כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מלוה מלכה פאר די נדבנים פון די מקוה טהרה דקהלתינו הק' אין לינדען, אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
…
זונטאג כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' הערשל זאלדאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יצחק סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ברצ"א גראס הי"ו.
- ב"ר הערשל שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבתינו ישיבה קטנה ברך משה פון לעיקוואד אינאיינעם מיטן ראש ישיבה הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ''ץ ור''מ דקהילתינו לעיקוואד. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב רובין הי"ו און הרה"ח ר' חיים ישראל ווידער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50.
נאך מעריב איז דער רבי אריין אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל בר"ל גראס הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג ויקה"פ אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת תצוה - שבת זכור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אין די נאכמיטאג שעות ארום 3:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אייזיק ב"ר דוד כהנא הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית האט דער רבי געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן בעל ברית ובני משפחתו.
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן חיים שלמה ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו.
ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. ביי לכה דודי האט מען געטוישט ניגונים ביי יעדע שטיקל כנהוג אום שבת זכור.
מען האט געענדיגט ארום 7:45. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסד הק' נטרונא. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו.
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' מנחם מאניש פריינד הי"ו (ירושלים).
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נעשה ונשמע' 'ונשמע פתגם המלך' 'ונשמע קולו בבואו אל הקודש' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא מן התורה לחומרא או לקולא.
נאך די תורה האט דער רבי געבעטן צו זינגען ניגוני פורים.
- קה אכסוף: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א (וומסב''ג) חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
- ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק רבי שמעון סופר זצ"ל מקראקא וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג י"ז אדר.
- קה רבון עלם: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א (וומסב''ג) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם יואל לעפפלער הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר, און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו, און הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ליפא ווערצבערגער הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו.
- לוי: החתן יצחק זאב בן הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.
- שלישי: החתן חיים שלמה ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן ב"ר מרדכי פריעד הי"ו.
- חמישי: החתן יחיאל מיכל ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו.
- שישי: החתן משה ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו.
- שביעי: פ"ר דקהלתינו הק' הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו.
- אחרון: ר' משה הערש ברח"י ראזענפעלד הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר - קריאת פרשת זכור: רבינו שליט''א, און דער רבי עולה האט געליינט.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יחיאל שלמה שטיין הי"ו.
- ר' יואל הערש ליכטענשטיין הי"ו.
- ר' אברהם משה קליין הי"ו.
- ר' ברוך בענדיט פייערווערקער הי"ו.
- ר' לייבוש עזריאל אפפעל הי"ו.
- ר' מענדל ברוך הערשקאוויטש הי"ו.
- ר' יוסף ברי"ד מארקאוויטש הי"ו.
- ר' יוסף יושע ראזענבערג הי"ו.
- ר' אשר זעליג בר"ד לעוו הי"ו (לאנדאן).
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ג ר' יוסף משה פארגעס שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו.
- מוסף: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי פריעד הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25.
- בעל תפילה:הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום ראזענצווייג הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הר"ר אברהם ישעי' ווייס שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ג ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די קריאה פון פרשת זכור און געטייטשט אז די מלחמה פון עמלק וואס האט געוואלט אריינברענגען א קרירות און נסיונות אין אידישקייט גייט אן עד היום הזה, און די סטרא אחרא פראבירט אריינצוכאפן כלל ישראל אין זיין נעץ מיט נסיונות אין שמירת עיניים און הרהורים אסורים, אבער אויב מען שטארקט זיך אויף די נסיונות איז מען זוכה צו פארשטיין און געדענקן די תורה הק', און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט פורים וואס איז גאר א דערהויבענע צייט און געזאגט אז מען קען ביי קריאת המגילה אויספועלן כל מילי דמיטב.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו.
- שושנת יעקב: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הר"ר שמואל פריעדמאן שליט"א.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:50.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו האט אפגעקויפט א זכות נכבד אינעם מקוה טהרה דקהלתינו הק' אין לינדען, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל נשואי בתו למז"ט, עס איז אנוועזנד געווען דודו הגה"צ רבי ישראל יעקב לאנדא שליט"א אב"ד באר שבע, און עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה, און דערנאך איבער די דירות פרייזן אין קר"י ווי ר' עקיבא הערש הי"ו האט געהאט די זכי' צו זיין די נחשון זיך צוצושטעלן צו די תקנה פון רבינו שליט"א בנוגע די ביליגע דירות פרייזן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. קריאת התנאים פון די מחותנים הר"ר מרדכי הערש גאלדמאן שליט"א (מאנטרעאל) און הרה"ח ר' יואל בר"ה בראך הי"ו, דער רבי האט געליינט די תנאים געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 11:30 איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א מלוה מלכה פאר אנ''ש תושבי מאנסי וועלכע שליסן זיך אן יערליך מיט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' מאנסי, עס איז פארגעקומען א פאנעל מיט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות, און הרה''ח ר' אהרן ווייס הי"ו - מגדולי תומכי מוסדותינו הק', אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, פאר הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון געבן געלט להחזקת לימוד התורה פון תשב"ר, און ממשיך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' אין מאנסי וועלכע שטייגט בכמות ובאייכות און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער מנהגי פורים ביי רבותינו הק' זיע''א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א הגדה לב אהרן פאר אלע נדבנים, מען האט געענדיגט ארום 12:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאג ערש''ק תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אפרים ברי"ב שטערן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שמעון ברש"א ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' פנחס נחמן בוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר מרדכי הערש הערשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר אברהם יצחק שמואל מערץ הי"ו.
- ב"ר נתן בנימין עקשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר קלמן אליעזר שמעא הי"ו.
- ב"ר יצחק נתן גאנדל הי"ו.
- ב"ר ארי' ב"ר מרדכי הערשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל המנהל שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל, זיידעס, בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק בעניני פורים און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
אויפן וועג ארויס איז דער רבי אראפ צו ביהמ"ד רב טוב ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די שמחה זאל וועלכע ווערט געבויעט לטובת די מתפללי הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 2:00 איז דער רבי אריבער צום בית החיים ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען א לענגערע צייט הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו ובני משפחתו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה והכנה לכבוד יו"ט פורים הבעל"ט פאר די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע פרטים בנוגע די לבושים, נגינה, און התנהגות אום יו"ט פורים, און גערעדט בשבח פון קופת אבני חסד וועלכע צאלן אויס די שטריימלעך פאר רוב חתנים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל דאנא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יעקב וויזעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די תלמידים פון מוסד המספיק וועלכע זענען אויפן וועג צו א שבת התוועדות וועלכע קומט פאר אין המספיק רעזארט, די קינדער זענען אריבער אפנעמען ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר אלע קינדער, דערנאך האט דער רבי ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו פאר די איינגעשטעלטע פונעם מוסד.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א און הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
- הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א און הרה"ח ר' וואלף רעטעק הי"ו.
אויך זענען אריין בקו''פ עסקני קבוצת אנ"ש אריזאנע אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי וחבר וועד הרוחני, און דער מייסד היישוב הרב יושע רובין שליט"א, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די אסיפת אריזאנע וועלכע איז פארגעקומען אין וומסב''ג אין די פארגאנגענע וואכן און דערביי איבערגעקוקט בקורת רוח נייע אפליקאציעס פון אינגעלייט מחשובי אנ"ש איבער ניו יארק וועלכע פלאנירן זיך אהינצוציען, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פרייזן פון די דירות און די פרנסה ערמעגליכקייטן און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב לאזאר הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, ויקרא שמו בישראל: משה יהושע נאכן עלטער זיידע האדמו"ר מישועות משה זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהיכלי הפאליש, במשף די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב יושע פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה פליישמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די גבאים פון קופת רבינו - קופת אבני חסד מקבל זיין ברכת הקודש לכבוד יו"ט פורים הבעל"ט, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק והדרכה לקראת יו"ט פורים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00.
נאך מעריב איז דער רבי אריין אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' מנשה גליק הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ח ווייס הי"ו.
- הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו און הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו.
דינסטאג תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יחיאל יודא גליק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום בנין הת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים ביי די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח, דערביי האבן די בחורים אנגעהאט קאשקעטלעך לכבוד חודש אדר און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די מנהלים און מלמדים ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט די היסטאריע פון חסידישע היטן במשך הדורות.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' בערל ברמ"י הירש ע"ה, צווישן זיי בניו הרה"ג ר' דוד שליט"א, מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, און הרה"ג ר' מרדכי שליט"א, מו"ץ בקהלתינו הק' קר"י.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח הישיש ר' יצחק פאגעל ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועט פארטיילט ווערן פאר תלמידי מוסדותינו הק' וומסב''ג וועלכע וועלן אריינברענגען גרעסערע געלטער במשך די ימי הפורים הבעל"ט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️