניג א שטיקל פון ספר הק' נועם אלימלך איבער פארציילן סיפורי צדיקים, און מאריך געווען בשבח פון די חבורות וועלכע נעמען זיך צוזאם בקביעות צו לערנען חסידישע ספרים און פארציילן סיפורי צדיקים, וואס איז די איינציגסטע זאך וואס קען אונז האלטן אין אזא מגושמ'דיגע דור, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 11:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ו כסלו תשפ"ו12/16/2025

באריכט
ליל ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' משה ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נרות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א און די אנוועזנדע רבנים שליט"א.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת דער ציבור האט געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז די שכר פון גיין מיט די ציצית באיתגליא איז אז מען איז זוכה צו נסים גלוים, און וויבאלד די חשמונאים זענען געגאנגען מיט די ציצית אינדרויסן האבן זיי זוכה געווען צו נצחון המלחמה, און פארדעם איז דא אכט טעג חנוכה אנטקעגן די אכט פעדעמער פון די ציצית, און מעורר געווען צו גיין מיט די ציצית באיתגליא און זיך נישט שעמען דערמיט און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו חסדים גלוים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת דער ציבור האט געזונגען נגוני התעוררות, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז אפילו מען זאגט שכר מצוה בהאי עלמא ליכא אבער אויף די הכנה צו א מצוה באקומט מען יא שכר אויף די וועלט, און אין זכות פון ופינו את היכלך וטהרו את מקדשך וואס איז געווען א הכנה צו הדלקת נר חנוכה אין דעם זכות איז געווען נצחון המלחמה, און פאר דעם איז דא אכט טעג חנוכה, און דאס איז די סיבה פארוואס מען ליינט ברכת כהנים אום יו"ט חנוכה וויבאלד ברכת כהנים האט מען זוכה געווען צוליב וואס מען האט געמאכט א הכנה צו מתן תורה, און די השפעות קומען אראפ יו"ט חנוכה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:20.

מאנטאג מקץ - א' דחנוכה

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"י ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ישעי' אשר זעליג סאמעט הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת מקץ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אלימלך פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר ליפא שפיטצער הי"ו.
- ב"ר אברהם אלי' פריעדריך הי"ו.
- ב"ר משה ישראל שווארץ הי"ו.
- ב"ר ניסים סאאל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג