בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מיטוואךכ"ו אייר תשפ"ו5/13/2026

באריכט
דינסטאג במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה יחזקאל מייזליש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יודא טייטלבוים זצ"ל הי"ד אבד"ק סיגוט.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק י"ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה לצעירים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת קרן קרית יואל, דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים ספרו לב אהרן על מסכת אבות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 10:40 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון קאנטינענטאל ווי עס איז פארגעקומען די מסיבה 'לגיון של מלך' לטובת מוסדות יטב לב פאר די הונדערטער אברכים צעירים וועלכע האבן חתונה געהאט אין די פארלאפענע פינף יאר.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף יעדן מאנ"ש צו זעהן אז מוסדות יטב לב זאל זיין אוועקגעשטעלט מיט א פעסטע יסוד, און אויפגעפאדערט אלע אינגעלייט מען זאל זיך מקבל זיין צו געבן אדער שאפן לכה"פ טויזענט דאלער א יאר פאר מוסדות יטב לב, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע אינגעלייט און עקסטער פאר די ראשי עסקנים נגידי אנ''ש וועלכע האבן גענומען אויף זיך דעם ריזן קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב.
דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע אינגעלייט אריבערצוגיין איבערגעבן פערזענליך די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער.
ארום 11:10 האט דער רבי פארלאזט די זאל און צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברי"י היימליך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' ירחמיאל זאב ליכטנשטיין הי"ו.
- ב"ר יואל בן הרה"ג רנ"ה צוויבל שליט"א.
- ב"ר יעקב אלי' רייזמאן הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 7:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו, בן הר"ר יואל שליט"א, מען האט געמאכט קבלת קנין און געזינגען ניגוני שמחה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל בר"ב פאלאטשעק הי"ו.
ארום 10:00 ביי די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' יוסף מרדכי הכהן רובין הי"ו.

בעת די זמני כניסה האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק דורך א הוקאפ צו די מסיבה לטובת מוסדות יטב לב וועלכע איז פארגעקומען אין ביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' אין ב"פ בראשות הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א, דער רבי האט קודם ארויסגעברענגט לשבח פון די גוטע גריסן וואס מען הערט כסדר צוריק אויף די מתפללי הביהמ"ד, און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון אוועקשטעלן א פעסטע יסוד פאר מוסדות יטב לב און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

נאך די זמני כניסה ארום 11:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים.
- עדי תנאים: הרה"ח ר' עמרם נתן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' וואלף אדלער הי"ו.
- ערב קבלן: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יודל טירנויער הי"ו (מאנסי).
- מיט קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ אבד"ק רענדיק שליט"א,

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני נישואין, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.
מען האט געענדיגט ארום 11:45, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יודא טייטלבוים זצ"ל הי"ד אבד"ק סיגוט, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי וועבער הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ד אייר תשפ"ו5/11/2026

באריכט
זונטאג במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ב"ר דוד מנשה פרענקל הי"ו.
- ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו.
- ב"ר יודא יחזקאל משולם טעללער הי"ו.
- ב"ר יחזקאל שרגא מויזקאפף הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר משה הכהן גלאנצער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית זענען אריין בקודש פנימה עסקני 'מפעל חזקת טהרה' שע"י וועד המקואות דקהלתינו הק' קר"י, וועלכע געבן זיך אפ מיטן נאכגיין און פארזיכערן פילע מקואות טהרות איבער דער גארער וועלט אז זיי זענען כשר בתכלית הכשרות און קומען נאך די סטאנדארטן פון היימישע חסידישע אידן, די עסקנים האבן אויסגעשמועסט מיט רבינו שליט"א פארשידענע שאלות בנוגע הלכות מקואות און דער רבי האט אנגעגעבן הוראת קדשו און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון עוזר טעללער הי"ו און הרה"ח ר' בנציון משה איצקאוויטש הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע האט זיך געפינען אין קר"י צוליב א משפחה שמחה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פון הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן זיע''א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' ישכר דוב כ"ץ שליט"א (ב"פ) בן כ"ק אדמו"ר מסערדעהעלי שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר. מען האט געענדיגט ארום 10:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו (מאנטשעסטער).
- כל מקדש: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון הלכות מקואות.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).
- ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה"ק בעל חות דעת זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ"ה אייר.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאגעל הי"ו (ירושלים).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה גראס הי"ו (מאנטשעסטער).
מען האט געענדיגט ארום 1:45.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45.
- ברכות: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו (וומסב''ג).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' מרדכי שמואל שטויבער הי"ו (וומסב''ג).
עליות.
- כהן: ר' אלי' דוד כ"ץ הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: החתן אלימלך ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יחזקאל ברא"י לאנדא הי"ו.
- ר' הערשל בר"ה ווייס הי"ו.
- ר' נחמי' בר"מ ווערצבערגער הי"ו.
- ר' שמעון ישראל בר"נ ווערצבערגער הי"ו.
- ר' יואל בר"ה פריעד הי"ו.
- ר' חיים ברא"ז ראטה הי"ו.
- ר' אלעזר בר"ל שפילמאן הי"ו.
- ר' יודא ברש"פ הערצאג הי"ו.

- שביעי: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' ישראל שיפף הי"ו (מאנסי).
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"י הירש הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישכר בער הירש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:35.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה שמואל בר"ע הירש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם הערש טעללער הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
- לוי: הר"ר שלמה היימליך שליט"א.
- שלישי: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם בחקתי תלכו' און געטייטשט אז אויב פירט מען זיך אין שטוב בקדושה ובצניעות איז דאס משפיע ערליכע קינדער און ערליכע דורות און פרנסה בהרחבה גדולה.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.

ארום 12:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' ליפא ע"ה ב''ר משה פרידריך הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:45 איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון ר' יעקב יוסף ב"ר שמעון שווארטץ הי"ו בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' יעקב יוסף הי"ו האט אפגעקויפט א זכות נכבד בבנין הביהמ"ד דקהלתינו הק' בשכונת חתם סופר, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און הרה"ח ר' יואל בר"ל קרויס הי"ו - חבר הנהלת הביהמ''ד.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר ר' יעקב יוסף הי"ו ובני משפחתו, און פאר די ועד הרחבת גבולי העיר, און דערנאך משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט אז אויב מען שטעלט אוועק א ביהמ"ד בדרכי האבות אויף א ערליכע חסידישע וועג, איז עס משפיע פרנסה און כל מילי דמטיב, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטיבער און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"א אייר תשפ"ו5/8/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א, ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יקותיאל יודא פאוועל הי"ו.
- ב"ר חיים יחזקאל שרגא ראזענבערג הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים מלמדים און די קינדער, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען שטייט יעצט פאר יו"ט שבועות, די הכנה צו קבלת התורה איז מיט מידות טובות, 'דרך ארץ קדמה לתורה' סיי בין אדם למקום און בעיקר בין אדם לחבירו, און אזוי אויך איז די הכנה דורך לימוד התורה זיך מעמיק זיין און פארשטיין וואס מען לערנט, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.

ארום 3:00 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק חיזוק והדרכה דורך א הוקאפ פאר די אריבער 200 אלמנות פון איבער גאנץ אייראפע וועלכע געפינען זיך ביים דערהויבענעם 'שבת מלכתא', אנגעפירט דורך הרבנית הצ' תליט"א און אירע חשובע טעכטער שתחי'.

ארום 3:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הערש קאהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיטן בעל ברית ובני משפחתו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שמעי' שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אהרן ב"ר יואל ברי"א זילבערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א.

ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אראפ אויפן אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און די היכל התורה וועלכע זענען באנייט געווארן אין די לעצטערע חדשים.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר יעקב אלי' טורנהיים שליט"א.
- ב"ר דוד צבי שלמה לוסטיגמאן הי"ו.
- ב"ר יואל מרדכי שעהר הי"ו.
- ב"ר יואל שפילמאן הי"ו.
ב"ר אליעזר יודא מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק בעניני מקואות אין וואס די תלמידי הישיבה זענען יעצט עוסק, און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 6:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 7:45 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' משה הי"ו אינאיינעם מיט זיינע שוואגערס האחים החשובים הרה"ח ר' דוד הי"ו, ר' זושא הי"ו, ר' אלי' הי"ו, ר' ליפא ניישטאדט הי"ו האבן אפגעקויפט די זכות שם הבנין פונעם בנין התלמוד תורה פון מוסדותינו הק' אין מאנטרעאל לע"נ אביהם /חמיו הרה"ח ר' יושע ניישטאדט ע"ה - מחשובי תושבי מאנטרעאל רבות בשנים, וע"ש יקרא 'בנין ניישטאדט'.
עס זענען אנוועזנד געווען די נדבנים משפחת ניישטאדט החשובה און ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' פון מאנטרעאל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון קהלתינו הק' אין מאנטרעאל פאר פופציג יאר צוריק, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו מראה"ק והמוסדות, וועלכע האט פארגעשטעלט די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק', און דערביי האט הרה"ח ר' אברהם מאיר הי"ו איינגעלאדענט בשם הנהלת קהלתינו הק' ובשם אלע חברי קהלתינו הק' אז רבינו שליט"א זאל קומען באשיינען די מעמד חנוכת הבית פונעם בנין הת"ת אינאיינעם מיט די חשובע נדבנים צו מחזק זיין קהלתינו ומוסדותינו הק'.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט אלע שוואגערס הנדבנים שיחי', מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע נדבנים און פאר הנהלת מוסדותינו הק' ברכות לרוב, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון מנדב זיין געלט פאר לימוד התורה פון תשב"ר און מאריך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטרעאל און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 8:15 און אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עזרת נשים ברכות לרוב.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו און הרה"ח ר' שרגא אלחנן ווערצבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ב"ר שמעון פריעדמאן הי"ו.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר ישעי' סאקס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ר' מענדלע מרימנוב זיע''א.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אלי' שטיינמעטץ הי"ו און ווערט אריינגעגעבן יו"ט שבועות אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל גאנדל הי"ו.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה לגיון של מלך לטובת מוסדות יטב לב פאר די הונדערטער אברכים צעירים וועלכע האבן חתונה געהאט אין די לעצטע פינף יאר.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק א'ם ב'חקתי ת'לכו ו'את מצותי תשמרו וואס די ר"ת איז 'אבות' און ארויסגעברענגט אז מוסדות יטב לב איז די טאטע פון אלע אונזערע מוסדות, מוסדות יטב לב האט רביה"ק זיע''א מייסד געווען תיכף נאכן קריג און איז אהערגעקומען קיין אמעריקע נאר צוליב די חובות פון מוסדות יטב לב, און ער האט כל ימיו זיך געזארגט פאר דעם, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון מוסדותינו הק' אין ירושלים בני ברק און בית שמש און אויפגעפאדערט אלע אינגעלייט מען זאל זיך מקבל זיין צו געבן אדער שאפן לכה"פ טויזענט דאלער א יאר, עס דארף זיין די טאטע פון אלע צדקות! און עס איז א בושה אז מוסדות יטב לב דארף זיך פלאגן צו דעקן די בודזשעט, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע אינגעלייט אריבערצוגיין איבערגעבן פערזענליך די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער.

ארום 10:50 האט דער רבי פארלאזט די זאל און צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און געציילט ספירה פארן עמוד.

נאך מעריב איז אריין בקו''פ האד' ממבקשי השם שליט"א פון ארה"ק, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ' אייר תשפ"ו5/7/2026

באריכט
דינסטאג בה"ב - ל"ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יודל אקער הי"ו.
- ב"ר מנחם מנלי בראך הי"ו.
- ב"ר יצחק טאמבור הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים רבתי לכבוד היום אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א - ממציוני תלמידי הישיבה, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.

די זמירות היום האט דער רבי מכבד געווען.
- בר יוחאי און ואמרתם: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק'.
- אמר רבי עקיבא: הבה"ח יחזקאל ב"ר אליעזר דוב ענגעל הי"ו (ירושלים).

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק דברי דרוש לכבוד היום, און ארויסגעברענגט די הרגשים פון די דערהויבענע מעמד הדלקה ווי טויזענטער אידן האבן זיך מיטגעפרייט מיט אזא ברען און שמחה למעלה מדרך הטבע, דאס איז נאר מיט די כח פון התנא רבי שמעון וואס איז משפיע א קדושה אין יעדעמ'ס הארץ, 'אשרינו מה טוב חלקינו', און ממשיך געווען בדברי שמחה לכבוד די שמחת קישור החיתון און נאכגעזאגט אז וירא אלקים את האור כי טוב איז בגי' 'רבי שמעון בר יוחאי', טוב מיינט מען א שידוך מצה אשה מצה טוב, און דאס איז די קשר פון ל"ג בעומר צו א שידוך, און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים פאר אלע בחורים.
דער רבי האט דערמאנט דעם געהויבענע שב"ק באתרא קדישא מירון פארגאנגענעם שבת תולדות וואס איז געווען א געהויבענע שבת מיט געהויבענע אידן און ליגט נאך אין די ביינער ביז היינט, און געזאגט וואס מען האט דעמאלטס מעורר געווען אלע אנ''ש נזהר צו זיין באמירת קטורת סיי ביי שחרית און סיי ביי מנחה וואס די מקור פון דעם איז אין זוה"ק ווי רבי שמעון זאגט אז די קטורת איז משפיע כל טוב און איז פון די חשוב'סטע זאכן ביים רבש"ע, דער רבי האט פארגעלערנט פאר די בחורים די זוה"ק פון אינעווייניג כלשונו הק' און מעורר געווען די בחורים זיך צו מקבל זיין נזהר צו זיין באמירת קטורת און געזאגט אז דאס איז א סגולה פון רבי שמעון אליין און דאס איז זיכער א סגולה וואס העלפט, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דער חתן האט געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און אין א רינג מיטן חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

ארום 6:00 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:20 לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול, ארום 8:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביהמ"ד הגדול קומת מאיר זעליג, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

נאך מנחה ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור לכבוד היום במעמד אלפי אנ''ש אינאיינעם מיט די שמחת התנאים פון נכד רבינו החתן פרע"ח הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, עב''ג הכלה בת הרה''ג רבי משה הורוויץ שליט"א בן הגה"צ רבי נפתלי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן וחתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים שליט"א און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה.
מען האט פארקויפט די זכות הנרות לכבוד רשב"י און עס זענען מכובד געווארן מיטן אנצינדן די לעכט הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו און הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו,

ארום 9:00 איז פארגעקומען די קריאת התנאים.
מען האט געמאכט קבלת קנין.
- עדי תנאים: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו.
- ערב קבלן: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו און הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו.
- קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א.

דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, מען האט ממשיך געווען מיט די סעודה און נאך די פלייש האט מען געזינגען די זמירות פון בר יוחאי, ואמרתם, און אמר רבי עקיבא.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק דברי דרוש לכבוד די שמחת התנאים און משלב געווען שמחת חתן וכלה צו רשב"י און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס הרבנים שליט"א, און דערנאך ממשיך געווען מיט אגדה ודרוש לכבוד היום און ארויסגעברענגט אז אויב א איד טוט ח"ו א עבירה קומען די חיצונים און כאפן אוועק אלע זיינע מצות, אבער אויב מען טוט מצות מיט א חביבות דעמאלטס קענען עס די חיצונים נישט אוועקכאפן, און דאס איז אלעס בשיטת רבי שמעון וואס האלט אז א דבר שאין מתכוין איז מותר וויבאלד מען גייט בתר מחשבה, אזוי אויך ווען א מענטש ארבעט מיטן ציל צו האבן געלט צו קענען מקיים זיין מצות מיט די געלט דעמאלטס ווייזט די ארבעט אויף חביבות המצוה און עס איז חשוב ביים רבש"ע.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט פייערדיגע חיזוק ווערטער רבי שמעון ברענגט אריין א קדושה אין א יעדע איד אז מען זאל האבן כח זיך צו שלאגן מיט די טומאה און די נסיונות אויף די גאסן, סיי אין די גויאישע גאסן און סיי אין די אידישע גאסן, די מחנה מגושמים וכו', מען זאל זיך נישט אויפפירן ווי זיי, נישט זיך אפלערנען פון זיי, נישט זייער התנהגות, זייערע ניגונים, מלבושים, וכו', דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג איבער די ניגונים און טענץ וואס מען זינגט און מען טאנצט ביי אסאך היימישע חתונות וואס פארעקלט יעדע ערליכע איד, און געזאגט אז עס איז א חרפה און א בושה אז דאס שפילט זיך אפ ביי חסידישע חתונות, שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו.
דער רבי האט דערמאנט לשבח פון די עסקנים פון קהלתינו הק' אין וומסב''ג וועלכע האבן אריינגעברענגט א אויפוואכונג בעניני צניעות ביי די נשים צדקניות מיט דרשות און אסיפות, סיי בנוגע שערות אשה, סיי ביי די מלבושי נשים, און אזוי אויך בנוגע די מלבושים ביי די אינגלעך צו מאכן מלבושים פון רעכטס אויף לינקס אזוי ווי הרה"ק רבי ר' מענדלע מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט היינט אויפדערנאכט י"ט אייר האט שטארק מעורר געווען.
דער רבי האט ממשיך געווען און געזאגט אז מיט צוואנציג יאר צוריק ל"ג בעומר תשס"ו האט מען אויף דעם פלאץ פון בית מדרשינו הגדול מייסד געווען 'חבורת יסודי התורה', ברוך השם מען שטייט היינט צוואנציג יאר שפעטער און עס איז נתרבה געווארן אסאך לומדי תורה' סיי אין קהלתינו הק' און איבער די גאנצע וועלט, מען לערנט דף נאך דף, פרק נאך פרק, און מסכת נאך מסכת, מען חזר'ט און מען שטעלט זיך צום פארהער, ועתה היית לשני מחנות און קהלתינו הק' פארמאגט ב"ה צוויי חבורות און רוב אנ"ש זענען אנגעשלאסן אין איינע פון די חבורות, און געזאגט דברי הכנה צו יו"ט שבועות הבעל"ט און מעורר געווען צו לערנען ספר הק' בני יששכר אלץ הכנה צו קבלת התורה.
דער רבי האט דערמאנט די מוסדות יטב לב וואס רביה"ק זיע''א האט מייסד געווען תיכף נאכן קריג און דאס האט אויפגעפלאמט שפעטער אלע מוסדות פון קהלתינו הק' איבער דער גארער וועלט, און געזאגט אז דאס דארף זיין ראש וראשון ביי יעדעם מאנ"ש און עס שטיצן ברוח נדיבה, וויל דאס איז די טאטע פון אלע אונזערע מוסדות! און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני ל"ג בעומר און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן בהתלהבות אש.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ רבי נפתלי הורוויץ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 10:30, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל תהילות יוסף, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ר' מענדלע מרימנוב זיע''א, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פעקעטע היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' שלום פעקעטע ע"ה.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פראנצאז היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' דוד פראנצאז ע"ה.
דערנאך ארום 11:45 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי

אומבאשרייבליכער התרגשות של שמחה וקדושה ביי רבוא רבבות מישראל וואס האבן מיט א הרגש קודש מיטגעהאלטן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' ליל ל''ג בעומר, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א מעין קיבוץ גליות מיט בליעה"ר 'אריבער הונדערט טויזענט נפשות' אנשים נשים וטף כ"י - לויט די פאליצייאישע שאצונג - אויף די ריזן שטחים ארום דעם ביהמ''ד הגדול און בנין מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

עיני כל בית ישראל בארה"ב וקאנאדא קוקן שוין ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו דעי גרויסע מאמענטן זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

ארום 8:10 פארנאכטס בעת כניסת היום איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, און זיך באגריסט מיט אלע רבנים, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות.

נאך א קורצע צייט זינגען אום 8:35 האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די מימרא פונעם הייליגן בני יששכר אין אגרא דכלא, 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און געטייטשט אז אויב מען זינדיגט ח"ו איז מען נישט זוכה צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב בכל יום און איז מעורר צו תשובה, אבער שב"ק איז משפיע קדושה וואס דורכדעם איז מען זוכה יא צו הערן די בת קול און מען איז זוכה צו תשובה, התנא האלקי רשב"י ווערט אנגערופן שבתא דכולא שתא און האט אויך די קדושה פון שב"ק און ווען אידן נעמען זיך צוזאם לכבודו און פרייען זיך בשמחתו בכל מקום אדער לערנען מימרות בשמו איז רבי שמעון משפיע א קדושה אויף יעדעם איינעם און ער פלאמט אויף יעדעמס הארץ סיי אין מירון און סיי אין די גאנצע וועלט.
'כשם שבא לראות כך בא ליראות' דער הייליגער תנא רשב"י קוקט אויף יעדעם איינעם און זעט וואס פעלט אים און איז משפיע כל טוב, אבער ער זעט אויך אונזער רוחניות'דיגע מצב און ער קען נאר משפיע זיין פאר איינער וואס פירט זיך בצניעות בכל ענינים כמבואר בזוה"ק, אין אזא צייט בעט מיר אונז און מען איז מתפלל הבט משמים וראה קוק אריין אין יעדעמ'ס הארץ, אידישע קינדער וויינען און שרייען חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו, זה בכה וזה בכה, צרכי עמך ישראל מרובים, ובקול חנוק מדמעות אויסגערעכנט די תפילות פאר חשוכי בנים, מחוסרי פרנסה, חולי ישראל בגוף ובנפש, ערליכע דורות, שידוכים וזיוגים הגונים, נחת פון די קינדער, און אלע אנדערע לבבות נשברות, אונז גלייב מיר אז דער הייליגער תנא רבי שמעון האט די כח צו משפיע זיין פאר יעדעם איינעם די מחסורו אשר יחסר לו, אפענע ישועות פאר יעדעם איינעם.
'כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין' רבי שמעון וואס איז בבחינת שב"ק איז משפיע אלע ברכות לעילא ותתא, לעילא מיינט מען די תושבי ארצינו הק' און ותתא מיינט מען די תושבי חו"ל, א ברכה כללית און א ברכה פרטית, לעילא מיינט מען פאר די בני עליה און לתתא מיינט מען פאר די פשוטי עם, לעילא מיינט פאר עניני רוחניות און ותתא מיינט מען עניני גשמיות.
די גמרא זאגט אויף רבי שמעון וחבריו 'אין מפסיקין לתפילה' דאס מיינט אז רבי שמעון איז מתפלל פאר יעדעם, סיי פאר די וואס זענען מתפלל על ציונו הק' און סיי פאר אונז תושבי חו"ל, סיי פאר די בני עליה און סיי פאר די פשוטי עם, סיי אויף רוחניות און סיי אויף גשמיות, אלעס קען מען פועלן בזכות פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב בזכותו פון רבי שמעון, בני חי ומזוני רפואות און ישועות שידוכים און כל מילי דמטיב. דער רבי האט געענדיגט די דב"ק ארום 9:05.

נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.
נאך די דב''ק האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א.

בעת כניסת היום ביים זמן מעריב האט מען אנגעצינדן די מוזיק און פארגעזעצט מיט די ניגוני התעוררות, און נאך א שטיק צייט אום 9:20 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב ברוב עם, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינעף אויל לעכט כנהוג, מיטן איבערגעבן די צינדער פאר רבינו שליט''א איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי''ו - געקויפט דורך די וועד החתונה תקנות.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר''ר יואל בר''ע הירש שליט"א, נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען און געציילט ספירת העומר באש קודש, וואס מ'האט געהערט אויף אלע גאסן ארום דורכן מייק.

נאך מעריב האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.

דערנאך ארום 9:50 איז רבינו שליט''א ארויף אויף דעם ספעציעלן בימת ההדלקה ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם ''ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל.

זכות הדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו וועלכע האט מכבד געווען אביו הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק איבערצוגעבן דעם פאקל פאר רבינו שליט''א.

פחי שמן זענען געקויפט געווארן דורך.
- הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ק, וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו.
- קהלתינו הק' קרית יואל יצ"ו, וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו.
- מוסדותינו הק' וומסב''ג יצ"ו, וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו.
- מוסדותינו הק' מאנסי יצ"ו, וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרבני הנגיד ר' דוד ניישטאדט הי"ו.
- א' מנכבדי עיר התורה לעיקוואד יצ"ו, וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.
- מפעל חומת העיר קר"י, וועלכע האבן מכבד געווען הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
- משפחת ווערטהיימער, וועלכע האבן מכבד געווען אביהם הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, וועלכע האט מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
- הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, וועלכע האט מכבד געווען ידידו הרבני ר' דניאל ארי' צבי גרייף הי"ו.

די נדבני ההדלקה האבן איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה.
דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו א גרויסן סכום געלט לטובת מוסדות יטב לב לע"נ התנא רשב"י.

דאן האט דער רבי איבערגענומען דעם פאקל פון הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק, מיט וואס דער רבי האט אנגעצינדן די הדלקה, און צושטייט צוגעטרעטן צום מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.
דאן האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין פייערדיגע ריקודים בהתלהבות אש קודש ושמחה עצומה הבוקעת רקיעים.

נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא, בשעת דער רבי איז מעודד די ריקודין אויפן פלאץ.

דערנאך זענען פארגעקומען די חאלאקעס פון די נאענט צו 100 אינגלך בליעה"ר מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיי אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, און געגעבן ממתקים און א מתנה כנהוג, און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.

נאך די חאלאקעס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט מיט שמחה ודביקות.

ארום 11:50 האט דער רבי פארלאזט דעם מעמד, און געוויזן פארן ציבור הרבבות צו ממשיך זיין מיט די ריקודין, וועלכע האבן זיך נישט געקענט געזעגענען פון די גרויסע שמחה בהילולת התנא האלוקי.

אשרי עין ראתה כל אלה, ואשרי עין רואה גילנו ודיצת קהלינו, ווי מ'האט זיך אנגעשעפט עמער'ס שמחה וקדושה פאר א גאנץ יאר!

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' פנחס נחמן ברא"ל גלויבער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- בן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ומו"ץ בקהלתינו קר"י.
- בן הרב מאיר טווערסקי שליט"א (לאנדאן).
- ב"ר אברהם בער שפיטצער הי"ו.
- ב"ר וואלף ראזענבערג הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם שניטצלער הי"ו (מאנטרעאל).

נאך מנחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב''ג החתן בן הרה''ג רבי גבריאל יודא שפיץ שליט''א, בן הגה"צ אבד"ק רענדיק שליט"א וחתן הגה"צ אבד''ק ווייטצען לאנדאן שליט''א.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער כינוי שמות, מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע משפחה.

מאנטאגי"ז אייר תשפ"ו5/4/2026

באריכט
זונטאג בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר גדלי' סעגעדין הי"ו.
- ב"ר אלכסנדר זושא אהרן שטערן הי"ו.
- ב"ר יקותיאל יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר דוד משה שאמועל הי"ו.
- ב"ר יואל שטיינמעץ הי"ו.
- ב"ר שמשון אינדיג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי אליעזר יודא פינקל שליט"א ראש ישיבת מיר בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די השתלשלות פון ישיבת מיר במשך די יארן און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט"א רב דקהל אהל משה וויען עסטרייך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראה"ק והמוסדות בקר"י האט אפגעקויפט דעם זכות קומת המקוה אין די נייע פליגל אין ביהמ"ד אבני צדק פארן גרויסן סכום פון א האלב מיליאן דאלער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און פאר די חברי וועד קרן הבנין.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א אסיפת עסקנים פאר קרוב צו הונדערט אינגעלייט אינגע פרישע עסקנים לקראת די גרויסע מסיבה לטובת מוסדות יטב לב פאר אלע אברכים צעירים דקהלתינו הק' תושבי קר"י וועלכע וועט פארקומען דעם מיטוואך הבעל"ט, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק אם בחוקתי תלכו - שתהא עמלים בתורה און ארויסגעברענגט די חיוב פון יעדעם מאנ"ש צו שטיצן מוסדות יטב לב וועלכע איז געווען ראש וראשון און קודש קדשים ביי רבותיה"ק זיע''א, און אפילו די וואס קענען נישט זיין קיין נדבנים קענען אבער יא זיין עסקנים צו שאפן גרעסערע געלטער צו קענען אוועקשטעלן א פעסטע יסוד פאר מוסדות יטב לב, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך זענען אלע עסקנים אריבער איבערגעבן די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער.

דערנאך ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יודא גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו.

אויך זענען אריין בקו''פ די ראשי עסקנים וועלכע שטייען בראש פונעם גרויסן מעמד ההדלקה רבתי פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ליל ל''ג בעומר במקהלות רבוא רבבות מישראל בליעה"ר, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער די פילע הכנות צום גרויסן מעמד הדלקה און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג