בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגט' אייר תשפ"ו4/26/2026

נייעס
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל אירוסי נכדו למז''ט
הבה"ח הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט''א
בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א
(קרית יואל).
חתן הגה''צ אבד''ק בית אהרן שליט''א.

עב"ג הכלה ב''ק תחי'
בת הרה"ג ר' משה הורוויץ שליט''א (ב"פ)
בן הרה"צ נפתלי הורוויץ שליט"א מראחוב (לאנדאן).
וחתן הגה"צ אבד"ק קהלתינו ב"פ 15 שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
שב''ק פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר. מען האט געענדיגט ארום 9:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו.
- כל מקדש: הרה"ח ר' שלמה געשטעטנער הי"ו (ביתר).
- מנוחה ושמחה: הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א בן האדמו"ר מסקאליע שליט"א (ב"פ).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחרי מות שני בני אהרן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרשנט סמוכין.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' יחזקאל ברש"י בראך הי"ו (ב"ב).
- ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט הגה''ק בעל זרע קודש מראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י"א אייר.

- קה רבון עלם: בעל שמחה נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א, דער רבי האט טועם געווען בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער בעל שמחה האט אנגעגאסן ביר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

- אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:25.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40.
- ברכות: הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט נכדו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א (וומסב''ג) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אליעזר ניימאן הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
- רביעי: ר' וואלף ברא"י לאנדא הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- חמישי: ר' יואל הערש הערשקאוויטש הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: ר' מאיר משה גאנדל הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: בעל ברית הר"ר יואל ברמ"א ניימאן שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' אנשיל גאנדל הי"ו.
- הגבה: הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל ווייזער הי"ו.
לכבוד דעם ברית מילה האט מען געמאכט די מי שברך להמתענין בה"ב שבת נאכמיטאג ביי מנחה.

- מוסף: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' הערשל גרינהויט הי"ו (ב"ב).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר"ר יואל ברמ"א ניימאן שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב שמחה שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רעוא דרעווין


דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' שלמה זלמן מאשקאוויטש הי"ו.
- לוי: הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א.
- שלישי: הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: ר' יוסף מענצער הי"ו (וומסב''ג).
נאכן ליינען האט מען געמאכט דעם מי שברך למתענין בה"ב.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קדושים תהיו' און געטייטשט אז היינטיגע צייטן ווען מען געפינט זיך אין א טמא'נע מדינה מלא זוהמה און מען איז נישט זוכה צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב וואס איז מעורר צו תשובה, שיקט הקב"ה אראפ יעקב אבינו צו מעורר זיין אידן צו תשובה, אבער דאס איז נאר אויב א מענטש מאכט זיך גדרים וסייגים ובפרט בעניני עריות בדיבור במעשה ובמחשבה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורי ישיבה גדולה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די לימודי הישיבה און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב מרדכי בר"ל גראס הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם ל"ג בעומר הבעל"ט, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגז' אייר תשפ"ו4/24/2026

בילדער · 4
הנהלת מפעל 'עסק' פון קהילתינו הק' פון איבער גרעיטאר ניו יארק בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג, מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די בעפארשטייענדע 'סאטמארק' ביזנעס עקספאו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 3
הגאון רבי צבי גרינהויז שליט"א ראש כולל כנסת חזקיהו וממייסדי מוסד בית חינוך לבנות 'שרה באוהל' עטה"ק בארה"ק, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 4
עסקני מרכז עזרה ויועץ פון ארה"ב אינאיינעם מיט העסקן הרה"ח ר' שמואל יאקבאוויטש הי"ו פון ירושלים בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס עפענען א נייע אפיס אין ירושלים עיה"ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
פרייטאג ערש''ק אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי ארום 8:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברי"י היימליך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם ברז"ל שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' הערשל ברש"א שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים יעקב פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם ברמ"מ ווייזער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמואל יעקב שווארטץ הי"ו.
- ב"ר יוסף פארקאש הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ב'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בנימין צין הי"ו און הרה"ח ר' מענדל שלמה ראזענפעלד הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקני מרכז עזרה ויועץ פון ארה"ב אינאיינעם מיט העסקן הרה"ח ר' שמואל יאקבאוויטש הי"ו פון ירושלים מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס עפענען א נייעם אפיס אין ירושלים צו נאכקומען די גרויסע פארלאנג פון בחורים און אינגעלייט וועלכע ווענדן זיך צום מרכז פאר עצה ותושיה איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א באריכט און געוויזן די פלענער פונעם נייעם גרויסן אפיס וועלכע מען בויעט לטובת המרכז און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הגאון רבי צבי גרינהויז שליט"א ראש כולל כנסת חזקיהו וממייסדי מוסד בית חינוך לבנות 'שרה באוהל' עטה"ק בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבערן מוסד שרה באוהל און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ו'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל בנו ר' אהרן פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן ברית האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 1:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברא"י ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ל פריעדמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' אברהם משה פערל הי"ו און הרה"ח ר' דוד יואל כהן הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' מאיר לייפער שליט"א אדמו"ר מדינוב ביתר, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען בבית האכסניא א ברית לבן הנולד אצל הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ישראל ארי' האלענדער הי"ו.
- בעל תפילה: הבה"ח משה ב"ר יואל ראטה הי"ו (לאנדאן).

אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש נאכן וויילן די לעצטע וואך אויף מנוחת הנפש.

ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

נאכמיטאג ארום 6:40 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יוסף האפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיטן בעל ברית ובני משפחתו.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 1:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקני מפעל 'עסק' דקהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע 'סאטמארק' עקספאו, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטענדע באריכט פון די פולע פעולות דורך עסק במשך די פארגאנגענע קרוב צו צוויי יאר ארויסצוהעלפן פילע אנ''ש בעצה ותושיה בעניני פרנסה, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים מען זאל מצליח זיין בכל ענינים.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה''ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד אמרי נועם.
- ב''ר נפתלי אלי' שמחה וויינפעלד הי''ו.

- בעל תפילה: הרה"ח ר' נפתלי אלי' שמחה וויינפעלד הי''ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' חיים בר"ל פאלקאוויטש הי''ו וואו דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יצחק מרדכי טייטלבוים הי''ו וואו דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בעלי ברית און די בר מצוה בחורים.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: הב' יעקב ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן), ארום 9:30 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- בן הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
- ב"ר הלל ליבערמאן הי"ו.
- ב"ר נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר נחום קלאגסברוין הי"ו.

- בעל תפילה: ר' יעקב יואל ברוינער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: ר' שמעון עסטרייכער הי"ו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הבה"ח משה ב"ר יואל יעקב שעהנברוין ני"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג